בלאט 1 פון 5
איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 10:36 pm
דורך שערי יושר
אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.
איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.
איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.
איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!
פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.
פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.
פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.
פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.
פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.
ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,
פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 10:56 pm
דורך צקון לחש
איך קען נישט נישט-לייקן די הודעה וואס איז א שטיק געפיהל פאר די אידן וואס מען קומערט זיך נישט מיט זיי, אבער איך וועל שטערקער סעלעברעיטען ווען מ'וועט באיזה אופן דורך ברעכן דעם צוים.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:01 pm
דורך מתבודד
און ווער וועט פלאטערן א פאן פאר די אלע אינגעלייט וואס האבן נישט די שענסטע ווייב און ווערן אנגעהיצט אויף יעדע שיינע נקיבה זיי זעען?
אויף די בחורים וואס טרעפן נישט זייער באשערטן און וואלטן פאר אפאר נישטיגע דאלער געקענט באקומען א פול פעקעדש אבער האלטן זיך איין מיט אייזערנע כוחות?
און אויף די ווייבלעך וואס זייערע מענער גייען נישט אין שויער ווי גרויס די יאר איז אבער זי באקומט פערטל סמירקס און האלבע פלירטס פון שכנים צו ביי די ארבעט, אבער האלט זיך געטריי צו זייער לעבנ'ס שותף?
צו אויף די עלטערע מיידלעך וואס ארבעטן שוין פאר עטליכע יאר און זענען שוין געווארן גע'אפערט מערערע מאל אבער האלטן זיך שטארק מיט האפענונג און ווארטן אויף די ריכטיגע?
ווער קוקט זיך אום אויף גרושים, אלמנים, גרושות ואלמנות וואס האבן א געזונטן נפש און האבן גלייכע באדערפענישן ווי פארהייראטע אבער האלטן זיך ערליך צו גאט ותורתו???
ווער?
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:05 pm
דורך שעפטאל
יעדער זאל האלטען זיין אייגענע פאן אויף ארויף און עס ארום פלאטערען
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:17 pm
דורך שערי יושר
יעדער קומט צי לויפן איך זאל האלטן די פאן פאר עם און יענעם, איך קען נישט האלטן אזויפיל פענער...
די נקודת המחשבה פון מיין ארטיקל איז, אז יעצט ווען מען מען זעהט די לגב"ט איבעראל, זאל מען נישט פארגעסן פון אונזערע ברידער און שוועסטער וואס לעבן אויך דערמיט אבער אנשטאט זיי זאלן קענען זיין זיך און פילן באקוועם מיט זייער עקזיסטענץ, און לעבן שטאלץ דערמיט, זענען זיי אין קלאזעט און מיטשענען זיך זייער שטארק, דאס איז די עיקר.
נשלח: מיטוואך יוני 14, 2023 11:37 pm
דורך צומישט און צוחישט
שערי יושר האט געשריבן:יעדער קומט צי לויפן איך זאל האלטן די פאן פאר עם און יענעם, איך קען נישט האלטן אזויפיל פענער...
די נקודת המחשבה פון מיין ארטיקל איז, אז יעצט ווען מען מען זעהט די לגב"ט איבעראל, זאל מען נישט פארגעסן פון אונזערע ברידער און שוועסטער וואס לעבן אויך דערמיט אבער אנשטאט זיי זאלן קענען זיין זיך און פילן באקוועם מיט זייער עקזיסטענץ, און לעבן שטאלץ דערמיט, זענען זיי אין קלאזעט און מיטשענען זיך זייער שטארק, דאס איז די עיקר, נאכדעם האב איך ציגעלייגט אביסל זיי צי בארואיגן אז זיי טוען צוליב זייער גלויבן וכו'
דו קענסט ממש נישט אויסהאלטן אז מ'איז משבח אידן וואס האבן נסיונות אין קדושה און האלטן זיך פעלזן פעסט??..
ס'קען פלעין זיין ווערד ארויסצוברענגען די שטארקייט פון די מענטשן אפי' פון א נישט גלויבעדיגע פערספעקטיוו, די מענטש ראנגעלט זיך טעגליך זיך צו האלטן געטריי זיין גאט.ס'קומט אים נישט קיין אנערקענונג..?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:46 am
דורך ברוינשטיין
איך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו'וכו'
עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג, ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 3:16 am
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: מיין הארץ גייט אויך אויס פאר אט די אלע מענטשן מיט א געפייניגטן נפש און אינערליכע ראנגלענישן אויף א טעגליכן פארנעם. וואס זאל מען אבער טון אז ס'שטייט בפירוש און קלאר אין די תורה אז דער האמאסעקסואל'ער אקט (נישט דער לייפסטייל אדער אריענטאציע) זענען פארבאטן.
די איינציגע וועג פון לעגאליזירן און לעגיטימירן עס איז אויב מ'וועט צושרייבן א הגה"ה אין די תורה, אן אמענדמענט אז די מענטשן וועלכע האבן אן אנדערע אריענטאציע מעגן טון ככל אוות נפשם. דאמאלס וועלן אלע חשוב'ע מענער און פרויען, בחורים וגם בתולות, זקנים ונערים, ארויסקומען פון קלאזעט.
מיט דעם קענמען פארשטיין דעם חשוב'ן בחור און פראמינענטן זשורנאליסט יאיר שרקי, מיט זיינע געקרייזלטע פיאות און שווארצע יארמולקע, וועלכע האט איהם געעפנט טירן אין די היימיש'סטע, עקסטריעמסטע געגנטער פון אמעריקע און ענגלאנד, איבעראל האט מען איהם אויפגענומען מיט דעם גרעסטן כבוד. וועלכער איז לעצטנס ארויסגעקומען פון דעם פראווערביאלן קלאזעט. ווייל א יעדער האט זיך געווינדערט אז אזא חשוב'ער בחור וועט זיכער קענען טון דעם שענסטן שידוך. ער האלט אבער נישט דערביי (ליידער). אזעלכע מענטשן ווי ער קענען זיכער זאגן די ברכה שעשני כרצונו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 8:10 am
דורך ברוך שפינוזה
סתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 8:50 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
ברוינשטיין האט געשריבן:איך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו'וכו'
עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג, ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
דאס גענוי האב איך געוואלט זאגן
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:01 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
ברוך שפינוזה האט געשריבן:סתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
דאס איז א גוטע פוינט. איי קענט דיסעגרי וויט דעט.
מ׳זעהט פון די גמרא ווי די נביא האט גע׳מוסר׳ט אידן: כמתוקנים שבהם לא עשיתם, כמקולקלים שבהם עשיתם
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:10 pm
דורך פונדאַמענטאַל
יאיר שרקי איז א גוטע ביישפיל פאר די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס אזויווי @berlbalaguleh האט שוין דערמאנט.
ווען ער האט אויפגעדעקט זיין סוד איבער זיין נטייה מינית האט ער זייער שיין געשריבן איבער די נקודה פון לעבן אין די סתירה - פון אנהאלטן די ערכים אין וואס ער גלייבט און אויך נישט מכחיש זיינע פערזענליכע געפילן.
דאס איז איין זאץ פון זיין tweet:
את ההתנגשות שבין ההעדפה המינית הזאת לבין האמונה אני חי כל הזמן. יש כאלה שפתרו לעצמם את הקונפליקט בכך שאין אלקים, אחרים מסבירים שאין הומואיות. מבשרי אני יודע ששניהם קיימים. ואת הסתירה הזאת אני מנסה ליישב בתוכי בכל מיני דרכים. אלו דברים שבין אדם למקום.
איך מיין אז די ווערטער זענען גאר שטארק און ריכטיג.
https://twitter.com/yaircherki/status/1 ... 82816?s=20
Re: Why I'm celebrating pride month
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:17 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן:סתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
איך מיין אז ביידע זענען אמת. עס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון מעשי תועבה. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:19 pm
דורך סקעפטיקער
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איך מיין אז ביידע זענען אמת. עס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון אוממאראלישע מעשים. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
אוממאראליש? ביי וועלכע דעפינישאן פון מאראל איז דאס אוממאראליש?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:22 pm
דורך איך אויך
תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:30 pm
דורך סקעפטיקער
איך אויך האט געשריבן:תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:38 pm
דורך פונדאַמענטאַל
סקעפטיקער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
איך האב גראדע רעדאגירט מיין תגובה, און איך האב געטוישט די לשון. סתם ווייל איך האב געהאלטן אז עס ליינט זיך בעסער אויף די אופן. און איך האב דאס געטון פארן זעהן דיין תגובה.
