מדקדק אין קר"ש לאחר זמנו
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 8:01 pm
יענקל שפאצירט זיך אריין אין שול אויף א זונטאג (נעמען און טאג פארטוישט) אזוי צוועלף דרייסיג. "נו ווער וויל דאווענען?" שרייט ער, ער הייבט אן פרעגן דעם עולם, חיים משה וואס שטייט אויף פינף פופצן פארטאגס פונקטליך זיצט שוין דארט פאר זיין נאכמיטאג שיעור מיט'ן בלויען ארטסקרול גמרא, ער האלט שוין מיט מיט ר' אלי' סטפנסקי'ס שיעור נאך פון די לעצטע מחזור - און ער מאכט זיכער צו דערציילן פאר ווער ס'וויל וויסן אז ער איז נישט פון די לעצטע צוגעקומענע צום נייעם 'פעד' - געט א שלעפ ארויס זיין עירפאדס פון די אויער און זאגט מיט שפאס "וואס שחרית, באלד דאווענט מען שוין מנחה"..
מנחם נחום, א פריש גע'מקוה'טע חסידישע יונגערמאן וואס האלט זיך אינמיטן אנטון זיין גאר ברייטע שחרית גארטל, געט זיך א צושמייכל "נו, מ'קען שוין באלד דאווענען שחרית מנחה און מעריב צוזאמען, חחח"... ער מאכט זיכער צו דערמאנען דעם קאמארנא חצות איידער ער שמייסט ארויף די טלית אויפן פלייצע געט זיך א צוקלאטש און צופלאמט זיך מיט א לשם יחוד.
מאטי, אן עלטערע בחור מיט א צוקנייטשטע שטערן, פרובירט צו טרעפן א פלאץ ווי אראפצולייגן זיין בעג וואס האט זיין תפילין בייטל אינעווייניג מזאל נישט זען זיין נאמען. ר' גרשון, פון די גאר וואוילע אבער נייגעריגע אידן, פרעגט אים אויס. ביזט יעצט אויפגעשטאנען? וויאזוי הייסטו? ווי לערנסטו? דארט לאזט מען קומען שפעט? וואס טוט זיך טאקע מיט א שידוך? וואלסט גענומען א גרושה?
יענקל הייבט אן שרייען, ר' גרשון, וואס ווילסטו פון אים, לאז צורוה! קומסט דאווענען? שנעל יאגטס ענק צו, אין פופצן מינוט איז שוין חצות! נו ווער גייט צו? בחורל גיי צו, הייב אן איך וועל איבערנעמען ביי שמונה עשרה (א פאלנער ליגנער). נו הודו לה' קראו בשמו, ס'דאך נאר דא דריי אידן? זארג דיך נישט, אז מ'הייבט אן פירט דעם באשעפער צו! פונקט נעכטן געהערט פון ר' מיילעך אזא מעשה.
עפעס א נעבעכדיגע אידל גייט נאך געלט, יענקל זאגט אים בלייב דא אביסל, נעם א קאווע, כהעל דיר געבן א שיינע נתינה (נאך א ליגנט) בלייב דא אפאר מינוט, מ'דארף זאגן קדיש, יענקל שלעפט צאם אפאר מענטשן, ער איז אפילו משכנע ר' בערל פון די אנגעזעענע אידן וואס זיצט אינעם היכל התורה ארויפצוקומען לערנען אין חדר ב' מיט נאך עפעס א מעשה פון ר' מיילעך אז די זכות פון מזכה זיין אידן מיט תפילה בציבור בלייבט נישט שולדיג. יענקל קען גוט זיין פאך, ער איז גאר סוקסעספול אין מענופולעיטן דאס מענטשהייט, מ'וועט לאזן זיין ביזנעס פאר א צווייטע מאל - למעשה האט ער מנין!
מקען ב"ה זאגן קדיש, און מ'שמייסט ווייטער ביז מקומט אן צו קר"ש.
דא מאכט יענקל זיכער צו מאכן אזא לאנגעם אחאָאָאָאָאָאָאָאָאָט! און ער ענדיגט צו מיט אזא הויכע פּיטש און שטארקע 'ט' ממש אזוי ווי די אידן פון אמאל. ער איז שטארק מדקדק אין די ווערטער, דאס זעלביגע טוט מנחם נחום "על - לבבך", א סיריעס רווח בין הדבקים, די חברה ווייסן עכט וואס זיי טוען.
וואס גייט דא פאר? ר' איד, ליינסט נישט קר"ש בזמנו, וואס ביזטו מדקדק? וואס איז די לאנגע אחד??
ביזט נישט מער ווי כקורא בתורה, וואס איז פשט?
און סנישט נאר ביי יענקל און מנחם נחום, גיי אין סיי וועלכע שול אויף שבת ווען כמעט אלע ליינען קר"ש לאחר סוף זמנו, און מ'דארף ווארטן אויפן רב, ווייל ס'נעמט אים זייער לאנג מדקדק צו זיין.
כ'האב געזען אין שו"ע ווערט געברענגט אז באמת דארף מען מדקדק זיין ביי גאנץ פסוקי דזמרה אויך אבער דאס פארענטפערט נישט די ספעציעלע וועיטינג טיים וואס איז דא ביי קר"ש,
דארף מען זאגן אז אה"נ און ס'איז אזוי ווי א לא פלוג?