פרומער וויי געשריי אין מדינת ישראל - תש"ט
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 12:36 pm
זונט איך בין דא אין די הייליגע קאווע שטיבעל.
פארוואס זאג איך "הייליגע". איך זעה דערינען א געוואלדיגער ס"ד אז זונט איך האב אנגעהויבן שרייבן האב איך באקומען הוראות איך געפון כסדר זאכן פון מיינע אלטע ארכיוון וואס איך האב געשריבען פאר געוויסע פובליקאציעס ווען איך בין געוען אסאך אינגער וואס איך האב שוין לאנג פארלוירן פון מיין זכרון און אפי נישט געדענקט אז זיי עקזעסטירן נאך.
פארגעסט נישט אז בימים אלה האט נאך נישט א יעדעס אינגערמאנטשיק געהאט א שרייב געצייג מיט קנעפלעך ווי שרייבן איז ממש א בליס Bliss נאר מען האט געניצט אן עכטע פעדער (וואס מען האט גענוצט צוריק צו דרייעם דעם בענדל פונעם טעיפ, אויב ווייסט איר נישט וואס איך מיין, ביסטו מן הסתם נישט עלטער ווי 25) און טאמער האט מען געמאכט א טעות און אויב איז דער שרייבער שוין געווען גענוג סיפיסטאקירט האט ער געניצט ווייט אוט Whiteout מיטן בערשטעל (דער נייער שרייבער האט שוין געהאט די וויי אוט מיט די נייע טעכניק אין די צורה פון א פעדער)
אבער אינטערסאנט איז אז איך האב פיתאום געפונען אין מיין סטארעדזש צימער ממש אן אנגעפילטער באקס פון תש"ס וואס מיר האבן געשריבען און געריסערטשט (אן גוגל נאר אין לייברעריס וכדו' - פינטערס איז נאך נישט געוועזן קיין גניזה צענטער ווי מענטשען האבן אוועק געווארפן אלט גענוצטע ספרים וואס זענען ממש אוצרות) איז א יעדע זאך וואס מען האט נאר געוואלט שרייבן האט מען פיזיש שווער געדארפט ארבייטן.
עס ליגט שוין דארט פארשטויבט פאר כמעט דריי און צוואנציג יאר, און איך האב עס נישט באגעגענט עד הנה און פליצלונג שווימט ער ארויף. דאס מיינט אז יא ק"ש איז אן הייליגער פלאץ ווי מען דארף זיך מתנדב זיין און מחזק זיין און ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש.
דא האב איך געטראפן א באשרייבונג פון א פרומער צייטונג וואס פלעגט פארפיגן אין מדינות ישראל תש"ט 1949 ווי א פרומער ציוני וויינט אין אן ארטיקל צו די א.ג. מדינת ישראל טאטעס נישט צו פארדארבן כלל ישראל אין מדינת ישראל.
איך האב עס נאך געטייפט ווי אזוי איך האב עס דאן געשריבען מיטן פעדער איבער-געטייטשט כמעט ווארט ביי ווארט פון יענעם צייטונג שרייבער.
___________
א איד א מאמין גלויבט ווייל ער איז איבערצייגט אין דעם אמת פון דער אמונה דאס איז דער הויפט מאטיוו וואס שטויסט א פרומען איד מקיים צו זיין תורה און מצוות, אויך אלע איבעריגע סאציאל געזעלשאפטליכע מאראלישע און נאציאנאלע מאטיוון וועלכע ווירקן ביי א איד א מאמין בשעת ער איז מקיים תורה און מצוות ווירקן ביי אים ווייל ער גלויבט אין דעם אמת פון תורת משה אמת ותורתו אמת, דאס איז דער יסוד און דער עיקר פון אמונה טראץ דעם וואס עס איז אנגענומען אז אמונה און איבערצייגונג זענען צוויי זאכן, אין תוך תוכם פון דער זאך איז א איד א מאמין נישט ווייניגער איבערצייגט אין זיין גלויבן ווי די וועלטליכע זענען לויט זייער מיינונג איבערצייגט אין זייער וועלטלעכקייט.
