בלאט 1 פון 1

וואס איז פשט פון 'קאלטענעס'?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 4:29 pm
דורך פלייש
אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 5:42 pm
דורך Yesh
די האסט בילדער? וואל איך האב עס נאכניש גזען

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 5:57 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
פלייש האט געשריבן:אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:14 pm
דורך שמן למאור
פון נישט קעמען געשעט עס נאכנישט. עס געשעט ביי די פרומאקעס וואס זענען מקפיד נישט צו טאטשן די בארד.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:19 pm
דורך שעפטאל
הודעה לכל חסידי סטוטשין.
דער וואס דארף א קאלטענעס עמערדשענסי און קען נישט ווארטן אזו לאנג
קען מיך אישי'ן, כ'האב ב"ה אויסגעטראפן א מהלך, ס'נעמט נישט מער פון אפאר מינוט, און ס'קוקט אויס ווי עכט קאלטענעס.
אויב מ'לאזט עס אזוי פאר 2 וואכן (אהן קעמען) ווערט עס געהעריג קאלטענעס.
אכשר דרא, א שנעלע וועג צו ווערען הייליג :D

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:32 pm
דורך פארווע חסיד
שעפטאל האט געשריבן:הודעה לכל חסידי סטוטשין.
ולכל חסידי קאסוב

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 7:54 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פלייש האט געשריבן:אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...
איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.

אלס יונגער בחור/יונגערמאן איז ער געגאנגען אנגעטון מיט דעם מאדערנעם (ליטווישן) לבוש. אן אראפגעבויגענעם גרויען היטל. א סינגל ברעסטעד סוט מיט א נעקטיי. און קליען שעיווען, פארשטייצעך. שפעטער ווען ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד האט ער מחמת רוב פרישותו נישט גענימען קעיר פון די בארד. און ער האט באקומען קאלטענעס. נאכדעים האט מען געמוט אפשערן א טייל פון זיין בארד.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 9:16 pm
דורך ערנסטגערעדט
שמן למאור האט געשריבן:פון נישט קעמען געשעט עס נאכנישט. עס געשעט ביי די פרומאקעס וואס זענען מקפיד נישט צו טאטשן די בארד.
מאדנע זאך געזען דעם שבת, טאקע א יונגערמאן וואס קוקט אויס ווי א סיריעס פרוש האט געהאט איין געהעריגע שיינע פאה, און דער צווייטער איז געווען קאלטענעס (אגב די ערשטע מאל וואס איך זעה דעם ווארט) זיין בארד איז יא געווען געהעריג, וצע״ג

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 9:49 pm
דורך פונדאַמענטאַל
פלייש האט געשריבן:אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגיענע ווי היינט
היינט איז אויך נישט דא ביי געוויסע...
ווייסטו דען נישט אז חדש אסור מן התורה?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 9:51 pm
דורך חב''ד הויזן
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
פלייש האט געשריבן:אמאל ווען ס'נישט געווען קיין געהעריגע היגענע ווי היינט, האט זיך געקענט מאכן אז איינער האט באקומען קאלטענעס, אבער וואס איז פשט וואס מ'זעט לעצטענס אויכעט גאנץ יונגע מענטשן דערמיט?
דאס געשעהט אז מען קעמט נישט דעם בארד...
איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.

אלס יונגער בחור/יונגערמאן איז ער געגאנגען אנגעטון מיט דעם מאדערנעם (ליטווישן) לבוש. אן אראפגעבויגענעם גרויען היטל. א סינגל ברעסטעד סוט מיט א נעקטיי. און קליען שעיווען, פארשטייצעך. שפעטער ווען ער האט זיך געלאזט וואקסן א בארד האט ער מחמת רוב פרישותו נישט גענימען קעיר פון די בארד. און ער האט באקומען קאלטענעס. נאכדעים האט מען געמוט אפשערן א טייל פון זיין בארד.
פארוואס האט מען געדארפט אפשערן?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:50 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
נעשה בלילה ע"י שד וסכנה להסיר

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:59 am
דורך צפור בודד
לרבים השואלים, קאלטענעס מאי הוא, גוגלתי ונושעתי: קאלטענעס היינו dreadlocks

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:23 am
דורך berlbalaguleh
גוגל מעג זאגן ביז מארגן...! נאר ס'איז באוואוסט איבעראל אז קאלטענעס מיינט קניפן אין די האר. בארד אדער פיאות.

דער שרייבער חיים גראדע ברענגט א מעשה איבער א פרוי (מלכה, די גרושה. ר' חזקיה טייטלבוים דער שלאסער'ס טאכטער) וועלכע האט געהאט קאלטענס אין איהרע האר...דאס האט זי נישט באקומען אין ביוטי פארלאר. נאר ס'האט זיך געמאכט צוליעב א קראנקהייט. אדער פון נישט וואשן די האר געהעריג. מיט שעמפו און קאנדישיאנער...!

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:34 am
דורך צפור בודד

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:45 am
דורך לייביששרייבער
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: איינער פון די גדולי ישראל וועלכער איז מיט עטליכע יאר צוריק נפטר געווארן. ער האט אויך געהאט קאלטענעס אין זיין בארד.
דער קאסאווער רבי פון ב"פ האט קאלטענעס.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 4:48 pm
דורך זיינוועל
יא, ר' יוחנן וואזנער דער סקווערער דיין פון קאנאדע האט נישט געמעגט צוליב א אפעראציע וואשן דעם קאפ, און ער האט דערפאר נישט געמאכט זיינע פיאות געהעריג, און וויבאלד ס'איז געווען אראפגעלאזט עטליכע חדשים אנע אנרירן, איז עס געווארן אזוי; קאלטענעס.

כ'קען נישט פארשטיין וואס זיי טראכטן, ס'איז דאך זייער נישט בכבוד'דיג פאר אנדערע מענטשן. איז נישטא א היתר עס מסדר צוזיין?