בלאט 1 פון 1

דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:12 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
וואס דארף א מענטש צו טוהן ווען ער ווערט דיסאפוינטעד אין זיין רבי, זיין מנהיג, זיין רב, זיין ראול-מאדעל?
עס קען זיין סתם א דיסאפוינטמענט. אדער ער איז געווארן אפגעפרעגט אינגאנצן אין זיינע אויגן אדער עכ"פ אסאך קלענער ווי פריער.
אסאך מאל געשענט עס ווייל עפעס האט פאסירט און דער מנהיג איז ארויסגעקומען מיט זיינע "אמת'ע" קאלירן.
אדער ווייל ס'איז נתגלה קלונו ברבים.
טיילמאל ווערט א מענטש עלטער און קלוגער און זעט זאכן קלארער און טיפער. ער זעהט אז ער האט א טעות ג'האט!
וואס זאל אזא מענטש טוהן?
זאל ער פארבלייבן אין זיין חסידות און ווייטער מיטשפילן, אדער זאל ער נעמען פאקטישע שריט צו לעבן לויט זיין אמת?
זאל ער זיך אפרייסן פון זיין משפחה?