איך ווייס נישט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

איך ווייס נישט

שליחה דורך דיכטער »

יא, איך ווייס נישט, אזוי ווי איר הערט. איך בין אומוויסנד, איגנאראנט. איך האב קיין אהנונג.

עס הערט זיך ווי עפעס א פראסטע דעקלעראציע וואס טראגט נישט קיין געוויכט, גענצליך אומנויטיג. וועמען פרובירט איר איבערצייגן אייערע אומוויסנשאפט און ווער איז דער וואס האט פון אנפאנג געמיינט אז דו ווייסט יא?
דער ענטפער דערויף איז אז איך רעד פון מיך צו מיך. איך בין דער אביעקטיוו און דער סוביעקטיוו אינעם זעלבן זאץ.

געמיינט האב איך אז איך ווייס, איך האב פארשטאנד. דאן בין איך עלטער געווארן האב איך איינגעזען אז דאס איז בלויז אן אילוזיע, איך ווייס נאך נישט אלעס. איך האב נאך פיל פיל צו לערנען אבער דאך האב איך מיך געלאזט איינרעדן אז עס איז נאנט, נישט שווער. א קליינע שטרעק-אויס דעם ארעם און איך האב עס עררייכט.

ווי אנטוישט בין איך אבער געווארן ווען איך האב איינגעזען אז ניין, זיך לערנען, זאמלען און שארן קומט מיט פיל פלאג און שווערע ארבעט. עס איז ווייט פון מיר, גאר ווייט פון מיר, א לאנגע וועג שיידט אפ צווישן איהם מיט מיך. אבער דאך האב איך זיך געהאלטן ביי מיינס אז איך האב עס, איך קען עס באווייזן, עטוואס שוויצן, אביסעלע מוטשען און דאן איז עס אין מיין באזיץ.

דאן בין איך ביטערליך איבערראשט געווארן. ווי פיל איך שוויץ, זאמעל און הויפן זיך אן, זע איך נאכאלס נישט דער מינדעסטע צייכן פון אן עק. פארקערט גאר, וויפיל איך יאג אן, זע איך מער איין אז איך האב נאך גארנישט אנגעהויבן, מיט יעדער טריט וואס איך גיי, זע איך איין אז דער וועג איז לענגער מיט נאך צוויי. איך גראָב, אקער און שאר אבער טרעף זיך אן מיט נייע און פרישע מיט יעדער בייג וואס איך געב מיין האנט.

עס אנטפלעקן זיך פאר מיינע אויגן נייע ימ'ן און אקעאנען וועלכע שפרייטן זיך אויס ביזן ווייטן האריזאנט. איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז נאך פארהאן פלאץ פאר זיי אויף דעם וועלט צו עקזיסטירן. איך קוק אן די שטורעמישע וואסער, באטראכט זיי פאר א וויילע און א ווערימל פון ייאוש הייבט מיך אן פארדייען אין מיינע געדערים. ווי הייב איך אן? איך שטיי דארט מיט מיין קליינע, נישטיגע גלעזל אין דער האנט און איך קוק פונעם גלעזל צום ריזיגן אקעאן און צוריק, וויאזוי? וואס זאל זיין מיין ערשטע שריט? צו דען לוינט זיך אנצוהייבן בכלל? צו דען וועט זיך באצאלן מיין הארעוואניע?

מוטלאז און אומזיכער נעם איך זיך צאם די ביסל כוחות וואס זענען מיר פארבליבן און מיט א פרישקייט הייבט מען ווידער אן. פון אנפאנג איז עס ביטער שווער, עס וויל זיך, נישט איינמאל אויפגעבן, אראפשליידערן דאס געצייג און זיך צוריקקערן צום לעכל אבער איך שטרענג זיך אן, ארבעט זיך איבער, מיט די הילף פון דער האפענונג וואס זינגט זיך אונטער, מיט די שטיצע פון דער שטרעבונג וואס לאזט זיך ארויס אין א געטענץ, נאך אביסל און דער ארבעט צאלט זיך אויס, מיין שווערע פלאג וועט ווערן אנערקענט, עס וועט אפהילכן פון נאנט און ווייט.

דאן, זייענדיג פארטיפט אין די שווערע ארבעט, וואנדערט מיין אויג ארויס אויפן פרייען ארום און עס ווערט אנטפלעקט פאר איהם א סצענע וועלכע געבט א צי ארויס דאס לעצטע ביסל כוחות פון מיינע מוסקלען ווי א וואקום מאשין און לאזט ארויס יעדעס ביסל קראפט פון מיינע אויסגעמאטערטע קערפער איבערלאזענדיג מיך, גענצליך מאכטלאז. איך זע ווי עס שטייט דארט איינער מיט ריזיגע עמערס און שארט זיך גאלאנען גאלאנען אין זיינע עמערס. ער זאמלט אין איין אויגן בליק וואס עס נעמט מיר צו זאמלען אין א לעבנס-צייט. דער קליינע גלעזל געבט זיך א גליטש ארויס פון מיין האנט און א צעטראגענע, קער איך זיך צוריק צו מיין לעכל.

נע, איך ווייס נישט.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר