קרח - יענער עקזיסטירט אויך!
נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 12:36 pm
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אין אונזער פרשה געפונען מיר די שרעקליכע מחלוקת וואס איז פאָרגעקומען דורך קרח און זיינע מענטשן קעגן משה רבינו, און ווי די תורה דערציילט אונז די גאנצע השתלשלות וואס האט זיך דארט אפגעשפילט, ביז צו די ביטערע ענדע ווען קרח ועדתו זענען געווארן איינגעשלינגן לעבעדיגערהייט אין די ערד.
וואס ווי יעדער פארשטייט אליינס איז די גאנצע נושא גאר א שווערע נושא, וואס איז בכלל געווען פשט פון די מחלוקת, און וואס באדייט די עונש וואס זיי האבן באקומען, א עונש וואס מיר געפונען נישט דאס גלייכן אין די גאנצע תורה.
און בכלל אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר באמערקן אז די טענות וואס קרח און זיינע מענטשן האבן גע'טענה'ט זענען געווען לעכערליכע טענות און פיל מיט אפענע ליגנט, לדוגמא וואו זיי זאגן "וּמַדּוּעַ תִּתְנַשְּׂאוּ עַל קְהַל ה'" האט דען איינער באמת חושד געווען משה און אהרן אז זיי האלטן זיך גרויס און זוכן צו הערשן אויף כלל ישראל?, אדער ווען דתן און אבירם זאגן צו משה "הַמְעַט כִּי הֶעֱלִיתָנוּ מֵאֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ לַהֲמִיתֵנוּ בַּמִדְבָּר - דו האסט אונז ארויסגענומען פון א 'ארץ זבת חלב ודבש' און דו ווילסט אונז הרג'ענען דא אין מדבר", וואס די ווערטער איז שווער איבערצוזאגן אפילו פאר א ווערטל, זיי רופן אָן מצרים אלס א ארץ זבת חלב ודבש, און זיי באשולדיגן אז משה רבינו וויל זיי אויס'הרג'ענען אינעם מדבר, כִּי תִשְׂתָּרֵר עָלֵינוּ גַּם הִשְׂתָּרֵר, אויך ווילסטו הערשן איבער אונז... וויאזוי קען מען בכלל זאגן אזעלכע ווערטער און וואס באדייט דאס.
די דוגמא פון א מחלוקת שלא לשם שמים - קרח וכל עדתו
איז איידער מיר גייען ווייטער איז כדאי זיך צו פארטיפן אויף א באקאנטע משנה אין פרקי אבות (פרק ה' משנה י"ז) אין וועלכע דער תנא לערנט אונז, כָּל מַחֲלוֹקֶת שֶׁהִיא לְשֵׁם שָׁמַיִם סוֹפָהּ לְהִתְקַיֵּם, וְשֶׁאֵינָהּ לְשֵׁם שָׁמַיִם אֵין סוֹפָהּ לְהִתְקַיֵּם, אֵיזוֹ הִיא מַחֲלוֹקֶת שֶׁהִיא לְשֵׁם שָׁמַיִם זוֹ מַחֲלוֹקֶת הִלֵּל וְשַׁמַּאי, וְשֶׁאֵינָהּ לְשֵׁם שָׁמַיִם זוֹ מַחֲלוֹקֶת קֹרַח וְכָל עֲדָתוֹ.
און ווי דער ברטנורא ברענגט דארט צוויי פשטים אויף די משנה, איין פשט זאגט ער אז נאר ביי א מחלוקת לשם שמים דארט איז "סופה להתקיים" די מענטשן וועלן האבן א קיום און בלייבן לעבן, פארקערט איז אבער ביי א מחלוקת שלא לשם שמים וואס דארט האבן די מענטשן חלילה נישט קיין קיום נאר זיי ווערן חרוב ונחרב און ווערן אויסגעריסן פון די וועלט אזויווי קרח ועדתו.
א צווייטע פשט זאגט דער ברטנורא, ביי א מחלוקת לשם שמים איז 'סופה' להתקיים, מ'וועט צוקומען צו די 'תכלית' און די ענדגילטיגע ציל פון די מחלוקת, ווייל ביי א מחלוקת לשם שמים וואו יעדער זוכט דאס אמת און מ'וויל צוקומען צו די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע מסקנה, דארט וועט מען טאקע זוכה זיין צום סוף אנצוקומען צום אמת, די הלכה וועט ווערן אויסגע'פַּסק'ענט מיט א קלארקייט און מ'וועט וויסן דעם דרך הטוב והישר וויאזוי זיך צו פירן. דאגעגן ביי א מחלוקת שלא לשם שמים ווי די מענטשן מיינען נאר זיך, זיי זוכן כבוד און גרויסקייט, דארט וועלן זיי נישט דערגרייכן זייער ציל, זיי וועלן נישט אנקומען צו דעם סוף וואס זיי האבן אזוי שטארק געגלוסט, נאר זיי וועלן האבן א מפלה פאר דעם.
אבער לאמיר זיך א מינוט אפשטעלן אויף די סיפא פון די משנה "וְשֶׁאֵינָהּ לְשֵׁם שָׁמַיִם זוֹ מַחֲלוֹקֶת קֹרַח וְכָל עֲדָתוֹ" לכאורה פארוואס האט דער תנא בכלל געדארפט ברענגן א דוגמא פון א מחלוקת לשם שמים, פעלט דען אזעלכע מחלוקת'ן וואס זענען נישט לשם שמים? מיר ווייסן דען נישט אליינס וואס דאס מיינט א מחלוקת וואס איז נישט אויסגעהאלטן? ליידער ווייסן מיר פונקטליך פון וואס מ'רעדט דא.
ווי אויך איז באקאנט דער דִיוּק וואס די מפרשים פרעגן טאקע אויף די לשון המשנה, פארוואס זאגט דער תנא "מַחֲלוֹקֶת קֹרַח וְכָל עֲדָתוֹ" לכאורה וואלט געדארפט שטיין
"מחלוקת קרח ומשה" וואס דאס זענען געווען די צוויי צדדים אין די מחלקות. [און די מפרשים ענטפערן טאקע אויף די קושיא, אז עס איז נישט קיין כבוד פאר משה רבינו, און ער האט דאָך יא געמיינט לשם שמים, און נאך פארשידענע תירוצים].
ווילאנג מ'זעהט נאך יענעמ'ס צד אויך
אבער לכאורה קענען מיר דא געפונען א געוואלדיגע מוסר השכל בדרך רמז, עס קען זיין אז דער תנא וויל אונז לאזן הערן אז די מחלוקת פון קרח איז געווען א 'איין-זייטיגע מחלוקת' אין וועלכע קרח האט בכלל נישט דעהערט און אנערקענט אז עס עקזיסטירט א צווייטע צד, און ווי רש"י זאגט טאקע אין אנהייב פון אונזער פרשה "ויקח קרח, לקח עצמו לצד אחד", ביי קרח האט בלויז עקזיסטירט זיין אייגענע צד, עס איז נאר געווען קרח וכל עדתו, אבער משה און אהרן האבן בכלל נישט פארנומען ביי איהם קיין ארט, ער האט געהאלטן אז זיי זענען אינגאנצן נישט גערעכט און זיי האבן נישט קיין שום טענה.
און דאס דארף אונז דינען אלס א הוראה, אז דאס איז די גרעסטע סימן פון א מחלוקת וואס איז נישט אויסגעהאלטן און איז נישט לשם שמים. ווילאנג א מענטש 'דערהערט' אז יענער האט אויך א צד, יענער זאגט עפעס רייד; עס קען טאקע זיין אז איך האלט נישט ווי איהם, איך קריג זיך אויף איהם, דעמאלטס קען זיין אז מ'האט נאך א אויפריכטיגע קריגעריי (נישט אז מען מעג זיך קריגן, אבער עס קען נאך זיין א אויסגעהאלטענע מחלוקת, א מחלוקת פארן אמת), אבער אין די מינוט וואס דער מענטש הערט אינגאנצן אויף צו זעהן דעם אנדערן צד, ער איז הונדערט פראצענט משוכנע אז נאר 'ער אליין' רעדט צו די זאך און יעדער ארום האט אינגאנצן פארלוירן דאס שכל, דארף דאס אנצינדן א רויטע לעמפל ביי איהם וואס ווארנט אז ער הייבט אָן צו פאַרפאָרן פונעם אמת. ווען א מענטש הייבט אָן צו קלערן אז יעדער ארום איהם איז זיך טועה, איז דאס א קושיא אויף איהם און נישט קיין תירוץ! דאס מיינט אז ער דארף זיך בארואיגן און זיך גוט מברר זיין ביז ער וועט יא אנהייבן צו
פארשטיין וואס יענער טראכט.
און אזוי איז באקאנט דער טייטש פון צדיקם אויף די ווערטער אין די תורה אין פרשת בא ביי מכת חושך, "וַיְהִי חֹשֶׁךְ אֲפֵלָה... לֹא רָאוּ אִישׁ אֶת אָחִיו" די גרעסטע פינסטערניש און טונקלקייט איז ווען מ'זעהט נישט א צווייטן!. אויב יענער האט אויפגעהערט צו עקזיסטירן ביי דיר און דו האלטסט אז ער האט נישט קיין שום רעכט, איז א סימן אז דו געפונסט זיך אין די חושך.
