די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

די שווערע יסורי הנפש בעפארן קליקן דעם לייק קנעפל

שליחה דורך דיכטער »

מיר אלע קענען דער שווערע דילעמא נאכן אפליינען א תגובה - יא לייקן אדער נישט לייקן.

איך ענדיג ליינען דער תגובה, נאכנישט פארשטאנען קלאהר וואס דער ניק פרובירט ארויסצוברענגען און צו עס גייט אין איינקלאנג מיט מיינע שיטות אבער שוין קומען מיר ארויף א טוץ געדאנקען.

זאל איך איהם לייקן?

פאר אלעם, איז וויכטיג צו קוקן ווער עס האט געפאוסט דער תגובה. איז זיין ניק גענוג שעפעריש? איז זיין אוואטאר גענוק ציענד? קען איך ערווארטן פון איהם לייקס אויף צוריק? וויל איך זיך אנגעבן אלעס איינער וואס איז אין זיין ליגע?

דאן קען מען אריבער גיין צו דער עצם תגובה. איז עס גענוג לאנג אדער אינטערעסאנט אז עס זאל פארדינען דער אויפמערקזאמקייט פאר א לייק? טאמער יא, איז זייער וויכטיג צו קוקן טאמער דער תגובה האט זיך שוין אנגעזאמלט לייקס. אין פאל וואס יא, ווער זענען זיי? מי ומי ההולכים? וויל איך זיך אידענטיפיצירן מיט זיי?

טאמער אלע אויבנדערמאנטע תנאים שטומען, קען מען גיין ווייטער.

פון איין זייט וויל איך ווייזן אז איך לייק זיינע תגובות פשוט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, אזוי זאל ער לייקן מיינע אויף צוריק, דער פראבלעם איז אז איך בין נאך נישט זיכער טאמער זיין מיינונג גייט אזוי אין איינקלאנג מיט מיין און איך וויל נישט עס זאל זיך אנגעבן כאילו איך בין מסכים מיט וואס ער זאגט. איך ליין עס איבער פשוט צו קענען באשליסן איבער לייקן און איך זע אז ס'איז אביסל מער קאמפליצירט ווי איך האב געמיינט.

איך האלט שטארק מיט וואס ער פרובירט ארויסצוברענגען, אבער ער ברענגט עס נישט ארויס אזוי ווי איך וואלט עס געזאגט. ער גייט אביסל אויף אן אנדערן מהלך, אבער נישט גענוג ווייט אז איך זאל קענען שרייבן א גאנצע נייע תגובה דערויף, בפרט אז איך אליין בין נאך עטוואס צעמישט איבער וואס איך האלט.

איז אזוי, טאמער איז עס אן ענטווארט צו אן אשכול וואס איך האב געעפענט און עס איז נאך אין דער מעת לעת פון דער פתיחה, דאן קען מען מער פאַרקוקן אויף די אינהאלט פון דער תגובה, מיטן לאגיק אז עס קומט זיך איהם דער לייק, בלויז פארן אקט פון צייגן אינטערעסע אין מיינע געשרייבעכטס. איך וויל נישט אריין גיין אין די פרטי דינים צי מען רעכענט דער מעת לעת פון נאכן פאוסטן דער אשכול אדער פון דער לעצטע מאל וואס מען האט דאס רעדאגירט וואס דאס גייט אריין אין א שמועס צו א רעדאגאציע איז א פארעכטיגונג אדער א נייע בריאה פאר זיך און דער אלטע ווערט פאררעכענטט ווי פארמעקט. ווען עס קומט אונטער אזא מין שאלה זאל יעדער פרעגן זיין רב.

אין פאל וואס עס האנדלט זיך פון א תגובה וואס איז נישט פראוואקיצירנד אין איר נאטור, אנבאלאנגט מיינונגען, (אין פשוטע ווערטער: עס ברענגט נישט ארויף געפילן צו היטן אדער זיך קריגן אויף א שיטה) ווי למשל אן איבערזיכט, א געשיכטעלע, פאאטיע וכ״ו, איז עס אביסל גרינגער פון איין זייט אבער שווערע מצד שני.

מצד אחד קומט זיך איהם א לייק. איינער האט זיך דא געמושטעט, ער האט צאמגעשטעלט אפאר שורות, פארדינט ער זיך דען נישט ערליך, דעם לייק? אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך איהם נישט סתם לייקן, איך האב דאך נישט פארשטאנען קלאר וואס ער שרייבט דא, און אין עטליכע פעלער, ניטאמאל דורכגעליינט דער גאנצע צי אפילו האלבע, תגובה. האב איך מורא וואס טו איך טאמער גייט מיך איינער דא פארהערן און וועלן וויסן וואס דער לייק איז, אבער פאר דעם חשש זענען דא שטארקע צדדים להקיל.

אויף טעפעטאלק ווערט דער גאנצע פילאסאפיע פון לייקן אנגעקוקט אנדערש. אויף טעפעטאלק איז עס מער א דאנק צייכן און נישט אזוי ווייט א צייכן פון שטימונג ווי דער אגודל אין דער הייך צייגט אן אויפן וועבזייטל, דעריבער קען מען דארט אסאך מער מקיל זיין פון איין זייט, ס'הייסט ווען עס קומט צו לייקן א תגובה וואס איך האלט נישט ממש אזויווי דער וואס האט עס געשריבן און אפילו טאמער מען טוט עס נאר להרבות רֵעוּת איז אויך גוט. פון דער אנדערע האט טעפעטאלק א חומרא ווייל טאקע ווייל עס איז א דאנק קנעפל מער ווי א גוט קנעפל קען אמאל זיין אז איך שטום צו, אבער איך פיל נישט אז עס קומט זיך דער דאנק.

דעריבער טייערע ניק, קומענדיגע מאל דו זעסט א חבר האט דיך פארגינט א לייק, דארפסט איהם אפשר נישט באדאנקען דערפאר אבער זיי באוואוסטזיניג אומווייניגסטס, ווי פיל עס איז אריין דערין.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר