מלכה חפץ-טוזמאן (1896-1987) איז נישט צו א באקאנטע יידישע פּאעט (קוים אַן ארימע וויקיפעדיע בלאט ) אבער איינער וואס איז דעפענטלי ווערט צו קענען. אירע פאעזיעס און לידער זענען בליציג, פיקאנטלעך, הומאריסטיש און הארציג. זי האט געשריבן אויף כלערליי נושאים: א ביסל פון דער אלטע היים, אביסל רעליגיע, אביסל פעמעניזם, און אלעס מיט א מאדערנע אפדעיטעד שפראך.
זי האט געשטאמט ארגינעל פון א חסידישע פאמיליע און וואלהין, א דארף אין אוקריינע, און שפעטער אימיגרירט אלץ מיידל קיין אמעריקע, פאר איר טויט האט זי אויך געלעבט עטליכע יארן אין א"י. די פארשידענע קולטורן מיט וועלכע זי איז געקומען אין קאנטאקט און דער פאקט אז זי איז געווען זייער א אפענמיינדעד קאפ און רעוואלטירנדע (דא אזא ווארט?) נאטור טרעפן אַן אויסדרוק אין אירע קאלירפולע ווערק.
אין די פאלגענדע וואונדערליכע פאעזיע גלייכט זי צו די אמליגע מקובלים צו דער ''מאדערנע מקובל'' וועלכע זוכט שארטקוטס אנצוקומען שנעל צו סיטואציעס און שטאפלען צו וועלכע דער אמאליגע מקובל האט געארבעט שווער אנצוקומען (מענייני דיומא פון ק"ש ווי מ'טוט לעצטנס אין סייקעדעליקס און קבלה).
'

'' זעלטן,
זעלטן א העלזען¹ געווען
ביי זיי
די דורכגעליכטיקטע.
וואָרט
געהייליקט,
קוים אויף די ליפּן צו ברענגען,
אין הימל-הונגער,
אין דָארשט
אות צו אות מצרף געווען
און זעלטן איז העלזען געווען.
און דו ביסט אומגעדולדיק,
צערייצט.
נעמסט איין ל.ס.ד
רייכערסט די ''גראָזן'',
חנפעסט דעם אַלף-בית דעם יידישן,
וואַרפסט זיך ארויף אים,
בגוואַלד ווילסטו אויפברעכן אות
און האָסט
דעליר ².
ווי שיין איך ברען, האט רעמבא ³ געזאָגט
און געשטאָרבן איז ער
אַ מיאוסן,
מיאוסן טויט.
דעריבער:
זיי האבן געזאגט ''הימל''
און מאַן איז געווען.
דו זאָגסט ''מאַן'' און
האסט ווינט.
זיי האבן געזאגט ''ערד''
און ווייב איז געווען
דו זאָגסט ווייב און
האָסט שטויב ''.
*
1. Divination, Vision
2. Delirium
3. נישט קלאר וואס זי מיינט. אפשר דזשאן רעמבא?