בלאט 1 פון 1

אור הסולם

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:17 am
דורך רוחין חדתין
לעצטנס האב איך געליינט אפאר מאמרים פון בעל הסולם, זיין מהלך איז מיר זייער געפאלן, די געדאנק אז די כוונת התורה דרייט זיך אלס ארום עגאאיזם און אלטרואיזם, דאס אז עגאאיזם איז די סיבה פון יעדע שלעכטס, דהיינו אז די רצון לקבל וואס א מענטש האט בטבעו איז אזוי שטארק אז כדי צו באקומען וועט ער אפילו שלעכטס טהון פאר אנדערע, ובאמת אט די רצון לקבל איז די איינציגע בריאה חדשה וואס איז דא אין דעם בריאה, ווייל אלעס אנדערש איז מושרש במקורו עיקרא ושרשא דכל עלמין, ע"ד סדר השתלשלת (פרקי דר"א אפלטון) אבער א רצון לקבל האט דער בורא נישט ווייל ס'פעלט אים גארנישט, ער איז כל רצונו להשפיע.

קומט אויס די רצון לקבל פון די נברא איז וואס איז אים דאס מערסטע מרחק פונעם בורא, און כדי זיך צוריק מתאחד זיין בבוראו דארף מען משווה זיין הצורה ליוצרו, מאכן פון דעם רצון לקבל א רצון לקבל כדי להשפיע.

מיט דעם איז ער מסביר פארוואס ג-ט האט געווארט צו געבן די תורה ערשט נאך אונז זעמיר געווארן א גרויס פאלק, ווייל א יחיד קען נישט אויפגעבן אויף זיין רצון לקבל, אם אין אני לי מי לי, אבער א גאנצע פאלק אינאינעם וואס יעדענס מטרה איז נאר משפיע זיין קען מען אויפהערן פאוקסירן אויף זיך און ארבעטן לטובת הכלל.

אקעי יעצט צום פוינט, ער רעדט דאך לכאורה צו די זאך, איז פארוואס איז ער איגנארירט געווארן בעולם החרדי?
וועלכע השפעה האט ער געהאט אויף הרב קוק ז"ל?
ובכלל וועגען ממשיכי דרכו?
אין ויקיפדיה האב איך געזעהן אז ר' דניאל אלתר ווערט גערעכנט ווי א ממשיך דרכו, מי יודע פשר הדבר?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 2:23 am
דורך וואלווי
ער איז מקובל בכל העולם כולו, דאס איז חוץ וואס זיין זוהר איז א געוואלדיגע פירוש און אויך פארשפרייט אין גאנצע וועלט.

די עולם החרדי מיינסטו מן הסתם די ירושלים דאמעריקא/ וומסב"ג דישראל קרייז, נו, זיי זענען דאך נישט כורע לבעל, פון ווי זאלען זיי זוכה זיין צו נהנה זיין מאורו

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 9:19 am
דורך רוחין חדתין
רעד צו די מקובלים וועסטו זעהן, אין ישיבת שערי שמים איז מען אויסגשפראכן קעגען זיין מהלך, זיין אישיות מהיכי תיתי, אבער זיין מהלך קרומט מען מיטן נאז, ובכלל זעהט מען זייער זעלטן זיינע ספרים אין די שהולן.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 10:32 am
דורך רוחין חדתין
אויפן סייט הנקרא ״אור הסולם״ האב איך געליינט אז ער האט געהאט א תלמיד ר׳ יעקב מרדכי ברנדוויין, וואס האט געליטען רדיפות פארדעם, און אן אנדערע תלמיד וואס איז געווען געצווינגען זיך צו פורש זיין פון אים.

איך האב געהערט אז ר׳ אשר זעליג מרגליות האט געזאגט אז ער איז געגאנגען צו זיינע שיעורים און איז אנגעשלאפען דארט, סימנא מילתא אז מזאל נישט לערנען פון אים, האט הרב״ש גענטפערט סימנא מילתא אז די טאטע האט נישט געוואלט אז ער זאל קומען.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:24 pm
דורך יואליש
דאכט זיך אין ניו יארק קען מען קונה זיין תורותו ביים זשירקא רבי'ן אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:06 pm
דורך רוחין חדתין
ער זאגט שיעורים?

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:32 pm
דורך פונדאַמענטאַל
איר קענט פרובירן הרב גוטליב. ער גיבט כסדר שיעורים און מען קען עס טרעפן אויף יוטיוב.
(דיסקלעימער: דאס איז נישט קיין פערזענליכע אינדארסירונג, און איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אוטענטישקייט וכו').
https://youtube.com/@birkatshalom

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 2:57 pm
דורך קורץ שארף צום פוינט!
איך מיין אז די צוויי טערמינען דארט זענען "חסד" מיט "רחמים", ווען די צווייטע מיינט "נישט חסד", אבער מ'וויל נישט זאגן "דין" אדער "גבורות".

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
רוחין חדתין האט געשריבן:רעד צו די מקובלים וועסטו זעהן, אין ישיבת שערי שמים איז מען אויסגשפראכן קעגען זיין מהלך, זיין אישיות מהיכי תיתי, אבער זיין מהלך קרומט מען מיטן נאז, ובכלל זעהט מען זייער זעלטן זיינע ספרים אין די שהולן.

די בעל הסולם האט מחדש געוועהן א נייע מהלך אין קבלה, סיי מיט זיין פירוש אויף זהר און אויך אין זיין אנדערע פירושים, ממילא זענען אסאך טרעדישענעל ספרדישע מקובלים געוועהן ברוגז אויף איהם, אבער היינטיגע צייטן איז ער בכלל נישט אפגעפרעגט.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 11:46 pm
דורך רוחין חדתין
דאך האט ער נישט באקומען דעם אויבנאן וואס ער וואלט ווען געדארפט באקומען, דאס איז מיין הרגשה קען זיין איך בין נישט גערעכט.

אגב זעה איך אז די פרייע וועלט האט זיך יא אנגעכאפט אין אים.

בכל אופן אויב איינער קען מיר גיבן אביסל א לעכטיקייט ארום דעם אינטרסאנטן קאלירפולע מענטש וועל איך זיין שטארק דאנקבאר.