בלאט 1 פון 2
ר’ איד האט איר אביסל שעמפא?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:53 am
דורך חכם מחוכם
איך שטיי אין שויער די מאטראץ איז נאך אויסגעצויגן אויף מיין גאנצן גוף, מיין פיס ווארפן זיך נאך פונעם חלום וואס כ’האב געהאט נעכטן נאכט, איך לויף אריין אין מקוה איך גיי צו צום שויער מיט מיין נארוואס געעפענטן שעמפא, קומט צו איינער צו מיר, און פרעגט מיר, האלא! ווילסט מיר געבן אביסל...
פון איין זייט האב איך געפיהלט, העי זיי נישט קיין חזיר געם אים, אפשר האט ער נישט קיין געלט צו קויפן, פון די אנדערע זייט טראכט איך, פוי!, קענסט דיר נישט קויפן פאר 50 צענט אביסל שעמפא??, ער האט מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים, איך רעדט שוין נישט אז אין דעם נעקסטן שויער האט איינער זיך געבראשט די צאן, וואס פאר דעם קומט זיך אים אויך צוויי פלאמעס אז די וואנט זאל אים געבן די דריטע, אבער זאגטס מיר אידן, וואס דארף מען טוהן מיט אזא איינעם??
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:01 am
דורך נולד מאוחר
געב עם שעמפא otherwise גייט ער שטינקען אגאנצן טאג, קען גאר זיין אז די וועסט דרפין ליידען.
אדער קענסט עם זאגן ס'איז נישט זיין הכשר.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:17 am
דורך משה רוקח
אויב איז ער פון דער מין וואס בעט יעדן טאג שעמפו און ציגארעטליך פון אנדערע חברים, זאלסטו אים נישט געבן. דו דארפסט אים נישט אויסהאלטן.
ס'קען זיך אבער מאכן אמאל וואס איינער האט פונקט געדארפט גיין אין א צווייטע מקוה און האט נישט דארט זיין שעמפו, דעמאלס מעג מען א טובה טוהן און געבן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:20 am
דורך חכם מחוכם
איך האב מיך נאכדעם איבערצייגט אז ער איז סתם א אומענטש, איך בין געשטאנען ביים סינק מיט אים, ער האט זיך גענדיגט וואשן די הענט, האט ער ארפגעלאזט דעם טעפל אויפן אייזערנעם סינק, אז כ’האב געמיינט איך קען קדיש זאגן אויף מיינע אויערן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:01 am
דורך מורינו הרב
ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.
אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:46 am
דורך היסטאריקער
משה רוקח האט געשריבן:אויב איז ער פון דער מין וואס בעט יעדן טאג שעמפו און ציגארעטליך פון אנדערע חברים, זאלסטו אים נישט געבן. דו דארפסט אים נישט אויסהאלטן.
ס'קען זיך אבער מאכן אמאל וואס איינער האט פונקט געדארפט גיין אין א צווייטע מקוה און האט נישט דארט זיין שעמפו, דעמאלס מעג מען א טובה טוהן און געבן.
גערעכט, אויך געוואלט דאס שרייבן
ברוך שכוונת
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:20 pm
דורך אויס מענטש
בדידי הוה עובדא איך האב אים גענטפערט איי עמ סארי עס איז נישט מיינס, איך האב עס געבארגט
די זעלבע ביי בארגן א סעלפאון ענטפער איך, אז עס האט נישט קיין פילטער, איך טאר עס נישט בארגן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:00 pm
דורך טאמבל סאס
אזא הנהגה שטימט גאנץ גוט מיט דיין ניק.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:19 pm
דורך לעמיל
אויס מענטש האט געשריבן:בדידי הוה עובדא איך האב אים גענטפערט איי עמ סארי עס איז נישט מיינס, איך האב עס געבארגט
די זעלבע ביי בארגן א סעלפאון ענטפער איך, אז עס האט נישט קיין פילטער, איך טאר עס נישט בארגן
ענליך צו דעם האב איך געזען ביי א איד א נגיד הענגט א צעטיל פאר די משולחים, די הויז האט אינטערנעט, על פי הוראת הרבנים טאר מען אין אזא הויז נישט אריין גיין.....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:45 pm
דורך zurich
מורינו הרב האט געשריבן:ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.
אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.
טאקע די מקווה אין תולדות אברהם יצחק באר"הק. האט קערטענס ביי די שויערס א זאך וואס מען וואלט געדארפט איינפירן אין יעדע מקווה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:17 pm
דורך טראכט
חכם די ביסט נאך גאנץ גוט אנגעקומען מיט יענעם, איך וועל דיר פארציילן ווי אזוי מיין מקוה איז אדורך היינט.
איך ריק זיך אריין אין מקוה, איך צוה זיך צו א ליידיגע פלאץ איך זעצט מיר אראפ אויפן באנק, מיט איין האנט מאכט מען אויף דאס שיך און מיטן צווייטן האנט האלט מען דאס פאון און איך שפאציר זיך אזוי רואיג אין קאווע שטיבל אדורכגייענדיג פין איין אשכול צום צווייטן,
די בגדים זענען שוין אלע שיין מסדר ס'איז שוין צייט צו לייגן קאווע שטיבל אויף האלד, מען נעמט דאס פאון און מען שטעלט עס אראפ אויף מיינע בגדים, און געכאפט ס'זייף מיטן שעמפו און ס'האנטעך און איך שטעל מיינע טריט צום שויער (דאס מאל האב איך געהאט אביסל ווייניג שעמפו אבער פין מיין שכן "חכם'ען" גיי איך נישט בארגן נאך וואס איך האב באמערקט ווי ער גיט אוועק דאס לעצטע ביסל שעמפו פאר א צווייטן

)
נאכן זיך טובלען דערנעטע איך זיך צו מיין פלאץ און נישט מער און נישט ווייניגער מיין פרישער שכן זיצט זיך אזוי רואיג און בלעטערט אדורך מיין פאון, און איך רוף זיך אן ר' איד אפשר גובסטו מיר צירוק מיין פאון, און דער איד ענפערט מיר מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, "ווארט אפאר מינוט, איך וויל נאך ענדיגן די ארטיקל"!
וואס טוט מען מיט אזא איינעם?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:22 pm
דורך חכם מחוכם
מ’שלעפט אים אראפ דאס גאנצע מעשה........ וד"ל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:31 pm
דורך געפילטע פיש
טראכט, שוין צייט צו לייגן א לאק אויף דיין פאון. די פרעכהייט פון דעם איד איז אבער מוראדיג, איך ווייס נישט ווי איך וואלט מיך אומגעגאנגען מיט אזא איינעם, איך וואלט געווען ווערטערלאז.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:32 pm
דורך קלאר
אוי, ווען ער בעט שעמפו איז שוין גיט
וואס טוט זיך מיט די אידן וואס 'נעמען' מיין שעמפו אדער זייף
איינמאל איך גיי אריין אין שאוער אין איך נעם אראפ די אויגן פין מיין זייף איז עס שוין נישטו
ער וועט זיין א גיטער אויב ער וועט מיר עס צירוקגעבן ווען איך וועל עס זוכן,
אין גאר א צדיק אויב ער וועט זיך מאכען ווי ער זעהט נישט אז איך זיך עס, אין איך וועל עס אים דארפן בעטן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:01 pm
דורך אויס מענטש
טאמבל סאס האט געשריבן:אזא הנהגה שטימט גאנץ גוט מיט דיין ניק.

איך האב נישט געוואוסט צו יענער דרייט זיך דא אין שטיבל אבער אז די ביסט שוין יא דא לאמיר דיר זאגן:
איי עם סארי נעקסט טיים ברענג דיין אייגענע שעמפאו
גענוג געווען די פאר חדשים וואס די ביסט געווען ביי מיר אויף קאסט,

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:38 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ער איז דער חזיר. אין א מקוה ווען מען איז אויסגעטוהן... טאר מען נישט שמועס'ן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:48 pm
דורך דבילה
https://play.google.com/store/apps/deta ... geek.gotyaשטעל דאס איין אין טעלעפאן, 'עסטו האבן א בילד פונ'ם תנא קמא... פאר פרובירן צו עפענען! נאך אין מקוה אויך... אשפג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:50 pm
דורך קליגער איד
די שאלה האט מיר איינער געפרעגט היינט אין מקוה וואלט איך געוואלט פרעגן די עולם דא איז עס מענטשליך צו שנארן פון יענעם שעמפא?? בעת ווען רוב מאל קען מען זיך נישט אפזאגן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:26 pm
דורך איחוד פעלד
zurich האט געשריבן:מורינו הרב האט געשריבן:ווער הייסט דיר גיין אין שאויער אין מקוה? - גיי אינדערהיים.
אן עקלדיגע זאך דאס שאוער גיין ברבים, אפן פאר דע פאבליק, יונגע מיט עלטערע אויף איין מאל. מען וואשט זיך און זייפט זיך... איך פארשטיי נישט ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן אזוי גלייכגילטיק.
טאקע די מקווה אין תולדות אברהם יצחק באר"הק. האט קערטענס ביי די שויערס א זאך וואס מען וואלט געדארפט איינפירן אין יעדע מקווה
ויש דורשים אז עס איז בעסער אהן א פורהאנג, ווייל ווער ווייסט וואס יענער טוט דארט אונטער די פורהאנג. וכן נוהגין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:20 pm
דורך קליגער איד
איחוד ווילאנג ער איז אליינס דארף מען נישט מורא האבן (מיט א פיהרהאנג)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:32 pm
דורך berlbalaguleh
חכם מחוכם האט געשריבן:איך שטיי אין שויער די מאטראץ איז נאך אויסגעצויגן אויף מיין גאנצן גוף, מיין פיס ווארפן זיך נאך פונעם חלום וואס כ’האב געהאט נעכטן נאכט, איך לויף אריין אין מקוה איך גיי צו צום שויער מיט מיין נארוואס געעפענטן שעמפא, קומט צו איינער צו מיר, און פרעגט מיר, האלא! ווילסט מיר געבן אביסל...
פון איין זייט האב איך געפיהלט, העי זיי נישט קיין חזיר געם אים, אפשר האט ער נישט קיין געלט צו קויפן, פון די אנדערע זייט טראכט איך, פוי!, קענסט דיר נישט קויפן פאר 50 צענט אביסל שעמפא??, ער האט מיך ממש ארויסגענומען פון די כלים, איך רעדט שוין נישט אז אין דעם נעקסטן שויער האט איינער זיך געבראשט די צאן, וואס פאר דעם קומט זיך אים אויך צוויי פלאמעס אז די וואנט זאל אים געבן די דריטע, אבער זאגטס מיר אידן, וואס דארף מען טוהן מיט אזא איינעם??
געבן. ווייל ס'איז "זה נהנה וזה לא חסר". נאר אויב דער מענטש גייט בקביעות בעטן פון אנדערע ווייל ער איז צו קארג זיך אליינס צו קויפן א באטל שעמפאא דארף מען איהם ענטפערן אז פאר געלט פארקויפט מען א יעדן שעמפאא.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:07 am
דורך פרומאק
שעמפא איז א מנהג גוים און איז אסור אלס ובחוקותיהם לא תלכו. ממילא איז פשוט אז געבען פאר א חבר שעמפא איז דא אן איסור פין לפני עוור לא תתן מכשול.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:51 am
דורך געפילטע פיש
מ'קען דן זיין, ווייל בעצם איז דאך די שויער אליין אויך חוקת הגוי, איז אפשר אין איסור חל על איסור, די נ"מ וועט קלאפן ווען איינער בעט שאמפא אין די בור, וואס דעמאלס טאר מען לכאורה נישט געבן אלס ערקתא דמסאנא.