איך זאג נישט ווייניגער אבער דאס איז נישט אמת. א איד א מאמין איז באמת איבערצייגט אין דעם אמת פון דער אמונה, בשעת א איד א וועלטלעכער, מער ווי ער איז איבערצייגט אין זיין וועלטליכקייט, גלויבט ער אין דעם.
דער וועלטלעכער איז איבערצייגט אז דער אמת זיינער איז נישט זיכער, צוליב א פשוטן טעם. ביי דעם וועלטלעכער איז דאך איבערהויפט נישטא קיין אבסאלוטער אמת. דאס וואס איז מכלומרשט אמת היינט, קאן זיך דאך מארגן ארויסווייזן פאר א שקר גמור. אפילו די קאלקיולעשאנס און איקוואלס Calculations Equals פון צוויי מאל צוויי איז פיר מוז נישט זיין אמת ווען דער רעכענונג דארף אויס קומען צו עפעס אנדערשט. דאן הויבט זיך אן וואקלען. דער וועלטלעכער איז דעריבער למעשה א צייט-ווייליגער גלויביגער אין א צייטווייליגער אמת, אין וועלכע ער איז גישט איבער-צייגט און איז בכלל נישט זיכער אין אים, נאר גלויבן גלויבט ער אין אים צייטווייליג, און איז מכריז ומודיע אז ער איז נישט זיכער אז דער אמת איז באמת אמת און איז מסופק צו עס איז טאקע אמת לאמיתה.
א איד א מאמין איז אויף אזוי פיל זיכער און איבערצייגט אין דעם אמת פון דער אמונה און ער זעט די אמונה אלס אמת לאמיתה אז ער ווערט נישט דערשיטערט דורך די צייטווייליגע אמתן וועלכע זיי דארפן דאס זיין די צעטרייסלער פון אמונה אין דער צייט ווען זיי שטייען אין דער רייע און ווארטן אז זייער פאלשקייט זאל זיך ארויסווייזן פריער אדער שפעטער.
א איד א מאמין איז איבערצייגט אין דעם אמת פון דער אמונה ווייל נאך אלע אמתע וועלטלעכע אמתן ווייזט זיר דאן ארוים כמעט יעדן פרימארגן אז אן אנדערער אמת האט אויפגעהערט צו זיין אמת האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן אין דער צייט וואס קיין שום זאך אין דער וועלט, נישט אין דער וויסנשאפטלעכער, נישט אין דער פילסאפער האט געקאנט צעטרייסלען די אמונה.
אגב, דער גאנצער ענין פון איבערצייגונג איז דאך א רעלאטיווער איבערצייגונג ביים היינטיגן טאג שטיצט זיד אדער אויף געפיל אדער אויף פאקטן. אמונה שטיצט זיך אויף ביידע. ביי א איד א מאמין איז דא א געפיל פון אמונה נשמת כל חי תברך, צמאה נפשי לאלקים, ער שטיצט זיך אויר אויף פאקטן השמים מספרים כבוד א-ל ומעשי ידיו מגיד הרקיע, אויף דעם לעבנס פאקט פונעם מענטש אויף זיין שכל די גאנצע וויסנשאפטליכע אנטוויקלונג און וועלטלעכקייט ענטפערט נישט אויף דעם בראשית פון די פאקטן. דער פאקט פון דער וועלטס עקזיסטענץ, פון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ פון זיין לעבן, זיין אטעמען, זיין פילן, זיין דא זיין דאס זאגט פאר דעם איד דעם מאמין עדות אז. בראשית ברא אלקים, אז דעם ראשית האט גאט באשאפן די וועלטלעכקייט די וויסנשאפט ענטפערט מיט גאר נישט אויף דער פראגע פון בראשית זי שטייט הילפלאז זי זאגט זי ווייסט נישט ווי אזוי צו דערקלערן דעם בראשית דעם ערשטן יש דעם ערשטן דא זיין די וועלטלעכקייט די וויסנשאפט די וועלטלעכע וויסנשאפט דווקא זיי פאדערן בלינדע גלויבן אין איקוועלס/רעזאלטאטן, וועלכע זיי דערקלערן אז עס איז מעגליך אז מארגן וועלן זיי זיך ארויסווייזן פאר פאלש און וועלכע טאג איין טאג אויס ווייזן זיך ארויס באמת אז וואס עס איז נעכטן געווען אמת איז היינט שקר גמור. א איד א מאמין איז איבערצייגט אין אמת פון דער אמונה אדאנק דער איבערצייגונג קאן ער זיך מיסרנפש זיין נישט בלויז פאר דער אמונה נאר אויך פאר תורה און מצוות ער איז איבערצייגט אז ער איז זיר מוסר נפש זיין פארן אמת.
