קהלת סאטמאר-רז"ל בונטעוועט קעגן ראה"ק אברהם בער יאקאבאוויטש

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 336
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

קהלת סאטמאר-רז"ל בונטעוועט קעגן ראה"ק אברהם בער יאקאבאוויטש

שליחה דורך ששון ושמחה »

אסאך מענטשן אין די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג בונטעוועט קעגן זייער ראש הקהל הנגיד המפורסם ר' אברהם בער יאקאבאוויטש. פון אלע זייטן הערט מען טענות קעגן ר' אברהם בער, די פרומע רעגן זיך אויף אים אז ער איז נישט גענוג פרום, די בעלי בתים רעגן זיך אז ער באלעבאטעוועט און טוהט וואס ער וויל, די בחורים זענען ווילד אז ער איז נישט קיין חסיד פון רז"ל, און די קינדער בייזערן זיך אז ער דרייט זיך מיט א סמארטפאון.

ר' אברהם בער איז בעצם געווען פון די מתנגדים פון רז"ל'ס טאטע בעל ברך משה זצ"ל, אבער אין תשנ"ט ווען עס האט אויסגעבראכן די מחלוקה קעגן ר' אהרן, איז ער העפטיג אריינגעקומען אין די קהילה פון רז"ל ביז ער איז געווארן ראש הקהל.

די סאטמאר רז"ל קהילה אין קרית יואל איז אויך שרעקליך בייז אויף ר' אברהם בער, וויבאלד אפילו דארטען טיילט ער איין וואס צו טוהן, און האט אריינגעשטעלט א דיין דארטען (הרב לייטנער) אן פרעגן קיינעם. די זאלוינישע "היימשטאט" צייטונג רייצט זיך טאקע מיט ר' אברהם בער, בשעת "דער איד" אין וויליאמסבורג שטייט געטריי צו ר' אברהם בער'ס זייט.
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר