בלאט 1 פון 1

היים מוזיק שפילער

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:35 pm
דורך צקון לחש
איך האב אינדערהיים אן אלטע סידי פלעיער וואס מ'קען אריינשטעקן דערין א USB אבער ס'איז זייער נישט פראקטיש, זינט די סקרין איז זייער קליין און עס ליינט אויך נישט עברית, און דאס באוועגט מיר צו זוכן עפעס א נייע כלי, וויל איך וויסן, וואס נוצט דער עולם היינטיגע צייטן?

איך דארף עפעס וואס נעמט איינע פון די צוויי, א USB אדער אן SD.

עס דארף קומען מיט אן אויטפוט ספיקער.

עס מוז נישט נעמען קיין סידי (ז"ל).

איך גלייב אז ס'איז אן עמהארצישע שאלה אבער מיין לאקאלע עלעקטראניק סטאר ארבעטער איז געווארן צומישט פון מיין (אפשר צו פשוט'ע) שאלה, סאו פרעג איך דא...

@ערנסטגערעדט

מיט דאנק פון פאראויס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:43 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
איך האב געקויפט ביי בעסט ביי א צוויי דריי יאר צוריק א Sony MHC-V21
ס'נעמט א CD און א USB א SD ווייס איך נישט. אויך ארבייט עס מיט Bluetooth.
די סאונד קוואליטעיט איז סופער. ס'געמאכט סיי פאר אינדרויסן און סיי פאר אינווענדיג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:51 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך נוץ דאס מיט בלוטוטה, וואס זאגן די מבינים איבער דעם?

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:12 pm
דורך ערנסטגערעדט
א דיווייס וואס נעמט USB ווייס איך נישט, דאס איז שוין אויך זייער אלטמאדיש.
אבער פאר SD קענסטו נוצן סיי וואספארא MP3 פלעיער.
בעט דאס פון דיין געשעפטסמאן.
אויב דארפסטו א גרעסערע ספיקער קענסטו דאס קויפן מאך זיכער די פלעיער האט א העדפאון דזשעק דארטן שטעקט מען איין די ספיקער

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 12:18 am
דורך ערנסטגערעדט
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך נוץ דאס מיט בלוטוטה, וואס זאגן די מבינים איבער דעם?
דאס איז א בלויזע ספיקער און סקוקט אויס ווי א גוטס, אבער דאס אליין שפילט נישט קיין מוזיק, מברויך א פלעיער וואס זאל האבן דערין די מוזיק און דערנאך קען מען עס מחבר זיין דורך בלוטוט צו שפילן אויף דעם באמבאסטישן סאונדבאר, ער דארף די פלעיער קודם…

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 4:30 am
דורך ברוך שפינוזה
כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער :lol: :lol: עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? :?

Re: היים מוזיק שפילער

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 8:32 am
דורך ערנסטגערעדט
ברוך שפינוזה האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער :lol: :lol: עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? :?
[mention]צקון לחש [/mention] איז נאכנישט אזא שגץ ווי דיר איי געס… אויך אויב דארפסטו עס פאר דיינע קינדער מוזטו שטענדיג דארט בלייבן? אויב ווילסטו אוועק גיין האקט זיך אפ דער מוזיק?

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 11:21 am
דורך סקעפטיקער
פונקט די וואך געזען אדווערטייזט
https://www.overtoneonline.com/

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 12:03 pm
דורך צקון לחש
סקעפטיקער האט געשריבן:פונקט די וואך געזען אדווערטייזט
https://www.overtoneonline.com/
איך זעה אז זיי זאגן אז עס האט נישט קיין ווייפיי, בין איך נייגעריג, איז דא אן ענליכע כלי וואס האט יא ווייפיי? און בעיקר: וואס טוט דער ווייפיי אויף?
(איך האב נאכנישט בודק געווען די רעקאמאנדאציעס פון אויבן אין דעם אשכול)

היים מוזיק שפילער

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 2:16 pm
דורך ברוך שפינוזה
ברוך שפינוזה האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען אז ס'איז זעלבסטפארשטענדליך, איך קאננעקט דעם ספיעקער צו מיין רעקארד פלעיער :lol: :lol: עה, אוודאי סטריעם איך מוזיק פון מיין פאון דורך יוטיוב אדער ספאטיפיי, וואס דען? :?
איך האב נישט קיין ״גרויסע״ קינדער אז ס׳זאל זיין אן אישו אבער געווענליך משפחות מיט קינדער האבן א טאבלעט מיט עקסעס צו יוטיוב א.ד.ג. פון וואס מ׳קען שפילן מוזיק.

נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 4:11 pm
דורך צקון לחש
ברוך שפינוזה האט געשריבן:געווענליך משפחות מיט קינדער האבן א טאבלעט מיט עקסעס צו יוטיוב א.ד.ג. פון וואס מ׳קען שפילן מוזיק.
נאר רבנים קדושים!