א מחלוקת לשם שמים - מחלוקת הלל ושמאי
און דאס איז טאקע גענוי די חילוק ביי א מחלוקת לשם שמים, ווי די משנה זאגט אֵיזוֹ הִיא מַחֲלוֹקֶת שֶׁהִיא לְשֵׁם שָׁמַיִם זוֹ מַחֲלוֹקֶת הִלֵּל וְשַׁמַּאי, וואס דארט איז געווען ממש דאס פארקערטע, מען האט געוואלט צוקומען צום אמת און מ'האט פראבירט ארויסצוהאבן פונקטליך וואס די אנדערע צד האלט, ווייל אויב מען וויל וויסן דעם אמת דארף מען נעמען אין באטראכט וואס די אנדערע זאגן, אפשר זענען זיי גערעכט. און ווי חז"ל זאגן אין מסכת עירובין (דף י"ג:) "יצאה בת קול ואמרה אלו ואלו דברי אלקים חיים הן, והלכה כבית הלל", אז א בת קול האט גע'פַּסק'ענט אז סיי די שיטות פון בית שמאי און סיי פון בית הלל זענען דברי אלקים חיים, אבער די הלכה בלייבט ווי בית הלל, און ווי די גמרא ערקלערט דעם טעם פארוואס טאקע בלייבט די הלכה ווי בית הלל, "מפני שנוחין ועלובין היו, ושונין דבריהן ודברי בית שמאי, ולא עוד אלא שמקדימין דברי בית שמאי לדבריהן" די בית הלל זענען געווען מער צוגעלאזן און זיך געפירט מיט סבלנות, זיי האבן בעסער דערהערט די אנדערע צד, זיי האבן אלעמאל אויך געלערנט און דערמאנט די שיטה פון בית שמאי, און נישט סתם דערמאנט, נאר זיי האבן קודם איבערגעזאגט די ווערטער פון בית שמאי און נאר
נאכדעם האבן זיי צוגעלייגט זייער אייגענע שיטה...
ווי אויך דערציילט די משנה אין מסכת יבמות (דף י"ג:) אז אפילו די תלמידים פון בית שמאי און בית הלל האבן טאקע געהאט חילוקי דיעות צווישן זיך דאָך האבן זיי געלעבט בשלום ובשלוה און מ'האט זיך משדך געווען איינער מיט'ן אנדערן און מען פלעגט מודיע זיין איינער פארן אנדערן ווען עפעס איז נישט אויסגעהאלטן לויט יענעמ'ס שיטה, און ווי די גמרא פירט אויס "ללמדך שחיבה וריעות נוהגים זה בזה, לקיים מה שנאמר הָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ".
ווייל ווען מ'זוכט דעם אמת און מ'האט א קלארע און לויטערע מטרה פאר די אויגן, דעמאלטס קען מען זייער גוט פארשטיין די אנדערע צד און זיך אפילו גוט פארטראגן מיט יענעם, און דאס וואס מ'האט נישט די זעלבע מיינונגען מיינט בכלל נישט אז מ'דארף זיך פיינט האבן.
די שרעקליכע בלינדקייט ביי א מחלוקת שלא לשם שמים
אבער אויב מיינט מען נישט דעם אמת, דעמאלטס פאלט מען טאקע אריין אין א מצב פון חושך ואפילה וואו מ'הערט אינגאנצן אויף צו פארשטיין יענעם, יענער האט בכלל נישט קיין 'זכות קיום' און איז נישט ווערד צו עקזיסטירן. און איינמאל מ'זעהט שוין נישט גראד, הייבט מען טאקע אָן צו נוצן לעכערליכע טענות און שקרים אפילו עס איז ממש קעגן די מציאות, ווייל ווען מ'זעהט נישט דעם אמת זעהט מען שוין גארנישט...
אין ספר אוהל יצחק ווערט געברענגט א מעשה וואס עס האט דערציילט דער משמש פון הרה"ק רבי יצחק פון ווארקא זי"ע:
אמאל ווען דער ווארקער רבי האט געוויילט אין ווארשא צוליב זיין עסקנות כדרכו בקודש, און איז געווען פארנומען במשך דעם גאנצן טאג מיט'ן ארומגיין אויפטוהן דאס וואס ער האט געדארפט, און פארנאכטס ווען ער איז צוריקגעקומען אינאיינעם מיט זיין משמש צו זייער אכסניא, האט דער משמש באמערקט צו זיין גרויס ערשטוינונג אז די גאנצע טיר פון אויבן ביז אונטן איז אנגעפירקלט און אנגעשריבן מיט גרויסע אותיות מיט ווערטער פון שאנד און שפאט קעגן דעם צדיק, וואס איינער פון די מתנגדים האט געטוהן כדי צו פארשעמען און ביליג מאכן דער ווארקער רבי. פארשטייט זיך אז עס האט זייער וויי געטוהן און פארדראָסן פארן משמש אזא זאך, אז א מענטש זאל האבן אין זיך די געמיינקייט צו פארשעמען דעם רבי'ן אויף אזא אופן, און שרייבן אויף איהם אזעלכע שלעכטע זאכן, און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן.
דער ווארקער רבי זי"ע איז אבער געווען רואיג און צופרידן, און ער האט געזאגט צו זיין משמש: זיי נישט צובראכן פון דעם וואס זיי שרייבן דא, ווייל איך האב א קבלה פון מיין רבי'ן הרה"ק רבי אברהם משה פון פרשיסחא זי"ע (א זוהן פון הרה"ק רבי בונם פון פרשיסחא זי"ע וואס איז נסתלק געווארן אין זיינע יונגע יארן) אז אלע בעלי מחלוקת ווען זיי ווילן בארעדן זייער פיינט, וועלן זיי נעמען פונקט די בעסטע מידה מיט וואס יענער איז באמת יא אויסגעהאלטן, און אויף דעם וועלן זיי איהם באַרעדן און חוזק מאכן פון איהם, כאילו אז ביי די געוויסע זאך טויג ער נישט און ער איז נישט ערליך, אזויווי מיר געפונען טאקע ביי די מחלוקת פון קרח מיט משה, ווי די תורה הק' דערציילט אונז אז ווען זיי האבן געהאט טענות אויף משה רבינו, האבן זיי געזאגט מַדוּעַ תִּתְנַשְׂאוּ עַל קְהַל ה' - פארוואס האלט איר זיך גרויס איבער די אידן, זעהן מיר פון דעם אז פונקט משה רבינו וואס אויף איהם זאגט די תורה הק' עדות "וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה" אז ער איז דער גרעסטער עָניו אויף די וועלט, האבן זיי נישט געטראפן קיין אנדערע טענה נאר אז ער האלט זיך גרויס ווי זיי האבן געזאגט "מַדוּעַ תִּתְנַשְׂאוּ", איז א ראיה פון דעם אז די שונאים און די בעלי מחלוקה כאפן אָן יענעמ'ס גרעסטע מעלה און ווילן מאכן דערפון א חסרון. [און ממילא ווען מ'זעהט שלעכטע רייד וואס די שונאים שרייבן אדער פארשפרייטן, איז א סימן אז דווקא אין די אלע ענינים איז מען יא גוט], עד כאן המעשה.
וואס לויט ווי מיר שמועסן איז עס נישט בלויז א 'צופאל' אז די בעלי מחלוקת פארלייגן זיך אויף א מענטש מיט די פארקערטע פון אמת, נאר דאס איז זייער גאנצע מהות! ווען מ'קריגט זיך שלא לשם שמים קען מען ווערן אינגאנצן בלינד ביז מ'הערט אינגאנצן אויף צו זעהן יענעם, און דעריבער הייבט מען אויך אָן צו זאגן ממש די פארקערטע פון אמת, ווייל מ'זעהט גארנישט און מ'פארשטייט גארנישט, די שכל פונעם מענטש ווערט ממש אזויווי פאַרשטאָפּט און פארמאכט און ער הייבט אָן צו גלייבן אין זאכן וואס זענען בכלל נישט איינשטימיג מיט'ן מציאות. און דעריבער קען מען טאקע שרייען מַדוּעַ תִּתְנַשְׂאוּ אויף משה רבינו - דער איינציגסטער ילוד אשה וואס די תורה רימט אזוי שטארק אויס אז ער איז געווען דער גרעסטער עניו אין די גאנצע וועלט!
און דערפאר האבן טאקע דתן ואבירם געקענט אנרופן מצרים מיט'ן נאמען ארץ זבת חלב ודבש, און באשולדיגן משה רבינו אז ער וויל זיי ח"ו הרג'ענען אינעם מדבר, ווייל זיי זענען געווען אזוי טיף איינגעזינקן אין זייער איין-זייטיגע מחלוקת פון "קרח וכל עדתו" און זיי האבן שוין גארנישט געקענט זעהן.
ווי פאסיג שטימט דאס מיט די ווערטער וואס דתן ואבירם זאגן ווייטער צו משה, "הַעֵינֵי הָאֲנָשִׁים הָהֵם תְּנַקֵּר לֹא נַעֲלֶה" אפילו אויב דו וועסט לאזן אויסשטעכן אונזערע אויגן ח"ו, וועלן מיר נישט קומען צו גיין צו דיר. בדרך רמז קען זיין אז עס ווייזט טאקע אויף דעם, זיי האבן ארויסגעברענגט דערמיט אז זיי פארמאגן שוין נישט קיין שום תועלת אין זייערע אויגן, זיי זעהן שוין סייווי גארנישט, זיי זענען ממש בלינד געווארן מיט די חושך פונעם מחלוקת; און ווי זיי זאגן טאקע אליינס אז נישט קיין חילוק וואס מ'וועט זיי טוהן זענען זיי נישט גרייט צו קומען שלום מאכן מיט משה רבינו, ווייל ביי זיי האט שוין נישט עקזיסטירט יענע צד, זיי געבן עס שוין אפילו נישט קיין שאנס...
נישט צו פארלירן די קאפ בשעת א מחלוקת
אגב איז כדאי צו חַזר'ען א דבר נפלא וואס מיר האבן שוין דערמאנט אמאל: חז"ל דערציילן אין מסכת סנהדרין אז אוֹן בֶּן פֶּלֶת פון שבט ראובן איז געראטעוועט געווארן פון די גאנצע מחלוקת, כאטש וואס פון אנהייב איז ער יא מיטגעשטאנען מיט קרח, אבער זיין ווייב האט אים געראטעוועט, ווייל זי האט גע'טענה'ט צו איהם, וואס טויג דיר די גאנצע מחלוקת, דו גייסט דאך סייווי גארנישט פארדינען פונעם געשעפט, ווייל ממה נפשך, אויב משה רבינו בלייבט דער רבי ביסטו דאֽך נאר א תלמיד, און אויב קרח וועט געווינען וועסטו אויך ווייטער בלייבן א תלמיד, אויב אזוי פארוואס שלאגסטו זיך דא?, האט ער געענטפערט "וואס זאל איך טון, איך בין בין שוין אנגעשלאסן מיט אלע מענטשן פון קרח און כ'האב שוין געשוואוירן געטריישאפט צו זיי". דעמאלטס איז זי אויפגעקומען מיט א פלאן, זי האט אים אנגעטרינקן מיט וויין און געלייגט שלאפן, און דערנאך האט זי זיך געזעצט ביים טיר פון זייער געצעלט און אויפגעדעקט איר האר, און ווען די מענטשן פון קרח זענען געקומען רופן איר מאן צו קומען אנטייל נעמען אין די מחלוקת קעגן משה רבינו, ווען זיי האבן איר געזען זיצן דארט נישט בצניעות זענען זיי אוועקגעגאנגען וויבאלד זיי זענען געווען ערליכע אידן, און זיי זענען געגאנגען אָן איהם, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
און מיר געפונען אין חז"ל אז זיי זענען גאר שטארק משבח די געוואלדיגע חכמה פון די ווייב פון און בן פלת, און ווי די גמרא ברענגט אין מסכת סנהדרין "חכמות נשים בנתה ביתה - זו אשתו של און בן פלת" אז די פסוק גייט טאקע ארויף אויף איר וואס מיט איר חכמה האט זי געראטעוועט איר גאנצע שטוב און אירע דורות. פרעגט הגאון רבי חיים שמולעוויטץ זצ"ל ראש ישיבת מיר, וואס איז די געוואלדיגע חכמה וואס שטעקט דא?, בסך הכל האט זי געזאגט פשוט'ע דברים של טעם וואס יעדער חדר יונגל פארשטייט, זי האט אים געפרעגט א קלארע און פארשטענדליכע פראגע "אויב משה רבינו בלייבט דער רבי ביסטו נאר א תלמיד, און אויב קרח ווערט רבי וועסטו ווייטער זיין א תלמיד, אויב אזוי פארוואס שלאגסטו זיך?" פארדעם קומט זיך שוין די טיטל פון 'חכמות' נשים בנתה ביתה, מ'דארף דאָך נישט זיין קיין גאון דאס צו טענה'ן. האט רבי חיים געענטפערט, יא, אינמיטן א מחלוקת ווען ס'ברענט און ס'פלאקערט, אויב איינער קען נאך האלטן די קאפ אויפן פלאץ און פשוט טראכטן, טראכטן און זיך מתבונן זיין און מאכן א ריכטיגע חשבון, ווי פשוט ס'זאל נאר זיין, איז עס א געוואלדיגע חכמה! ווייל ביי א מחלוקת טראכט מען נישט, מען ארבעט אינגאנצן אָן קיין שכל.
און ווי געזאגט קומט דאס אלעס דורכ'ן זיך קריגן א מחלוקת שלא לשם שמים, ווען מ'הערט אויף צו אנערקענען אז יענער האט אויך א טענה און א מיינונג, דעמאלטס פארשטייט מען שוין גארנישט.
צום סוף וועט מען שוין קיינעם נישט זעהן ח"ו
מיר האבן פריער דערמאנט די קושיא וואס די מפרשים פרעגן אויף די משנה, פארוואס עס שטייט אז א מחלוקת שאינה לשם שמים "זוֹ מַחֲלוֹקֶת קֹרַח וְכָל עֲדָתוֹ", און עס ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון משה רבינו. איז טאקע דא א באקאנטע תירוץ וואס שטייט פונעם מלבי"ם און נאך, אז ביי א מחלוקת שלא לשם שמים געשעט צום סוף אז די רשעים קריגן זיך צווישן זיך אליינס, יעדער פון זיי קומט מיט אן אנדערע אגענדע און א אנדערע תאוה און ממילא איז טאקע געווען דא א קריגעריי פון "קֹרַח וְכָל עֲדָתוֹ" זעלבסט, ווייל יעדער האט געהאט זיין אייגענע מיינונג און אייגענע רצונות.
לויט ווי מיר האבן ערקלערט איז דאס גאר פשוט, ווייל טאקע ביי די זעלבע מענטשן וואס קענען נישט זעהן און פארשטיין א צווייטן, איז דאָך נישט שייך אז ס'זאל זיין אחדות צווישן זיי אליינס, ווייל פונקט ווי היינט פארשטייען זיי אינגאנצן נישט דעם צד שכנגד און זיי ווערן ממש בלינד קעגן יענעם, מארגן וועט די זעלבע זאך גורם זיין אז זיי זאלן זיך נישט זעהן איינער דעם אנדערן און זיי זאלן נישט קענען דערהערן און פארשטיין זייערע אייגענע חברים...
ווייל ווען א מענטש איז ארנטליך און אויסגעהאלטן און ער פארשטייט אנדערע, דאן קען ער זיך פארשטיין מיט יעדעם איינעם, אפילו מיט זיין בר-פלוגתא. אבער ווען א מענטש זעהט נישט און פילט נישט יענעם, וועט ער מארגן זיין אייגענעם חבר אויך נישט זעהן און פארשטיין.
די עונש פון קרח צו ווערן איינגעזינקן אין די ערד
מען קען צולייגן נאך א נקודה, דאס איז טאקע געווען די 'מידה כנגד מידה' ביי די אויסערגעווענליכע עונש וואס קרח מיט זיינע מענטשן האבן באקומען. וויבאלד זיי האבן געפירט א מחלוקת וואו עס האט עקזיסטירט בלויז "קרח וכל עדתו" און זיי האבן געהאלטן אז נאר זיי זענען גערעכט, און אויסער זיי עקזיסטירט נישט קיינער, משה און אהרן האבן נישט קיין זכות-קיום, זיי האבן נישט קיין שום בארעכטיגונג און קיין שום צד צו קענען טוהן דאס וואס זיי האלטן, דערפאר איז געקומען די עונש אויף א אופן וואו זיי האבן באמת פארלוירן זייער גאנצע זכות קיום אויף די וועלט! זיי האבן פלוצלינג אויפגעהערט צו עקזיסטירן! זיי זענען געווארן איינגעשלינגן אין די ערד און ס'איז נישט געבליבן פון זיי קיין שריד ופליט אויף די וועלט.
אבער פונקט פארקערט איז ביי א מחלוקת לשם שמים, ווען יעדער צד זעהט איין און אנערקענט אז די אנדערע צד קען אויך זיין גערעכט, יענער האט אויך א טענה, דארט בלייבן טאקע ביידע מיט א אייביגע קיום, "יצאה בת קול ואמרה אלו ואלו דברי אלקים חיים הן!", און נאך מער, ווי באקאנט שטייט פונעם אר"י הקדוש זי"ע אז די הלכה איז ווי בית הלל יעצט בזמן הזה, אבער לעתיד לבוא וועט די הלכה זיין ווי בית שמאי. על כל פנים דארט איז ממש פארקערט, וואו יעדער איינער בלייבט באמת גערכעט, און ס'איז דא א מקום פאר ביידע צו עקזיסטירן און ס'איז אינגאנצן נישט קיין סתירה איינער צום אנדערן.
פארשטיין אז יענער מעג אויך עקזיסטירן
און מענין לענין באותו ענין, צום שלוס אז מ'רעדט שוין פון זעהן און אנערקענען אז יענער עקזיסטירט אויך, איז כדאי צו דערמאנען א טרויעריגע אבער אמת'ע מעשה וואס עס האט דערציילט דער בעל המעשה, בדידיה הוי עובדא.
דער יונגערמאן, לאמיר איהם אנרופן הרב ווייס, האט ליידער מיטגעמאכט גאר א שווערע תקופה אין זיין לעבן, געווען איז דאס מיט עטליכע יאר צוריק ווען זיין אשת חיל איז ל"ע דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה' ירחם, און זי האט זיך במשך א לענגערע צייט שטארק געמוטשעט, אדורכגייענדיגע פילע מעדיצינישע באהאנדלונגען, טריטמענטס, און אפעראציעס וכדומה. זיי זענען דאן געווען גאנץ א יוגנע פּאָרפאלק מיט קלענערע קינדער, און צוליב זייערע סיבות האבן זיי באשלאסן צו האלטן די זאך בסוד פון אנדערע, און אזוי ארום האבן זיי געטראגן אויף זייערע פלייצעס גאר א גרויסע עול, די פרוי איז געקומען און געגאנגען כסדר צו און פון שפיטאל ווי אויך צו דאקטוירים, ווען זיי באנוצן זיך אסאך מיט די הילף פון די געטרייע 'חסד וואלאנטירן' וואס האבן זיך אזוי שיין צוגעשטעלט אין יעדן פאל פון נויט און זיי געפירט צו סיי וועלכע אפוינטמענט און פראצעדור ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט.