לעצם העניין. יא עס איז אוממאראליש. פארשטייט זיך מען קען האבן א דעבאטע איבער מאראלישקייט - נישט יעדער האט די זעלבע מיינונגען איבער וואס איז מאראליש. איך רעד יעצט על פי די מיינונגען פון די תורה. לויט די תורה איז עס 'תועבה'. און תועבה איז אוממאראליש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:51 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוינשטיין האט געשריבן:איך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו' וכו'.
ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
איך מיין אז מען קען עקסעפטן אז די מעשה איז wrong און נאכאלץ נישט ווערן depressed. מען דארף נישט מכחיש זיין די values אין וואס מען גלייבט כדי צו לעבן פריילעך און צופרידן צוזאמען מיט די מציאות וואס גאט האט באשאפן.
די ברענגסט זייער שטארק ארויס די נקודה אז מען קען זיין פריילעך און רואיג צוזאמען מיט דעם, I can't agree more. איך קריג מיר נאר מיט די זאץ: עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג.
נאכמער. איך מיין אז עס איז גאר מער powerful ווען מען confront די מציאות אין פנים אריין. פרוביר נישט זיך איינצורעדן אז דו גלייבסט נישט אין די אומריכטיגקייט פון די מעשים. לערן דיר אויס אז עס קען עקזיסטירן ביידע אויף איין מאל. לערן דיר אויס וויאזוי צו לעבן מיט די זאך וויאזוי דאס איז - ווארום: אונזער גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן...
איך מיין אז מיר דיסעגריען נישט אזוי פיל after all. איך האב נאר געפילט פאר וויכטיג צו ארויסצוברענגען די נקודה.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:54 pm
דורך סקעפטיקער
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:סקעפטיקער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
איך האב גראדע רעדאגירט מיין תגובה, און איך האב געטוישט די לשון. סתם ווייל איך האב געהאלטן אז עס ליינט זיך בעסער אויף די אופן. און איך האב דאס געטון פארן זעהן דיין תגובה.
לעצם העניין. יא עס איז אוממאראליש. פארשטייט זיך מען קען האבן א דעבאטע איבער מאראלישקייט - נישט יעדער האט די זעלבע מיינונגען איבער וואס איז מארראליש. איך רעד יעצט על פי די מיינונגען פון די תורה. לויט די תורה איז עס 'תועבה'. און תועבה איז אוממאראליש.
תועבה איז נישט טייטש אוממאראליש, תועבה איז טייטש מיאוס, ובלשון הרד"ק ענין השיקוץ והשנאה, Abomination בלע"ז. כאפ א בליק
דא און איבערצייג זיך אליינס
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:07 pm
דורך פונדאַמענטאַל
איך האב נישט גערעדט פון די טייטש (אזוי פיל לשה''ק קען איך נאך...). וועלכע אוממאראלישע זאך טראגט דעם נאמען "אוממאראליש"?... עס זענען פארהאן פילע זאכן מיט אייגענע נעמען און משמעות'ען וועלכע זענען אויך - אוממאראליש. א דאנק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:12 pm
דורך סקעפטיקער
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון די טייטש (אזוי פיל לשה''ק קען איך נאך...). וועלכע אוממאראלישע זאך טראגט דעם נאמען "אוממאראליש"?... עס זענען פארהאן פילע זאכן מיט אייגענע נעמען און משמעות'ען וועלכע זענען אויך - אוממאראליש. א דאנק.
אבער אויף וואס בויסטו אז עס איז אוממאראליש? אין די תורה שטייט עס נישט. אין די תורה שטייט אז די אייבערשטער האט עס פיינט
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:25 pm
דורך ערנסטגערעדט
סקעפטיקער האט געשריבן:תועבה איז נישט טייטש אוממאראליש, תועבה איז טייטש מיאוס, ובלשון הרד"ק ענין השיקוץ והשנאה, Abomination בלע"ז. כאפ א בליק
דא און איבערצייג זיך אליינס
איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא, מ'פארדרייט די טייטש פון תועבה. תועבה מיינט די עירוב!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:28 pm
דורך סיסטעם
סקעפטיקער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
וואס איז מיט נאענטע משפחה היינט פארשטייט יעדער אז עס איז אוממאראליש, און איז אומלעגאל אין רוב סטעיטס, געב עס צייט וועט מען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען דיסקרימינירן קעגן די וואס טוהן אזוי.