בלאט 1 פון 1

טראמפ טויגט מער נישט 'יעצט', אדער חרטה אויף דיין שטימע?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 11:49 pm
דורך נוח
בעקבות דעם אשכול, בין איך נייגעריג, די אלע וואס פלעגן אמאל שטיצן טראמפ אבער האבן אויפגעהערט, צב"ש @דערהויבענע איד, @סקעפטיקער, @בעלינגהעם, ווי אזוי קוקט עטץ אן ענקער טויש אין דעה:

1) איך בין זייער צופרידן אז איך האב אמאל געשטיצט טראמפ, און ער איז געווען גאר גוט, אבער ווען עס איז געשען א געוויסע אינצידענט (צב"ש, ער האט געלייקענט אז ער האט פארלוירן די וואלן), האט ער פארלוירן זיין דעת, און יעצט טויגט ער שוין מער נישט, און איך קען אים מער נישט שטיצן.

אדער:
2) איך האב מיך אמאל איינגערעדט אז טראמפ איז גוט, אבער ווען עס איז געשען א געוויסע אינצידענט (צב"ש, ער האט געלייקענט אז ער האט פארלוירן די וואלן), האב איך איינגעזען אז ער האט מיך גענומען אויף א רייד מיט זיינע שקרים, און אויב וואלט איך פריער געכאפט ווער ער איז באמת, וואלט איך קיינמאל נישט געגעבן מיין שטימע פאר אים.

וועלכע איז עס?