פארשטייט זיך אליינס אז דאס עצם אנגיין מיט'ן לעבן אין יענע שטורמישע תקופה איז געווען גאר א שווערע עבודה, עס זענען געווען גאנצע טעג אין וועלכע די מאמע איז נעבעך געלעגן אין בעט אָן די מינדנסטע ברעקל כוח זיך צו רירן, זי איז געווען קראנק און אפגעשוואכט, די קינדער האבן אבער געפאדערט דאס זייעריגע, עס האט געדארפט זיין עסן, קליידונג, די שטוב האט געדארפט ווערן אויפגערוימט, און מען האט זיך געדארפט אפגעבן מיט די קינדער, וואס איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין לייכטע זאך.
טאקע פאר דעם צוועק האבן זיי געדינגן א גויטע וואס האט געפירט די ווירטשאפט אין שטוב, זי איז געווען א וואוילע און איבערגעגעבענע פרוי וואס פלעגט אויך אראפנעמען די קינדער פון זייערע באסעס ווען ס'האט זיך אויסגעפעלט, און זי האט זיי געהאלטן באשעפטיגט פאר לאנגע שעות ווען די מאמע איז נישט געווען בכוח דאס צו טוהן.
פרוי ווייס האט שפעטער דערציילט אז דאס איז געווען ממש איר שווערסטע אדורכגאנג אין יענע ביטערע צייטן, אויף אירע אייגענע יסורים און מיטמאכענישן האט זי זיך נאך געקענט שטארקן און פארקוקן, אבער די צער פון נישט קענען זיין א פאלקאמע געטרייע מאמע צו אירע קינדער, דאס האט ממש געריסן שטיקער פון איר הארץ. זי האט מיט אלע כוחות פראבירט זיי צו קענען אליינס אויפנעמען מיט א שמייכל ווען זיי זענען אנגעקומען אהיים, מיט מסירות נפש האט זי זיך אנגעשטרענגט צו קענען ארויסגיין צום באס און זיי אליינס אפווארטן אזויווי די אנדערע מאמעס אויף איר גאס, אבער נישט אלעמאל איז עס געווען מעגליך, אסאך מאל האבן זיך געמאכט די גאר קריטישע אפוינטמענטס אין יענע צייט, און צומאל איז זי געלעגן אין בעט באפיסת הכוחות, נישט קענענדיג אראפלייגן אפילו א טריט אויף די ערד פון גרויס שוואכקייט רח"ל. יעדעס מאל וואס דאס האט פאסירט, האט זי געפילט ווי זי ווערט פשוט צוריסן און צובראכן פון אינעווייניג, הייסע טרערן זענען גערינען פון אירע אויגן מיט זארג און עגמת נפש אויף די גורל פון אירע קינדער וואס דארפן ווערן אויפגענומען דורך עפעס א פרעמדע העלפערקע אין שטוב.
ויהי היום, ווען פרוי ווייס האט געדארפט אדורכגיין א גרויסע אפעראציע וואס האט באדייט אז זי וועט דארפן פארבלייבן אין שפיטאל פאר א גאנצע וואך, האט זי זיך פארבינדן צו א נאנטע שכינה וועלכע איז אויך געווען א 'בעיביסיטער' און פלעגט ארייננעמען קינדער צו זיך אין שטוב, און זי האט געפרעגט אויב ס'איז מעגליך צו נעמען אירע קינדער אויף די קומענדיגע וואך ווייל זי מיט איר מאן פאָרן אוועק; פארשטייט זיך אז זי האט נישט דערציילט וואו און פארוואס זי פארט, זי האט בלויז באשטעלט יענע וואך פאר אירע קינדער און די בעיביסטער האט צוגעשטימט אז זי וועט זיי גערן ארייננעמען צו זיך אין שטוב.
קורצליך דערנאך רופט אָן א צווייטע שכינה, מרת שווארץ, צום זעלבן בעיביסיטער, אז זי וואלט זייער געוואלט איבערלאזן אירע קינדער קומענדיגע וואך, ווייל ס'האט זיך פונקט יעצט געמאכט א שעת הכושר אז זי מיט'ן מאן קענען יעצט אוועקפארן אויף וואקאציע, און זי בעהט זייער אז די בעיביסיטער זאל ארייננעמען אירע קינדער נעקסטע וואך. די בעיביסיטער לאזט איר אבער וויסן אז זי האט נארוואס אנגענומען די זעלבע פארלאנג פון פרוי ווייס און דעריבער וועט זי נישט קענען ארייננעמען נאך קינדער אין די זעלבע צייט.
פרוי שווארץ וועלכע איז געווארן זייער אנטוישט, האט אנגעהויבן אויסצופּאַקן א זאק מיט טענות, אז משפחת ווייס טוט זיך וואס זיי ווילן, זיי לעבן א גוטן טאג און קומען און גייען כסדר, זיי האבן קאר-סערוויסעס און גויטע-הילף כמעט יעדן טאג, און דער מאן נעמט אראפ פילע טעג פון זיין דזשאב ווען ער וויל נאר, און מיין מאן ארבעט שווער און ביטער און עס מאכט זיך ממש קיינמאל נישט אז ער זאל קענען אוועקפארן מיט מיר אויף אפאר טאג, מיר זענען שוין יארן נישט געגאנגען אויף וואקאציע; אפשר זאל דאסמאל משפחת ווייס מוותר זיין אויף זייער וואקאציע און פאָרן אן אנדערע וואך, ווייל איך קען עס נישט אפשטופן און מיין מאן וועט נישט באקומען נאך אזא געעגנהייט אזוי שנעל...
