בלאט 1 פון 1
טעסלא - איז עס ווערד?
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 11:57 pm
דורך ערנסטגערעדט
אן קיין לאנגע הקדמות
איז עס ווערד צו טוישן צו א טעסלא אדער נישט
די שאלה איז אויך אויף עלעקטריק קארן אין אלגעמיין
לוינט זיך געז פרייז vs טשארדזשער פרייז?
לוינט זיך צו האבן 300 מייל אויף אמאל?
האט עס צופיל עלעקטראנישע פראבלעמען?
לאזט אייך הערן
Re: טעסלא - איז עס ווערד?
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 12:16 am
דורך טמיר
אזויפיל קען איך זאגן אז איך בין געפארן עטליכע מאל אין א (רעוועל) טעסלא קאר, אין די בעק סיט, און עס איז געווען זייער נישט באקוועם. שטארק באמפי
Re: טעסלא - איז עס ווערד?
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:47 am
דורך בעלינגהעם
ניין ביזדערווייל האט עס באגרעניצונגען
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:59 am
דורך ערנסטגערעדט
בעלינגהעם האט געשריבן:ניין ביזדערווייל האט עס באגרעניצונגען
זיי דיך מסביר
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:46 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט צו טוישן צו א טעסלא. די סיבות פארוואס כ'האב נישט זענען ווי פאלגענד:
איינס, כ'לייג ארויף גאר אסאך מייל און כסדר זיין אנגעוויזן צו טשארדשן דעם בעטערי און אויסרעכענען וואו צו סטאפן פאר א שנעלערע סופער טשארדזש קען אויך מיינען ארויסצוגיין פון וועג אסאך און דאס פארלענגערט נאר די טריפ.
צווייטענס, איך פערזענליך גלייך מער א עס יו ווי. טעסלא טענה'ט טאקע אז זייער Y און X מאדעלס זענען עס יו וויס, אבער אין דער ווירקלעכקייט זענען זיי אפשר א קראס אווער. די נפק"מ וועט כאפן סיי אינעם באקוועמליכקייט, אן עס יו ווי איז אסאך באקוועמער פון א קאר און אויך גרעסער פאר פעקלעך.
ס'זענען טאקע פארהאן וואס פארמאגן א טעסלא פאר זיך פאר לאקאל, און א מיניווען אדער עס יו ווי פאר די משפחה, אבער דאס ציהט שוין אריין אסאך געלט.
דאס איז זיכער אז בעטערי קארס זענען נאך אין די אנהויב פאזע. אויב דו קענסט נאך ווארטן אביסעל, א יאר צוויי וועסטו האבן אסאך מער אפציעס, היות רוב קאר קאמפאניס קומען ארויס מיט בעטערי קארס.