שלמה זלמן שרגאי - תרפ"ט - תשמ"ז
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 1:24 pm
אין דעם אשכול וויל איך פשוט צוטירן די נישט אזוי באקאנטע פערזענליכקייטן וואס זענען געווען אינוואלווד און ווען נישט זיי וואלט דער גאנצער מדינת ישראל בכלל נישט געווארן א פאקט אדער וואלט עס געהאט גאר אן אנדער צורה. האפנטליך וועלן מיר שטעלן א סעריע פון די פערזענליכקייטן.
מיר ארבעטן שווער אויף שרייבן די אנדערע אשכולות וועגן די אויפשטעלונג אויף די מדינה, און אינדערמיט קומען אריין נעמען מיט מציאות'ער וואס פארלאנגט עקסטערע אשכולות און עקסטערע תגובות'ער כדי נישט צו פארפארן דארט וועלן מיר דאס שרייבן ווען מיר ארבטן אויס דעם ארטיקעל אבער די זייטיגע אינפארמאציע וועט מען בעז"ה לייגען אין אן עקסטערע אשכול וואס איז בפנ"ע א חתונה פאר זיך.
יה"ר שיתקדש ש"ש ושק"'ש על ידינו אכיה"ר
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=16168
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=16285
מדינת ישראל וואלט געקענט ווען זיין אין אפריקא אדער סיי ווי אין די וועלט ווען נישט די אלע שווערע ארבייט פון מאנכע פון די אומבאוויסטע ארגאניזירער.
די באקאנטע ווי למשל הרב קוק, הערצעל, דר. חיים וויצמאן, און בן גריון וכדו' איז בכלל נישט קיין פראגע. זייער אסאך איז באוואוסט וועגן זיי, זיי זענען געווען די פאסאד פון דעם שווערער האראוואניע. אבער נאך הינדערטער פערזענליכקייטן האבן געדארפט ארבייטן אויפן קעסעל און אויף כלים אז אלע חלקים וואס א מדינה דארף צו האבן צו ווערן אנטוויקעלט. למשל, איינוואוינער פון אלע שיכטן און אלע קרייזן, אין מדינה בלא דיירים. וכ"ו
א באקאנטער פערזאן אין די קאנגרעס פון WZO דער אינגסטער קאנדידאט בערך ווייניגער פון 13 יאר אלט ביזן ווערן מעיאר אין ירושלים. עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט (איך פאר די ליינער אויכעט), צו פארשטיין פארוואס און ווי אזוי אזא אינגער קאנדידאט איז געווארן א מיטגליד אין די WZO קאנגרעס. במה כוחו יפה. שטעלט זיך ארויס אז זיין באלאנס איז געווען עפעס מאורעדיג וואס האט געהאלפן די אויך ערליכע רעליגיעזע אידן דזשוינען די מאוומענט, פון עולה רגל זיין צו ווערן אנגעהאנגן צו די נייער איידיע פון א מדינה (מדינת ישראל) והנה וואס עס איז געווארן געשריבן אויף אים אין יאר תשט"ז ביי א באקאנטער שריפט-שטעלער פון די ליטא מיטן נאמען אליעזר רובינשטיין. און אן הקדמה פאר א ביכעל וואס ער האט געשריבען אויף הרב שלמה זלמן שרגאי.
ער איז אויך רייך אין מעשים אנהייבנ'דיג פון דאס אומלעגאלער געלט זאמלען פארן קרן קימת לישראל (אן עקסטערע לאנגער תגובה) שוין פון זיין בר מצוה עלטער אין זיין געבורט שטעטל אין פוילן דורך די פיל וויכטיגע און פארשידנארטיגע אמטן, וואס ער האט פארנומען אין זיין פארטיי אין ציוניזם אין ישובת במשך די פערציג יאר פון זיין געזעלשאפטלעכער טעטיקייט אבער אויך אויף די אלע הויכע פאסטנס האט מען אים געזען נישט ווי דעם שליח פון זיין פארטיי נאר פון דער איידיע וואס זי טראגט אין יידישן פאלק און אין דער נאציאנאלער אויפלעבונגס-באוועגונג.
טויזנטער אין זיין באוועגונג האבן זיך דערצויגן אויף זיין ווארט, זיינע ביכער און בראשורן און פובליצירטע ארטיקלען האבן מקרב געווען פרומע יידן צום רעליגיעזן ציוניזם און געוויזן זיי דעם וועג צו דער גאולה פונעם יידישן יחיד און כלל.
יונג און אלט אין זיין מחנה האבן אין זיי געפונען אן אויסדרוק פון זייערע ספקות און ראנגלענישן. מען האט וועגן זיי דיסקוטירט אין די שטיבלעך און אין די לאקאלן מען האט זיי געלערנט אין די רעליגיעזע קבוצים און יונג-ארגאניזאציעס אין לאנד און אין גלות. אויך היינט ווען אינטערעסן און פראקטישע ענינים האבן אין יעדער פארטיי געמאכט פארגעסן אמאליגע אידעאלאגישע שטרייטן און פראבלעמען, איז ער פארבליבן איינער פון די ווייניג אנערקענטע גייסט-מענטשן אין זיין מחנה און ווייט אויסער איר.
אין די יארן ווען א יידישע מדינה איז געווען א צוקונפט-וויזיע האט ער שוין עוסק געווען אין די פראקטישע הגשמה פראבלעמען, וואס זי וועט מיט זיך ברענגען פארן תורה-טרייען יידנטום: אז מדינת ישראל איז געווארן א ווירקלעכקייט איז ער דער טרייער היטער פון דער וויזיע פון דעם גרויסן אידעאל וואס זי דארף דערפילן אין קליינעם פוילישן פראווינץ שטעטל האט ער געטרוימט וועגן כתר מלכות פאר תורת ישראל. היינט קעמפט ער פון ירושלים פארן כתר פון תורת ישראל, פאר דער אויפגעריכטער מלכות ישראל.
אין זיינע מעשים אין אלץ וואט ער טוט אין די ראמען פון זיינע פארשידענע און פילצאליגע פונקציעס זוכט ער תמיד זייער שייכות מיט דער גרויסער איידיע. ער גיט אריין א טיפן אינהאלט אויך אין די אין פלוג אומבאדייטנדיגע טאג טעגלעכע ענינים מיט וועלכע ער באשעפטיגט זיך. אויך די פארטייאישע עסקנות איז נישט קיין ענין אן -און-פארזיך, נאר א דינסט פונעם רעיון וואס מוז אנקומען צו פאליטיש-פארטייאישע כלים פאר זיין רעאליזירונג. זיין שרייבן וועגן אקטועלע פראגך איז באהויכט מיט אן אטעם פון נצחיות און אז ער שרייבט וועגן טיפע ענינים פון חיי עולם, איז זיין מחשבה געווענדעט צו די חיי שעה פונעם יחיד און פאלק.
ער איז דער הויפט פון דער אגענץ-אפטיילונג פאר עליה און ער פארנעמט זיד מיטן ברענגען אידן קיין ארץ ישראל אבער ער באגנוגגט זיך נישט מיט אזא באצייכנונג פון זיין אויפגאבע עט איז נישט גענוג צו ברענגען אידן קיין ארץ ישראל זאגט ער, נאר מען דארף אויך אריינברענגען ארץ ישראל אין די אידן. ער ווידמעט א באזונדערע אויפמערקזאמקייט דער עליה פון אידן פון גוטע לענדער, און אז ער פארט אין יענע לענדער משפיע זיין אויף אידן זיי זאלן קומען לעבן אין ארץ ישראל אין זיין דעוויזיע. מען דארף ארויסנעמען יידן פון גלות כדי ארויסצונעמען דעם גלות פון אידן ער איז געווען ראש העיר פון ירושלים ער האט געזארגט פאר ליכט, שאסייען, שפיל פלעצער, פאר קינדער, און סאניטאציע אלעס וואס האט נויטיג אויסגעפעלהט פאר ירושלים של מטה, אבער ער האט נישט דורכגעלאזט קיין שום געלעגנהייט צו רעדן און שרייבן וועגן ירושלים של מעלה, און ער איז נישט קיין קנאי ער פארפיגט מיט א געמיינזאמע שפראך אויך מיט קעגנער אויך מיט פארטרעטער פון אנדערע רעליגיעס, ווי ער האט דאס באוויזן אין די יארן ווען ער איז געזעסן אין לאנדאן אלס מיטגליד פון דער דארטיגער אפטיילונג פון דער ציוניטטישער עקזעקוטיווען. ער קען געפינען א פשרה אבער נישט דורך מוותר זיין אויף עיקרים און דורך זעלבסט פשרה, אבער נישט דורך מוותר זיין אויף עיקרים און דורך זעלבטט פארלייקענונג נאר דורכן אנ-צייכענען תחומים און געמיינזאמע ליניעס אויף וועלכע עס זאל זיך קענען באגעגענען מיט מענטשן פון פארשידענע וועלט אנשויאונגען.
