בלאט 1 פון 1

“RISE AND KILL FIRST” בוק רעוויו

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 6:54 am
דורך עמקות המחשבה
איך האב לעצטנס געליינט גאר א אינטערעסאנטע ביכל פון ד״ר רונן בערגמאן א איזראעלי דזורנאליסט און א שרייבער פאר די נ״י טיימס, די ביכל איז מער ווייניגער א היסטאריע פון די מוסד, די איזראעלי שפיאנאזש אגענטור, די שרייבער האט געארבעט יארן אויף די אינפארמאציע, ער האט אינטערוויוט אסאך געוועזנע אגענטן און מוסד פירער וואס האבן פארציילט אסאך אינפארמאציע וואס איז קיינמאל נישט געווארן אויפגעדעקט, ווען ער האט עס שוין געהאלטן ביים ארויסגעבן האט איהם מדינת ישראל גענומען און קאורט, ווייל ווי באוויסט איז דא אין די מדינה א מיליטערישע צענזור וואס לאזט נישט ארויסגעבן קיין שום אינפארמאציע וואס קען שעדיגן די אינטערעסן פון ביטחון המדינה, נאך יארן זיך שלאגן האט ער געווינען די קעיס און די ביכל איז ארויסגעקומען, ס׳איז א קורצע צייט נאכדעהם ארויף אויף די נ״י טיימס בעסט סעלער ליסט, איך האף נאך בעזר השם צו שרייבן אביסל מעשיות פון די ביכל איין טאג, איך וואלט עס זייער שטארק רעקאמאנדירט פאר איינער וואס האט ליב שפיאנאזש נאוועלס, און פאר ווער ס׳האט ליב די היסטאריע פון די מדינה, די מעשיות זענען אלעס אמת אבער אין די זעלבע צייט גאר אינטערעסאנט און שפאנענד.



א לינק צו אמאזאן https://a.co/d/abhJhzP