בלאט 1 פון 1

העלף! ווידיאס פרעסן אויף סטארעדזש ספעיס

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 3:44 pm
דורך טמיר
א קורצע איין מינוטיגע ווידיא מיט מיין פאון פרעסט אויף איבער 100 מב פלאץ. ממילא ווערט א ריזיגע פראבלעם וועגן סטארעדזש פון אזויפיל דעטע, און דערנאך די סטרימימג וכו. טוישן די סעטטינגס העלפט א משהו, אבער ווייט נישט גענוג.

האב איך געטראפן א נחמה פורתא. ס'זענען דא עפפס וואס קענען קאמפרעסן די דעטע צי א פראקציע פון די ארגינעלע. און מען קען קוים באמערקן א חילוק! אזוי ווי פון inverse.ia. צ.ב.ש. א 3 מינוטיגע ווידיא וואס איז געווען איבער 400 מב איז געווארן 22!

אבער דאס מאכט די טענה שטערקער. אז מ'קאן יא, פארוואס זאל מען עס נישט קענען טון אזוי גלייך פון די קעמערא? פארוואס זאל מען דארפן דורגיין די פיינפילע יסורים פון קאנווערטן יעדע פייל באזונדער?

און די זעלבע פראבלעם איז מיט מיין ווייבס סאני קעמרע. נישט אומזיסט לויפט די קארטל אויס פון פלאץ יעדע שני וחמישי!

רבותי ראטעוועט,
חוסו עלי ועל ענני ועל דטאי ועל כרטיסאי
עד מתי???

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 4:51 pm
דורך קהל'ס נער
א אנקאפרעסד פייל קען מען זיך שפילן מיט א יעדע פיקסל עקסטער און אין א יעדע פרעים עקסטער, ווען מען קאמפרעסט עים מאכט ער א חתן כל הנערים פון אלע פרעימס וואס האבן די זעלבע פיקסל אין די זעלבע קאליר און דאס ווערט איין שטיקל דאטא, אנשטאט עס זאל זיין א נייע שטיקל דאטא פאר א יעדע פיקסל אין א יעדע פרעים באזינדער די זעלבע טיט ער ווען איין פרעים האט אסאך פיקסעלס איינס לעיבן די אנדערע וואס איז די זעלבע קאליר וועט ער עס מאכן פאר איין שטיקל דאטא אנשטאט אז יעדע פיקסל זאל האבן א נייע שטיקל דאטא

די מעלה פון קאמפרעסן איז אזוי ווי די זאגסט ס׳נעמט אויף אסאך ווייניגער פלאץ, צימאל אזויפיל ווי %80 פראצענט פון די דאטא קען ער אראפשניידן

די חסרון איז אז די פייל ווערט א פארמאכטע פייל ער וועט שוין נישט קענען ארבעטען מיט יעדע פראגראם (די קלארקייט דארף יא צי בלייבן די זעלבע, אנלעס די נידערסט די רעזעלוציע, וואס איז נישט רעקעמענדירט)

אויב אין דיין קעיס האסטו נישט קיין פראבלעים מיט קיין קאמפרעסד פיילס אשרי לך ואשרי חלקך, אבער די סיבה פארוואס ס׳איז נישט אזוי ביי דיפאלט איז ווייל ס׳קען מאכן אסאך טעכנישע פראבלעמען.

די בעסטע איז זאלסט דיך קויפן א סערווער דארף נישט זיין קיין טייערע, און דארט לייג אריין א פופציג אדער הינדרעט טערעבייט, אאון סעיוו אלע ווידיאוס אויפן סערווער און ווען די דארפסט א ווידיאו זאלסט עס בעיטן פונעם סערווער.

א גיט שבת און לאטס מיר וויסן וויאזוי ס׳געוועהן

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:14 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע פאון האסטו?
און אויף וועלכע רעזאלוציע איז עס אנגעשטעלט צו רעקארדירן?

די שאלה איז, ווי קהל'ס האט שוין ערווענט, אויב דו ווילסט האבן די בעסטע קוואליטעט (וואס נעמט אויף פלאץ) אדער דו קענסט זיך באגענוגען מיט נידריגערע רעזאלוציע און אויטאמאטיש ווייניגער סטארעדזש ספעיס (למשל נאר צו קוקן אויפ'ן פאון וכדו').

איך בין חושד אז דו כאפסט אפ 4K (אדער גאר 8K) וואס געוויסע טעלעפאנען אפפערן שוין היינט.
8K איז זיכער א אווער-קיל, און אפילו 4K פעלט רוב מאל נישט אויס, חוץ אויב דו ווילסט וואטשן דיינע ווידיאוס אויף א ריזיגע טי.ווי. סקרין אדער א גרויסע קאמפיוטער מאניטאר.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2023 7:59 pm
דורך ערנסטגערעדט
ווען עס קומט צו בילדער אדער ווידיאוס טו דיר אליינס א טובה און סינק עס גלייך מיט Google photos
אזוי בלייבסטו מיט אלעס לעולמי עד, סקאסט די פאר דאלער א חודש איך מיין איך צאל 1.99 פער חודש
סבלייבט טאקע נישט די בעסטע רעזאלושען סאיז גענוג קלאר, און זאגסטיך אליינס אז קענסט באשטיין צו קאמפרעסן
יעדע שטיק צייט גיי ארויף אויפן עפפ סדא די אפציע אז גוגל זאל אויסמעקן פון דיין פאון אלע בילדער וואס עס האט שוין אויפגעבעקט צום קלאוד
דאס איז די בעסטע וועג זיך צו קענען אומגיין מיט סטארעדזש פראבלעמען,
זיי האבן גראדע יא די אפציע פון אפלאודן די זעלבע שטארקע רעזאלושען וועסט אבער גאר שנעל דארפן אפגרעידן דיין קלאוד סטארעדזש

אפילו אויב ווילסטו א געוויסע ווידיאו יא האלטן מיט די אריגינעלע רעזאלושען, קענסטו עס שיקן צו דיר אליין אויף טעלעגראם, דארט גייט עס אויך אויפן קלאוד און קענסט עס דאונלאודן סיי ווען.