א איד א מאמין ווייסט אבער אויך אז לפתח חטאת רובץ און אז אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא דעריבער קאן א איד א מאמץ בלייבן א מאמין אפילו ווען ער ווערט אמאל נכשל אין אן עבירה. אן עבירה ביי א איד א מאמין אויסער אין אויסנאמספאלן איז אן אויסערלעכע זאך אין וועלכער א מענטש קאן נכשל ווערן אויסערליכע סיבות ברענגען אים דערצו.
אין חסידישן לשון רופט מען עם ער איז געפאנגען געווארן פון די חצונים דאס הייסט פונעם אויסערליכן לעבן ארום ער קאן נישט ביישטיין דעם נסיון פון אלעם ארום אים און ווערט מיטגעריסן מיטן שטראם אזא איד איז אן עובר עבירה פורק עול מצוות אבער כל זמן ער וויל נישט פארענטפערן זיין יצר הרע מיט נישט אמונה קאן ער טראץ דעם זיין א איד א מאמין ער דארף זיר אנשטרענגען צו באקעמפן צו באזיגן די חיצונים די אלע אויסערלעכע זאכן וועלכע ברענגען אים עובר צו זיין עבירות. ער ווערט גערופן צו תשובה אויף די שלעכטע מעשים מען רופט צו תשובה דווקא א איד א מאמין ווייל נאר א איד א מאמין גלויבט אין תשובה דעריבער קאן א איד א מאמין ליב האבן ממש ליב האבן יעדן איד אפילו א איד וואס טוט אן עבירה ווייל א איד א מאמין איז זיך נישט מתייאש פון א איד וואס ווערט נכשל אין אן עבירה אפילו אין א סך עבירות א איד א מאמין האט אבער א פארביטערטן קאמף מיט נישט גלויביגע באזונדער מיט די וועלכע ווילן איינרעדן זיך און אנדערע אז זיי גלויבן אז זיי זענען איבערצייגט אין נישט גלויבן ווען זיי פראקלאמירן זיד אלס גלויביגע פונעם נישט-גלויבן.
גלויבן און נישט גלויבן אמונה אין דער כפירה דאס איז נישט קיין פריוואטע זאך, דאס גראבט אונטער דעם גאנצן יסוד פון דער אידישער אמונה פון דעם גאנצן וועזן פונעם אידישן פאלק און קעגן דעם שטעלט זיך אנטקעגן דער איד דער מאמין אן פשרות, דא קאן ער נישט מוותר זיין, דא מוז ער פירן די מלחמה ביזן סוף. אזוי דארף מען פארשטיין דעם קאמף פונעם אידנטום קעגן קריסטן'טום די באציאונג צו שפינאזא און אנדערע דאס איז געווען א קאמף קעגן אויסטוישן די אידישע אמונה, די אמונת אמת אויף אן אנדערער אמונה אויף א פאלשער אמונה גלויבן אין שקר דא איז נישטא קיין וועג פאר קיין פשרה מען קאן גישט צווינגען קיינעם צו גלויבן אבער ווען מען קומט צו א איד א מאמין און מען זאגט אים איך גלויב נאר גאר אין עפעס אנדערש הייסט עס עבודה זרה דאס איז נישט ווי מען זאגט איך גלויב נישט דאס הייסט איך גלויב אין עפעם אנדערש אין עבודה-זרה דאס הייסט אויס-טוישן די אידישע אמונה אויף אן אנדערער אמונה און וואס איז פאר א איד א מאמין אן אונטערשייד צי מען זאגט אים אז מען גלויבט אין יוזל אין מוחמד אין אבסטראקטער צווייפל-האפטער וויסנשאפט סטאלין, אדער עפעס אנדערש אלע צוזאמען איז עס עבודה זרה טראץ דעם וואס עס איז אן אונטערשייד אין א מילימעטער פון איין עבודה-זרה צו דער צווייטער.
א איד א מאמין קאן פארשטיין ווען אידן היטן נישט אפ תורה און מצוות ווען זיי זענען עובר עברות דאס הארץ בלוטיגט אים, אבער ער איז זיך נישט מייאש, ער גלויבט אין תשובה אבער ווען זיי קומען און פראקלאמירן מיר ווילן געבן דעם פאלק א נייע אמונה, אן אנדער אמונה דא הויבט זיך אן דער קאמף אין יסוד פונעם עקזיסטענץ נישט פונעם יחיד נאד פונעם פאלק ישראל פון זיין אמונה און עס איז נישט וויכטיג ווער עס וויל אים צווינגען איינטוישן די אמונה אויף אן אנדערער אמונה.
נישט אידן אדער אידן. דא קומט עס צו מסירת נפש דא איז נישט קיין פראגע וואס עמעצער טענהט איך גלויב נישט איך וויל נישט היטן די תורה, ניין נישט אזוי שטייט די פראגע. די פראגע שטייט מען וויל צווינגען דאס פאלק אנשטאט צו גלויבן אין אמונת אמת אין בראשית ברא אלקים וויל מען אויף אים ארויפצווינגען נייע אמונות איך זאג בכוונה נייע אמונות לשון רבים ווייל די וועלכע קומען און טענהן כלומרשט אז זיי גלויבן נישט שרייען גלייכצייטיג אז זיי גלויבן יא נאר יעדער האט זיך אן אנדער גאט און אט די אלע פרעמדע געטער עבודה-זרות וויל מען ארויפצווינגען אויף דעם אידישן פאלק.
עס האנדלט זיו נישט וועגן נישט מישן זיך אינעם פריוואטן לעבן, אידן מאמינים מיט רעכט אדער אומרעכט האבן שויו זיך צוגעוווינט ווי מען זאגט צו די צרות אז עס זענען דא אידן, וואט טענהן אז זיי גלויבן נישט, וואס טענהן אז זיי קאנען נישט מקיים זיין מצוות טראץ דעם, וואס מען איז זיד פון זיי קיינמאל נישט מייאש. עס האנדלט זיך איצט אז די נייע מאמינים אז די וועלטלעכע עובדי עבודה זרה ווילן איצט ארויפצווינגען אויף אידן מאמינים א נייעם גלויבן מען זאגט מען מוז געפינען א וועג אז רעליגיעזע אידן און נישט רעליגיעזע אידן זאלן קאנען לעבן צוזאמען דאס איז מעגליך זאגט מען ווען רעליגיעזע אידן וועלן פארשטיין א מען קאן נישט צווינגען נישט רעליגיעזע אידן אין זייער פריוואטלעבן צו היטן תורה און מצוות.
אבער ווען עס שטעלט ביים היינטיגן טאג אזוי אוועק די פראגע אין מדינת-ישראל איז אדער ער איז א תמים, אדער ער קאן נישט די פאקטן היינט האנדלט זיך נישט וועגן אריינמישן זיך אינעם פריוואטן לעבן פון נישט רעליגיעזע אידן היינט האנדלט זיד וועגן דעם אז נישט רעליגיעזע אידן טענהן אז זיי האבן אויך אמונה און אדאנק דעם וואס זיי האבן באהערשט די מאכט אין לאנד ווילן זיי אויפצווינגען זייער אמונה וואס פאר די אידן מאמינים איז עס עבודה-זרה אויך דעם לעבן אינעם לאנד אויף אידן מאמינים אויף דער דערציאונג פון זייערע קינדער.
מען וויל דאס פאלק אין ישראל פארוואנדלען אין אן אנדער פאלק אין אן עם אחר מיט אן אנדער אמונה מיט עבודה זרה געפונען א וועג אז נישט פרומע אידן זאלן נישט זיין געצווונגען מקיים צו זיין תורה און מצוות דאס איז דאס פראבלעם? מען צווינגט עמעצן מקיים צו זיין תורה און מצוות? די לאגע היינט איז אז מען שטעלט זיך אנטקעגן ווען מען וויל ארויפצווינגען אויף אידן מאמינים א פרעמד גלויבן אן עבודה זרה עס איז גענוג צוויי דריי פאקטן.
