ווען דיין חבר פארלירט וואג, ווער נישט פארלוירן!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:16 am
ס'איז מעשים בכל יום, און ס'איז די דעפרעסטע מענטעליטי פון אונזער סיסטעם וואס גיסט אויל צום משוגעת. וועלכע משוגעת? די משוגעת
פון דעם אז דו (נישט דו, דיין חבר) וויל/ווילסט כסדר קאנווינסן דיינע נאנטע (אדער נאנטע ווייטע וועלכע דו זעהסט נישט אפט) אז דו ביזט
אן אנדערע מענטש פון וואס דו ביזט אמאל געווען.
איינער וואס כאפט נאך נישט וואס איך מיין האט ניטאמאל וואס צו לייענן ווייטער.... איך בין נישט קיין גוטער בעל הסבר. -- איך בין אבער
זייער ניכטער, איך ווייס וואס איך רעד.
מענטשן ווילן כסדר מאניפעלירן וואס דו טראכסט איבער זיי. און זיי וועלן עס טוהן מיט גרימאסן, סמירקי שמייכלען, אדער פשוט זיך מאכן כאילו
ער האט נישט קיין צייט צו דיר יעצט (אפילו ענק האבן זיך שוין א לאנגע צייט נישט געזען!) ווען ער לויפט אוועק טראכט ער אבער פון דיר פאר
די קומעניגע 2 שעה וואס דו טראכסט איבער אים, צי דו טראכסט אז ער האט געדארפט לויפן ווייל ער האט א שיעור מיט א חבר (ד.ה. נישט ווי
אמאל וואס ער פלעגט קיין אידיש ספר נישט עפענען.... כאפסט?) אדער האט ער געמוזט לויפן צו א ביזנעס מיטינג. -- ער וויל דו זאלסט זיין
צומישט איבער אים און גאר קלערן אז יעדער ארום דיר "טוישט זיך" עפעס, יעדער MOVED ON ווי מ'זאגט
און דו בהמה ביזט סטאק דארט "פונקט ווי אמאל"
-----------------------
די ארגסטע אבער זענען די וואס פארלירן וואג! ווען איך זעה א חבר פון דערווייטנס וואס איז נישט צום דערקענען ווייס איך אז איך בין
"אין פאר א רייד". די יעניגע, ווילן דיר אזוי ביים נאז פירן. זיי ווילן דו זאלסט שפירן ווי די רעדסט דא צו א ניי געבוירענע מענטש, ווי
איינער זאגט: "קענסט נישט צו מיר רעדן אזוי ווי א יאר צוריק, איך בין מער ערנסטער/באזעסן/נארמאל/קאנטראלירבאר, אמער איך
האב דאך באוויזן צו פארשליידערן 60 פונט. ער וועט זיך מאכן כאילו ער וויל נישט רעדן פון זיין דייעט, אויב וועסטו אים קאמפלימענטן
וועט ער עס אוועקמאכן מיט די הענט ווי איינער זאגט 'וואס נאך איז נייעס?' מיט די האפענונג אז דו וועסט למעשה נישט נאכלאזן און דוקא
יא בלייבן רעדן פון דייעט!! אזוי וועט ער "נעבעך" זיין געצווינגען דיר צו זאגן וואס פארא גדולה ער האט באוויזן... און מיט א ערנסטן פנים
וועט ער אזוי רעדן מיט אזא תכליתדיגע שטימע ווי ער האט בכלליות'דיג ערייכט צו עפעס א נייע'ן אמת... און זאלסטו אהיימגיין שפירענדיג
ווי א שמאטע סטאק אינעם אמאל!
א סאקייעטריסט וואלט זיכער געהאט א נאמען פאר יענע סארט מענטשן, ס'איז א MOOD אישו זיכער.
ווען איך טרעף מיר אן אין אזא איינעם, טוה איך פונקט דאס פארקערטע פון וואס יענער וויל באמת. און איך דארף עס נישט ארויסשרייבן.
יענער גייט אוועק פון מיר מיט אזא חרטה פאר'ן "עקטען" פאלש, אז ער האט "סעקאנד טהאטס" צי די גאנצע דייעט האט אויסגעפעלט.
------------------------------
ווען דיין חבר פארלירט, ווער נישט פארלוירן!
(ער איז דער זעלבער בהמה ווי אמאל!)