מען פארשטייט אים ווייל ער באמיט זיר איבעראל צו זיין פשוט און פארשטענדלעך אויך אין טיפע ענינים אין קאמפליצירטע סוגיות, די ארדנונג און פינקטלעכקייט מיט וועלכע ער צייכנט זיר אויס אין זיין ארבעט זענען אויך בולט אין זיין רעדן און שרייבן ער גייט מיט א סדר מן הקל אל הכבד ער געפינט שטענדיק דעם טרעפליכען מאמר חז"ל דאס גוטע ווארט און די ריכטיגע דעפיניציע וואס בלייבן אויך נאכן אוועק גיין פון זיינס א רעפעראט אדער נאכן איבערלייענען זיינס אן ארטיקל.
ער קען גוט דאס גלות אידנטום ער באזוכט אפט די אידישע ישובים אין די תפוצות און ער איז באהאוונט אין זייערע פראבלעמען. ער לייענט די אידישע פרעסע און זיין שרייבן וועגן אידן אין די גלות לענדער, צייכנט זיך אויס מיט טאקט, און פארשטענדעניש דעריבער ווערן אויר זיינע ארטיקלען וואס ער פארעפנטלעכט סטאביל אין דער תל-אביבער לעצטע נייעס איבערגעדרוקט אין אידישע צייטונגען אין דער גארער וועלט ער שרייבט זיי אין אידיש און ווי אן אייגענער, ווי א ברודער צו ברידער.
זיין וועג, דער וועג פון אחדות האומה, אחדות הבורא, און אחדות התורה, ווי ער באצייכנט אים, האט אים אפט געברענגט אין שייכות און קאנעקשאן מיט נאענטע און ווייטע, אויר זיינע בר-פלוגתא'ס באציען זיך צו אים מיט רעספעקט זיי שעצן זיין אמונה און זיין וויסן. זיין ארבעטזאמקייט און ועל כולם זיין טאלעראנץ צו אנדערע די דאזיגע מידה האט ארויסגעברענגט גראד אזא בר-פלוגתא פונעם בעל היובל ווי מלך ראוויטש, וועלכער שרייבט אין זיין לעקסיקאן. שרגאי'ס מאמרים זענען אלעמאל פול מיט טאלעראנץ אודאי שטרייכט ער אלעמאל שטארק אונטער זיין שטאנדפונקט, אבער אין זיין אגרעסיע גייט ער קיינמאל נישט עד חרמה. און עס מאכן זיך אמאל שטובן, משפחות, ווי מען פירט אייביגע ויכוחים, אבער נישט צו צעשפאלטן נאר צו פאראייניגן, נישט אויף פיינט צו האבן נאר אויף ליב צו האבן, די ויכוחים פון ש. ז. שרגאי און זיין גאנץ שרייבן און טון אויף ווי ווייט עס איז באקאנט דעם שרייבער פון די שורות איז פון דאזיגן פאזיטיווער מין. הלואי זאל דאס זיין א כלל און נישט בלויז א יוצא מן הכלל.

אין דער באוועגונג, צו וועלכער ער געהערט און איז איינער פון אירע גרונטלייגער און פירער אין דער גרויסער מחנה פון זיינע לייענער אין פארערער, ווי צווישן די וואס זענען אפי' נישט מסכים מיט זיין דרך און שיטה, איז ער בעיקר דער בעל המחשבה דער גייסטרייכער דענקער טעארעטיקער פון דער רעליגיעז-נאציאנאלער ארבעטער-באוועגונג, פובליציסט, סייענטיסט און זשורנאליסט."רעליגיע און ארבעט דערשיינען פאר אינז ווי דער רע'נעסאנס פון יידנטום וואס זיין מהות איז די יידישע תורה זיין שרעגער דאס יידישע פאלק' זיין פלאץ אוץישראל זיין באששימינג סאציאלע גערעכטיקייט.
שרגאי חזון ורגשמה", תשט''ז