בלאט 1 פון 7

חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:13 am
דורך מורינו הרב
איך מיין אז עס איז שוין צייט צו עפענען אזא אשכול.

פאראן וואס זאגן אז דער הפלאה האט אפגעלאזט חסידות אין די לעצטע יארן.

ווער נאך? - מיר ווארטן אויף די חברי הפארום.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:57 am
דורך לאדיך אפ
אריין אין זאכן וואס כ'וויל וויסן אשכול. ווי איז טאמבל סאס?...

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:41 am
דורך קורץ און שארף
מורינו הרב האט געשריבן:איך מיין אז עס איז שוין צייט צו עפענען אזא אשכול.

פאראן וואס זאגן אז דער הפלאה האט אפגעלאזט חסידות אין די לעצטע יארן.

ווער נאך? - מיר ווארטן אויף די חברי הפארום.


קיינמאל געהערט אזא שמועה. ווער זענען די 'פאראן'?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:41 pm
דורך zurich
חסידות איז צו געשמאק אז ס'זאל זיין גדולים וואס האבן עס אפגעלאזט!!

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:41 pm
דורך שרייבער
ער האט נישט אפגעלאזט, ער האט געוואוינט אין פראנקפורט האט ער נישט געקענט פירן ברבים

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:52 pm
דורך we will
Rabbi Eliezer David Paul left storks and became litvish

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:12 pm
דורך לאדיך אפ
וואס איז מיט בערעניו?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:18 pm
דורך we will
Who is בערעניו?

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:10 pm
דורך טאמבל סאס
מיט הרב אליעזר דוד פאל ז"ל איז געווען א זייער פארווייטאגטע נושא, ער האט זיך נעבעך אסאך אנגעליטן צווישן חסידים, און מ'האט אים גאר שטארק גערודפ'ט קודם אין וויזשניץ, דערנאך דאכצעך מיר אין טאהש, און זייענדיג א גרויסע ת"ח, און אויסגעהאלטן לויט הלכה, האט ער נישט געקענט פארליידן די פארשידענע קולות, און נויגונגען וואס די חסידים טוען דא און דארט. ביז ווען ער האט מחליט געווען לאמיך אפ מיט די אלע מעשיות, די רבי'ס זענען איין שטיק שקר און ער האט געדראפט די גאנצע עסק. ס'איז נאך דא אסאך צורעדן דערפון, אבער היות איך בין נישט באקאנט מיט די גענויע דעטאלן וועל איך מיר ענדערש האלטן דעם פיסקל און לאזן די מבינים אריינרעדן. איך וויל אבער קלאר מאכן, דאס אלעס נעמט נישט אוועק קיין פינטל פון זיין ערליכקייט, לומדות און ישרות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:13 pm
דורך לאדיך אפ
ס'דא מייניך א גאנצע אשכול איבער הרב פאל והלינקים ילינקקו. בערעניו איז דער ריזשענערס זון וואס איז געווארן א משכיל און נאכדעם תשובה געטון.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:17 pm
דורך ישבב הסופר
האדמור מיבלונה, נעבעך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:40 pm
דורך יידל
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'דא מייניך א גאנצע אשכול איבער הרב פאל והלינקים ילינקקו.

נישט קיין גאנצער אשכול. אפאר תגובות דא. א שיינער איבערזיכט דורך שמואל שלום שלמה, ענליך צו טאמבל סאס'ן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:12 pm
דורך תלמיד חכם
we will האט געשריבן:Who is בערעניו?

די זוהן פינעם הייליגען ריזענע'ר די נייע ספר -ביך פון דוד אסף איז מאריך אין אים ,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:23 pm
דורך אויס מענטש
די בוך הציץ ונפגע פון דוד אסף איז א ליקוט פון אסאך ביכער געשריבן אין די השכלה גייסט
און אפי' זאכן וואס פרייע שרייבער האבן געשריבן נאר זיי האבן נישט געשריבן מיט גיפט, ווי א שטייגער אזוי ווי יהושע ראקער האט ער אינגאנצן פארדרייט און אראפגעשניטן פון זייערער ווערטער וואס ער האט געוואלט
ווער רעדט נאך פון זיין נייע בוך נאחז בסבך איז א שוידער צו ליינען
עס איז אזוי ווי מיר זאלן ליינען חיים שאולזאוןס בלאג אין 100 יאר ארום אין אלעס אנענעמען אלץ תורת אמת
עס קען זיין אז זאכן זענען עפעס אמת אבער עס אנצונעמען במילואו איז שטותים און פשוט שקר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:41 pm
דורך יידל
אויס מענטש, הציץ ונפגע איז די נייע, נאחז בסבך איז די אלטע.
דאס אז עס איז א שוידער צו ליינען מיינט נאך נישט אז עס פאלש, אזוי אויך אויב איז עס געשריבן מיט גיפט. אמת קען אמאל זיין עקלדיג און גיפטיג. נאר וואס דען? מען דארף זיין שטארק קריטיקעל ווען מ'ליינט אזא בוך און איבערקוקן צוויי מאל בעפאר מ'קומט צו מסקניות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:44 pm
דורך תלמיד חכם
אויס מענטש האט געשריבן:עס קען זיין אז זאכן זענען עפעס אמת אבער עס אנצונעמען במילואו איז שטותים און פשוט שקר

פשוט אזוי......

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:47 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:אויס מענטש, הציץ ונפגע איז די נייע, נאחז בסבך איז די אלטע.
דאס אז עס איז א שוידער צו ליינען מיינט נאך נישט אז עס פאלש, אזוי אויך אויב איז עס געשריבן מיט גיפט. אמת קען אמאל זיין עקלדיג און גיפטיג. נאר וואס דען? מען דארף זיין שטארק קריטיקעל ווען מ'ליינט אזא בוך און איבערקוקן צוויי מאל בעפאר מ'קומט צו מסקניות.


יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:07 pm
דורך אויס מענטש
גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן
בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:01 pm
דורך יידל
אויס מענטש האט געשריבן:גיי ארויף אויף איינע פון דוד אסף'ס בלאגס וועסטו זעהן ווי מען פרעגט אים שטארק אפ זיינע פאקטן און מען ווייזט אים אויף כדברי הנ"ל
און ער דרייט דארט מיט די צונג
איך האב אדורך געטון די פר' פון בערניו פון אלטע בוכער און צייטונגען
נאך פאר איינער האט בכלל געשריבן דערפון
און איך זעה ווי ער האט גענומען א ליניע פון אנפאנג אן, צו מאכן דערפון א געבראטנס און ער פארהוילט זיך פון אסאך פאקטן

כדברי וועלכע נ"ל?
אדרבא! גיב אונז לינקס, זאג אונז וואס דו האסט געפונען פאלש און זיינע ביכער! טאקע ווייל ער איז נוטה לצד אחד דארף מען אים ליינען קריטיקעלי. אבער אים סתם אזוי אוועקמאכן בלויז ווייל ער זאגט נישט וואס מיר ווילן הערן? אגב, דער מהר"ם מ'רוטנבורג האט אויך געהאט א זון שנחמץ און אזוי אויך דער מאור ושמש. איך זע נישט עס זאל זיי האבן געשאדט.

אויס מענטש האט געשריבן:בנוגע זיין בוך בעצם איז א שוידער וואס ער שרייבט דארט, זיינע השגות אויף די פריערדיגע גדולי תלמידי הבעשה"ט איז אזוי ווי ער רעדט פון די היינטיגע כל העולם כולו ניקעס

טאקע א געפערליכע חוצפה. אבער ווי אויבנדערמאנט, אמת מעסט זיך נישט אין דעם שפראך אין וואס זי ווערט געזאגט.

שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, נישט יעדער איז אין די מדריגה פון "תוכו אכל וקליפתו זרק", ליבערשט זאל מען נישט לייענען און נישט וויסן.
וואס טראכסטו? ס'איז א נקודה?

אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:06 pm
דורך משה געציל
אויף די אינסייקלפידיא פון חב״ד האבן זיי א בלאט איבער ר׳ חיים וואלפער מגדולי חסידי המגיד וואס האט שפעטער פארלאזט חסידות און געווארן א שארפע מתנגד. פארשטייט זיך אז זיי באשמירן שוין אויף אים אפאר לשה״ר אז ער איז געווארן א שיכור וכדומה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 2:07 am
דורך הדד בן בדד
משה געציל האט געשריבן:אויף די אינסייקלפידיא פון חב״ד האבן זיי א בלאט איבער ר׳ חיים וואלפער מגדולי חסידי המגיד וואס האט שפעטער פארלאזט חסידות און געווארן א שארפע מתנגד. פארשטייט זיך אז זיי באשמירן שוין אויף אים אפאר לשה״ר אז ער איז געווארן א שיכור וכדומה.


פארוואס רופסטו דאס אן באשמירן, דו ווייסט פאר א פאקט אז עס איז נישט אמת?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 5:52 am
דורך על המחיה
דאס אז ער איז נפל לשכרות ר"ל ווערט שוין געברענגט אין 'בית רבי'

זעה דא נאך אינפארמאציע אויף אים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 8:37 am
דורך משה געציל
הדד בן בדד האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:אויף די אינסייקלפידיא פון חב״ד האבן זיי א בלאט איבער ר׳ חיים וואלפער מגדולי חסידי המגיד וואס האט שפעטער פארלאזט חסידות און געווארן א שארפע מתנגד. פארשטייט זיך אז זיי באשמירן שוין אויף אים אפאר לשה״ר אז ער איז געווארן א שיכור וכדומה.


פארוואס רופסטו דאס אן באשמירן, דו ווייסט פאר א פאקט אז עס איז נישט אמת?

איך ווייס נישט פאר א פאקט. איך האב געשריבן באשמירט ווייל פון זייער לשון ווי אזוי זיי שרייבן דאס קוקט אויס ווי זיי ווייסן דאס אויך נישט פאר א פאקט, זיי שרייבן נאר אז מען פארציילט אז ער איז סוף ימיו געווארן א גרויסע שיכור.