עס קומען איצט ברוך השם צענדליקער טויזנטער אידן מאמינים נישט בלויז וואם מנהג אבותיהם בידיהם פון מאראקאנער און טוניסער דערפער לויט אלע כללים פון פרייהייט פון געוויסן דארף מען פאר די אידן בויען דערפער ווו זיי זאלן ווייטער קאנען לעבן ווי אידן מאמינים אז מען נעמט די אידן און מען זעצט זיי אריין אין דערפער אן יידישקייט אן א רב א שוחט א מקווה א רעליגיעזע שולע באזונדערס דאס לעצטע אנשטאט דעם שיקט מען זיי דערציער מענטשן וועלכע נישט בלויז זיי זענען עובר עברות בפרהסיא אין די אויגן פון די מענטשן נאר רימען זיך פראקלאמירן אז זיי האבן א נייעם גלויבן רופט עס ווי איר ווילט צי הייסט דאס נישט אז מען וויל אויפצווינגען אויף אידן מאמינים א נייע אמונה אמונה אין כפירה הייסט דאס נישט מען וויל צווינגען עלטערן זיי זאלן דערציען זייערע קינדער צו אן אנדערער אמונה דאס איז דאך אין א געוויסן זין דער קאמף ארום דעם קריגס קלוב אין מאה שערים
ווען עלטערן מאמינים וועלכע לעבן אין חוץ לארץ גיבן זייערע קינדער צו דערציען אין ארץ ישראל מיט דעם באדינג אז מען זאל פאר זעצן דא זייער דערציאונג אלס אידן מאמינים און שומרי תורה ומקיימי מצווה איז אנשטאט אויפצושטעלן אזעלכע אנשטאלטן נעמט מען די קינדער און מען שיקט זיי אין אנדערע אגשטאלטן ווו מען גיט זיי אן אנדערע דערציאונג פון א פרעמדער אמונה אדער פון א רעפארמירטער אמונה איז דאס א פראגע פון צוזאמענלעבן צווישן רעליגיעזע און נישט רעליגיעזע אידן אדער איז עס א פראגע פון וועלן אויסרייסן דער אמתער אידישע אמונה און זי אויסטוישן אויף א פרעמדער אמונה.
ווען אין גדנ"ע זאגט מען אונז מען קאן נישט צווינגען אלע צו היטן שבת ווי אידן מאמינים היטן אכטונג געבן אויף כשרות אזוי ווי אידן מאמינים היטן מען קאן נישט צווינגען אלע צו לעבן אין אן אטמאספערע פון יידישקייט אמונה איז עס בארעכטיקט אז די אמונה-יוגנט זאל מען דערלויבן זיך צוזאמענהאלטן אין באזונדערע גרופעס ווו זיי זאלן קאנען לעבן אויר אין גדנ"ע אין אן אטמאספערע פון אמונה אדער איז עס בארעכטיקט ווען מען וויל אויף זיי ארויפצווינגען אן אטמאספערע פון נישט-אמונה, בעסער געזאגט פון אמונה אין עפעס אנדערש אין עבודה זרה,
איצט קומט צו נאך א שווער פונקט פאר א איד א מאמין איז דער ענין פון אמונה און פון תורה און מצוות נישט קיין פריוואט זאך פון ראובן און שמעון די אמונה איז די אמונה פונעם פאלק ישראל ראובן און שמעון זענען פארפליכטעט צו היטן די אמונה מקיים צו זיין די תורה און מצוות ווייל זיי זענען קיגדער פונעם פאלק ישראל דאס וועלן ארויסרייסן די אידישע אמונה אדער אויסטוישן זי אויף אן אנדערער אמונה אראפנעמען פונעם פאלק די תורה און מצוות איך רעד נישט פונעם יחיד הייסט אונטערברענגען דאס אידישע פאלק פאר א איד א מאמין איז די עקזיסטענץ פונעם יידישן פאלק אן אומטיילבארער טייל פון דער אמונה פון דער תורה פון דער גאנצער וועלט עקזיסטענץ פון דער צוקונפט פון דער מענטשהייט דא איז אויך נישט די פראגע בלויז פון אבסטראקטער אמונה עס איז דאך א פאקט אז יחידים אדער גרופן איגעם פאלק וועלכע האבן אויסגעטוישט די אריגינעלע אידישע אמונה אויף אנדערע גלויבנס אדער וועלכע האבן פון זיך גענצלעך אראפגעווארפן די תורה אח מצוות זענען במשך פון דער צייט אפגעפאלן פון דעם אידישן פאלק זיד אפגעריסן פונעם אידישן ווארצל און אויב היינט זענען דא גרופן און יחידים אין ישראל וועלכע רעדן וועגן צוויי פעלקער א ישראל פאלק איו מדינת ישראל און א אידיש פאלק אין גלות אויב עס זענען שוין דא היינט גרופן און יחידים אין מדינת ישראל דווקא פון נישט רעליגיעזע קרייזן וועלכע פרעגן צי זענען מיר נאד אידן? איז דאך דאס ווייל זיי פילן און דאס האט אין זיך א געוויסע מאס פון אמת אז נאך דעם ווי זיי האבן אויסגעטוישט די אמתע אידישע אמונה אויף עפעס אנדערש אז נאך דעם ווי זיי האבן געשאפן א גויאישן לעבנסארט אן תורה און מצוות הערט ממילא אויף צו עקזיסטירן דאס אידישע פאלק הערן אידן אויף צו עקזיסטירן.
פאר אידן מאמינים וועלכע די עקזיסטענץ פונעם אידישן פאלק איז אמונה קדושה איז דאך דאס א גרויל א ציטער כאפט דאך אן ווען דווקא נאך דער אנטש-טייאונג פון מדינות ישראל און א דאנק כאילו איר אנטש-טייאונג דראט א סכנה דער עקזיסטענץ פונעם אידישן פאלק איר איינהייט איר אמונה דראט א סכנה אז אידן שטעלן זיך די פראגע צי זיי זענען נאך אידן.
די פראגע איז גישט צו געפינען א וועג אז תורה און מצוות זאלן נישט באשווערן די עקזיסטענץ פון דער מדינה אז נישט רעליגיעזע אידן זאל מען נישט צווינגען צו היטן שבת נישט אזוי שטייט די פראגע קודם כל שטייט די פראגע ווי אזוי צו דערמעגלעכן אידן מאמינים זיי זאלן קאנען לעבן און דער ציען זייערע קינדער ווי מאמינים. די צווייטע פראגע וואס שטייט און זי איז אסאך טיפער און טראגישער ווי אזוי פארמיידט מען אז דא זאל גישט אנטשטיין אן אנדער פאלק, נישט פאלק ישראל וואס וועט גלויבן אין אן אנדערער אמונה אין עבודה זרה וועט האבן א פרעמדן לעבנסארט וועט זיך אפרייסן פונעם יידישן פאלק, און דער וועלט וועט פארלייקענען זיין איינהייט ווען חס ושלום דער פראצעס זאל אזוי אנהאלטן אז מען דערציט די אוגנט צו גלויבן אין אן אנדערער אמונה אין אנדערע אמונות מען דערמעגלעכט נישט אידן מאמינים פארצוזעצן צו לעבן אין זייער אמונה און אין זייער לעבנס-ארט פון תורה און מצוות ווען דער אידישער שבת זאל אויפהערן עקזיסטירן מען פאדערט דאו צו דערלויבן שבת טראנספארט צו ארבעטן אין פאבריקן און אין פריוואטע ווארשטאטן צו דערלויבן ציווילע חתונות עס זענען דא אן א שיעור געמישטע חתונות מיר זענען גאר נישט זיכער ווי עס וועט האלטן מיט מל זיין אידישע קינדער אויב דער פראצעס פון סעקולאריזאציע וועט אנהאלטן.
דער יידישער כשרער טיש הערט אויף צו עקזיסטירן קינדער ווייסן נישט וואס איז א ספר תורה וואס איז א טלית און תפילין וואס איז א סידור א. א. וו.
לערנט דאך אונז די היסטאריע אז דער טייל פונעם פאלק מיט דער צייט הערט אויף צו עקזיסטירן אלס פאלק ישראל ער פאלט אפ פון אים, אידן מאמינים אין ישראל אן אונטערשייד פון פארטיי וועלכע זענען היינט אזוי פארביטערט און פארצווייפלט זענען עס צוליב צוויי זאכן ווייל מען דערמעגלעכט נישט אידן מאמינים פארצוזעצן זייער אמונה לעבן און אזוי דערציען זייערע קינדער ווי זיי גלויבן און ווייל זיי זענען פול מיט ציטער און שרעק וועגן דעם גורל פון דער עקזיסטענץ פונעם יידישן פאלק אין מדינת ישראל וועמען עם דראט א געפאר פון פארפרעמדן זיד צו זיך אליין.
אוודאי קאן מען אנווייזן אויף אסאך ליכטיגע זייטן אין מדינת ישראל דער עצם עקזיסטענץ פון מדינת ישראל איז דער גרעסטער קדוש השם און נצחון פונעם אידנטום איבער אנדערע עס איז היינט דא אין מדינות ישראל מער תורה און יראת שמים ווי אין וועלכער עס איז די מדינה, עס זענען דא פאראן שטארקערע קאדרען אויך פון יוגנט וועלכע די אמונה איז ביי זיי איינגע-ווארצלט ביז מסירת נפש האט די מדינה אויף זיך גענומען פיל פליכטן פון שבת כשרות רעליגיעזע חתונות רעליגיעזע דערציאונג א.א. וו. אבער דער געדאגקען גאנג וועלכער האט באהערשט א גרויסן טייל פון מדינת ישראל און זיינע פירער איז מיט געוואלד צו פארוואנדלען די אידן אין ישראל אין אן אנדער פאלק זיי געבן אן אנדער גלויבן ענדערן די אידישע אמונה אראפ-ווארפן פון זיך דעם אידישן לעבנס-ארט און דא שטייט די גרויסע גרוילעכע פראגע די פראגע שטייט גישט צי נישט רעליגיעזע אידן וועלן קאנען נישט היטן תורה און מצוות הלוואי וואלט אזוי געשטאנען די פראגע נאר צי שאפט זיך נישט דא א נייער פאלק וועלכעס וועט זיך פארפרעמדן צו זיין אמונה צו זיין לעבנ-סארט צו זיינע ברידער און שוועסטער צו אידן אין דער גארער וועלט און אלס נאטירלעכער רעזולטאט פון דעם וועט דאס פאלק דא מיט דעי מדינה צוזאמען חלילה אויפהערן צו עקזיסטירן אידן מאמינים שרעקן זיך נישט אז דאס אידישע פאלק בכלל זאל אויפהערן עקזעסטירן. דאס נישט אבער מדינת ישראל און דאס פאלק אין איר אויסער די אידן מאמינים קאנען חלילה אויפהערן צו עקזיסטירן עס קאן חלילה ווידער קומען צו א חורבן נישט דורך אויסערלעכע כוחות נאר דורד אינערלעכער פאר-פרעמדקייט דורך אינערלעכער אויפהערנדיגער עקזיסטענץ וואס אידן מאמינים פאדערן פון נישט רעליגיעזע אידן און דערמעגלעכט אידן מאמינים פארצוזעצן אן אמונה לעבן צו דערציען זייערע קינדער אין אמונה לעבן צווינגט נישט אויף דעם פאלק א פרעמדע אמונה. צווינגט אים נישט אויפהערן צו עקזיסטירן אלם פאלק ישראל מיט זיין אמונה מיט זיין לעבנס-ארט דאס שטייט אין געפאר די עקזסטענץ פין מדיגת ישואל און צעברעכט דאס אידישע פאלק אפהיטן די איינהייט פונעם יידישן פאלק זיין גאנצ-קייט זיין אמונה און לעבנס-אינהאלט אין זיין מדינה מדינת ישראל אט דאס ווילן רעליגיעזע אידן.