בלאט 1 פון 1
ברעקונג! שיסערי ביי די עמפייער סטעיט בילדונג
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:57 am
דורך לעמיל
א שיסערי איז יעצט פארגעקומען פארענט פון די עמפייער סטעיט בילדונג איינער איז זיכער טויט
פרטים וועט נאכפאלגען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:09 am
דורך לעמיל
די שיסער איז געווארען געשסען דורך די פאלציי
בילד פון די סצענע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:11 am
דורך gehlungen
לעמיל האט געשריבן:א שיסערי איז יעצט פארגעקומען פארענט פון די עמפייער סטעיט בילדונג איינער איז זיכער טויט
פרטים וועט נאכפאלגען
2 dead about 10 injured (wins news)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:30 am
דורך טראכט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:38 am
דורך טראכט
יעצט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:50 am
דורך זר זהב
נישט טעראריסטיש.
ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזאשב.
2 טויט (אינקלודינג דער טעראריסט)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:55 am
דורך טראכט
זר זהב האט געשריבן:טעראריסטישע אטאקע?
די עף בי איי האט באשטעטיגט אז עס איז נישט געווען ציגעבינדן מיט א טעראריסטישע אטאקע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:58 am
דורך טראכט
לויט עטליכע נייעס קוואלן האט די שיסעריי אויסגעבראכן נאך א ארבעטס געפעך
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:06 am
דורך טראכט
זר זהב האט געשריבן:נישט טעראריסטיש.
ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזאשב.
2 טויט (אינקלודינג דער טעראריסט)
מיינסט אוואדע אינקלודינג דער מערדער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:09 am
דורך זר זהב
ער האט טעראריזירט די מאסן. פארוואס איז ער נישט קיין טעראריסט?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:21 am
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:ער האט טעראריזירט די מאסן. פארוואס איז ער נישט קיין טעראריסט?
דעיס איז דאך וואס די ארבערס זאגען אז נאר ווען זיי טוען עפעס הייסט עס טעראריסט אבער ווען איינער אנדרעש טוט עס איז עס נישט א טעראריסטשע אטאקע.....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:41 pm
דורך [NAMELESS]
עס קיקט אויס א איינער אדער אפילו אפאר פון די פארוואנדעטע איז געשאסען געווארן בטעות דורך די פאליציי!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:45 pm
דורך גאלד
דער מערדער א ווייסער מאן אין די 50'ער יארן האט מען אויפגעזאגט פון זיין ארבעט א יאר צוריק,
ער האט געארבעט און fashion accessories (קליידער געצייג) עקספארט פירמע, לעבן די עמפייער סטעיט בילדינג
היינט אינדערפרי האט ער אפגעווארט אויפן גאס אינדרויסן פון די פירמע, איינע פון זיינע אלטע מיטארבייטער, א 42 יעריגער מאן, וועם ער האט געצילט צי הארגענען,
9:03 אינדערפרי האט ער איהם באגעגנט, ער האט ארויסגעצויגן זיין ביקס, געשאסן אין קאפ 3 מאל פון גאר נונט, און אוועקגעפאלן א טויטער,
דער מערדער האט אנגעהויבן אנטלויפן,
א קאנסטראקשן ארבייטער האט עס ציגעזעהן, און תיכף אלאראמירט 2 פאליסלייט וואס זענען דארט געשטאנען ביי די קארנער, און אנגעוויזן אויפן מערדער
די פאליס האבן תיכף אנגעהויבן נאכיאגן דעם פארשוין,
דער מערדער האט זיך אויסגעדרייט ארויסגעצויגן נאכאמאל זיין ביקס צי שיסן אויף די פאליסלייט,
די פאליסלייט האבן זיך גענומען צוריק שיסן,
דער מערדער איז געשאסן געווארן אויף טויט
אין די פייער אויסטויש זענען ציווילע מענטשן געכאפט געווארן אין די שיסעריי, און 8 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, טייל פון די פאליס בולעטס,
קיין איינע פון די 8 זענען נישט פארוואונדעט אין קיין לעבנסגעפאר,
נ.ב. ווען דער אינצידענט וואלט פאסירט אין הארלעם וואלט קיינער געוויסט דערפין,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 3:14 pm
דורך זר זהב
נאך אפאר דעטאלן. זיי ביידע האבן זיך שוין נישט פארטראגן א יאר צייט, זיי האבן ביידע געפיילט קאמפלעינט איינער קעגן אנדער'ן.
נאכן אראפשיסן זיין קאלעגע, האט ער זיך גענומען אוועק גיין (ער איז נישט "אנטלאפן") מיט די גאן אין האנט! פארוואס האט ער עס נישט באהאלטן??
ווען ער האט דורכשפאצירט א ליידיגן פאליציי קאר האט ער פארפאקט דעם גאן אין זיין רוקזאק. א קאנסטאראקשן ארבעטער האט אים אבער געזען נאך
מיט'ן גאן אין האנט, און ער האט אלאמירט צוויי פאליציי לייט וועלכע זענען געשטאנען פארנט פונעם עמפייער בילדינג, זיי האבן אים קאנפראנטעד און ער
האט ארויסגעצויגן זיין גאן פוינטעד צו די פאליציי וועלכע האבן אים באשאסן מיט 14 רונדן הרג'נענדיג אים.
9 ביישויער זענען פארוואונדעד געווארן פון די פייער אויסטויש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:15 am
דורך [NAMELESS]
רעפארט'ס זאגען יעצט אז אלע 9 מענטשען וואס זענען געווארן געשאסן זענען געשאסן געווארן דורך פאליציי באלעט'ס!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:41 am
דורך No_name
וואו לערנען זיי זיך שיסן רבונו של עולם.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:18 pm
דורך זר זהב
ווידיא: עמפייער סטעיט גאנמאן ווערט אפארגעשאסן. ער האט נישט געהאט בעסער וואס צו טון ווי צו פוינטן זיין גאן?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mypYl_NoYnM[/youtube]
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:28 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:ווידיא: עמפייער סטעיט גאנמאן ווערט אפארגעשאסן. ער האט נישט געהאט בעסער וואס צו טון ווי צו פוינטן זיין גאן?
איך מיין אז עס איז נאך בכלל נישט זיכער אז ער האט גע׳פוינט זיין גאן
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2012 10:31 pm
דורך זר זהב
איך זעה עס קלאר ביי 0:16