די בעיביסיטער האט איר געזאגט, איך הער דיינע טענות, אבער עס איז נישט מיינע געשעפטן און איך קען זיך נישט אריינמישן, פרוי ווייס האט גערופן ערשט און זי האט מיר באשטעלט פאר די וואך און איך האב מסכים געווען, אז דו ווילסט, פארבינד זיך אליינס מיט איר און פראביר אויב דו קענסט איר בעטן צו טוישן אירע פלענער.
הכלל, מרת שווארץ רופט אן מרת ווייס און הייבט אָן צו בעטן און מסביר זיין, אבער מרת ווייס פרואווט אויף די שענסטע וועג זיך ארויסצודרייען און ערקלערן אז זי קען אויך נישט טוישן אירע פלענער דאסמאל און זי מוז אוועקפארן דווקא די באשטימטע וואך... פרוי שווארץ וואס איז געווען שטארק פארביטערט און אנטוישט דערפון, האט זיך געגעבן א כאפ ארויס מיט טענות "דו האסט אלעס וואס דו דארפסט, דו קומסט און דו גייסט, דו לעבסט א גוטן טאג, און דו האסט אפילו א פרוי וואס נעמט אראפ דיינע קינדער פונעם באס כמעט יעדן טאג, און די ארימע וואקאציע פון מיר און מיין מאן, דאס קענסטו מיר נישט פארגינען געהעריג?!"...
פרוי ווייס האט געשוויגן און נישט געענטפערט, וואס זאל זי זאגן? הער מיך אויס כ'בין ביטער קראנק ל"ע און איך דארף אדורכגיין א גרויסע סורדזשערי אויף וואס מיר ווארטן שוין לאנגע חדשים?, זי האט אויסגעקליבן צו זיין שטיל און גארנישט זאגן, אבער זי האט געשפירט ווי איינער שניידט אריין אין איר מיט א מעסער דערמאנענדיג דאס וואס האט איר אלעמאל געדרוקט אויפן הארצן אז זי דארף צוקומען צו הילף פון פרעמדע אראפצונעמען אירע קינדער פונעם באס. די ווייטאג איז געווען אֵין לשער.
ווען איר מאן הרב ווייס האט שפעטער זיך אויסגערעדט דאס הארץ און דערציילט די מעשה פאר זיינע באקאנטע, האט ער צוגעגעבן גאר טיפזיניגע ווערטער: עס באדערט מיר נישט אז יענער האט אונז נישט ריכטיג דן געווען לכף זכות, זי האט נישט געדארפט וויסן אז מיין ווייב איז נישט געזונט און אז דאס אלעס וואס מיר האבן איז בלויז ווייל עס איז נישט דא קיין ברירה, און רוב דערפון קומט פון צדקה און חסד ארגעניזאציעס וכדומה; עס מאכט זיך אמאל אז א מענטש האט א טעות אדער טייטשט עפעס אפ נישט-ריכטיג. אבער וואס עס האט מיך יא געשטערט איז "פארוואס טאר איך נישט עקזיסטירן?!" פארוואס פארשטייט נישט יענער אז איך בין אויך א מענטש, איך האב אויך פארשידענע רצונות און פלענער, איך בין א בשר ודם פונקט ווי דו, און אויב איך זאג דיר אז פאר מיר קומט נאר אויס גוט אוועקצופאָרן יעצט און איך קען עס נישט אפשטופן, אפילו דו ביסט טאקע מלא טענות און חשבונות, און איך האב דיך אויסגעהערט און פארשטאנען, און דאָך האב איך געענטפערט אז איך קען נישט טוישן די סיטואציע... איז נישט! פארטיג. יעדער איינער האט א רעכט, דו האסט א רעכט צו בעטן א טובה און איך האב א רעכט צו זאגן אז איך קען נישט יעצט טוהן די טובה, אָן וויסן אלע פאַקטן און סיבות וואס ליגן אונטער דעם, פארשטיי מיך אז איך בין אויך א מענטש און איך בין אויך בארעכטיגט צו לעבן... דאס נישט איינזעהן און פארשטיין אז יענער האט ווארשיינליך אויך א צד, און יענער מעג אויך, דאס איז די ערגסטע חלק פון די גאנצע זאך!
און דאס איז אונזער עבודה, אלעמאל צו זעהן יענעם, צו שפירן יענעם, צו אנערקענען אז יענער האט אויך א מקום, יענער האט אויך א מוח מיט שכל, ער טראכט אויך פונקט ווי איך, און אויב פארשטייט ער נישט די זעלבע ווי מיר, מיינט נאכנישט אז איך בין גערעכט און ער נישט.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com