בלאט 1 פון 1

פאסיוו ווס. אסערטיוו

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 7:45 am
דורך לייביששרייבער
א גוט מארגן, א גוטע וואך.

היינט וועלן מיר שרייבן דעם פאסיווער בילד און בעז"ה אין דעם נעקסטן ארטיקל דעם עסערטיווער בילד.

העלא גוד מארנינג גאלדי, וואס מאכסטו? הייבט אויף רוחי דעם טרייבל מיט א געמאכטע איינגענעמקייט, טראכענדיג צו זיך וואס וויל שוין די גאלדי ווייטער פון מיר היינט. ווען זי קאלט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען.

גאלדי, א בעלת חסד, לויפט אין שפיטעלער פאר ביקר חולים'ס וועגן. ווי אויך באזוכט זי כסדר אין די אלט-היימען צו באזוכען די איינזאמע עלטערע פרויען וואס האבן נישט ווער עס זאלן זיך אויף זיי אומקוקן, קומט זי כסדר באזוכן און פארברענגען מיט זיי עטוואס כדי זיי זאלן האבן מיט וועם און מיט וואס צו פארטרייבן זייער לאנגווייליגע טעג. (קען זיין טאקע אויף יענעמס חשבון, אבער פארט איר חסד שטייט איבער אלעם. אויב גייט זי נישט מחיה זיין א צובראכענעם נפש כאטשיק איינמאל א וואך איז איר וואך נישט קיין וואך).

רוחי, קענסט מיר אפשר נעמען מיין יואל'ישל פאר צוויי שעה בערך, איך האב וויכטיגס צו ארלעדיגן אין מאנהעטן היינט פאר צוויי שעה. שור, גלעדלי, ענפערט רוחי מיט אן אפנהארציגקייט. ער איז דאך אזא זיסע שעפעלע, עני טיים.

רוחי איז א שכן מיט גאלדי אין איין בנין שוין פאר יארן, ווען אימער גאלדי דארף א בעבי סיטער ווייסט זי אז רוחי איז איר אדרעס, מען קען דארט איבערלאזן דעם קליינעם יואל'ישל. זי נעמט אים אלץ זייער גערן. ווי אויך האט רוחי א שטוב מיט טעכטער וואס קענען צולייגן א האנט און אכטונג געבן אויף מיין יואל'ישל. רוחי איז סאמטינג ספעשל, עני טיים זייער גערן עטפערט זי אייביג.

ווי נאר דער טעלעפאן געשפרעך, מיט דער טובה וואס דארף באלד געטוהן ווערן פאר גאלדי ווערט געענדיגט, קלאפט רוחי אראפ עם טרייבל מיט א כעס, רעדנדיג צו זיך אליינס שטילערהייט, האפענדיג אז גאלדי הערט איר נישט: שוין ווייטער דארף איך בעבי-סיטען דעם יואל'יש ווייס, אזא שווער קינד, אייביג וויינט ער, איך האב נישט קיין געדולד צו אים, די שעות וואס מען דארף אים בעבי-סיטן איז ממש א גהינם דא ביי מיר אינדערהיים.

זינט דעם פאון קאל צופרי פון גאלדי איז רוחי צופיפן און נערוועז ווי א צאפ, זי האט נישט קיין געדולד צו נעמען דעם יואל'ישל און זי ווערט שוין משוגע שעות בעפאר. אלע קינדער און דער מאן בתוכם כאפן אריין פסקים און קולות על לא עול בכפם. די קינדער און דער מאן האבן נישט קיין אנונג על מה חרי האף הזה. רוחי גייט אן מיט איר נערוועזיטעט אן וואס מען זאל איר קענען בארואיגן.

עס קומט שוין ענדליך דער באשטימטע שעה וואס רוחי דארף איבערנעמען דעם יואל'ישל ווייס. די נערווען דערגרייכן אויפן העכסטן גראד שייך אט צו א נערווען אטאקע.

גאלדי קלאפט אין טיר פון רוחי. מיט אן העפליכקייט זאגט גאלדי צו רוחי, יואל'ישל איז אנגעזעטיגט און געבאדן, ער דארף צו שלאפן ביז ממש איך קום אן אהיים, איך האף צום אייבערשטן ער וועט זיין וואויל, און גיט דערביי איבער יואל'ישל אין די האנט פון רוחי. ווי נאר רוחי נעמט אים איבער אין איר האנט דעם קליינעם יואל'ישל הייבט ער אן צו קוויטשען און פארפירן אויף דעם וואס זיין מאמע לאזט אים אזוי איבער ביי רוחי אין די האנט אן א רחמנות. גאלדי פיהלט זייער שלעכט פאר איר שכן חבר'טע, און זאגט צו איר לייג אים אריין אין בעטל, ער וועט נישט וויינען פאר צו לאנג, ער וועט גלייך איינשלאפן. איצטערט איז די צייט וואס ער דרימלט און רוהט זיך אפ פאר צוויי דריי שעה.

נישט געזארגט, עס איז אוקיי, ער וועט זיין גוט. מיט א צוגעלייגטע מוט טראכט זיך גאלדי יואל'ישעס מאמע אז ה' ירחם, ער וועט זיין וואויל האפענטליך. זי באדאנקט זיך העפליך פאר די געוואלדיגע טובה וואס איר שכן רוחי טוהט פאר איר, און וואונטשט א גוטן טאג, איך וועל זיין צוריק בערך 2 אזייגער בעז"ה.

ווי נאר גאלדי דרייט אויס איר רוקן פונעם טיר שטויסט רוחי צו דעם טיר מיט אזא זעץ אז די ווענט קומען אראפ, נעמט דעם וויינענדיגע יואליש און טראסקעט אים אריין אין א קינדער בעטל, מיט א כעס האקט זי צו דעם טיר פונעם שלאף צימער ווי דער קליינער איז געווארן איינגעשפארט, און טוהט זיך אן אויער שטאפערס און פרובירט אנגיין מיט איר סדר היום.

דער יואליש ליגט אין דעם בעטל און וויינט מיט בכיות נוראות, ער בארואיגט זיך נישט בשפו"א כי אבי ואמי עזבוני. אזוי גייט א דורך די צוויי שעה מיט געוויינען און געשרייען פון דעם קליינעם יואליש ביים שכן רוחי. די צוויי שעה גייט אדורך זייער זייער צעגרענדיג און גאלדי איננו, זי איז נאך אלץ נישט צוריק. ווי איז זי, די מכשפה. מען קען איר קיין טובה נישט טוהן, זי נעמט עדוועטעדזש, א סאקער, א שווערע שכן. ווען איך דארף פון איר א טובה קען איך עס פאר קיין געלט נישט באקומען פון איר (שקר!!) אבער אזוי זענען מענטשן, עדוועטעדזש נעמערס.. דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך נעם אריין איר יואלי'של ביי מיר אינדערהיים!

עס איז שוין דריי מינוט נאך צוויי שעה און גאלדי איז נאך אלץ נישטא. אייביג טוהט זי דאס! איר צוויי שעה מיינט פינף, די רשע'נטע... ענדליך נאך 15-20 מינוט פון די צוויי שעה קלינגט גאלדי צו איר שכן רוחי אין טעלעפאן, און אנטשולדיגט זיך מיט א מיליאן אנטשולדיגונגען אז זי האט נישט געקענט האבן קיין קאר אין צייט, בלית ברירה האט זי געכאפט דעם טרעין, זי האט נישט געהאט קיין סערוויס אין די סובוועי טונעלן אבער די טרעין איז איצטערט אויפן ברידזש, די נעקסטע סטאפ איז ווייניגער ווי א גאס פון איר שטוב. הקיצור זי איז שוין דארט.

עס איז אוקיי, נישט געזארגט, ענטפערט רוחי העפליך, אלעס איז געוואלדיג, און ווידער א קנאק אראפ מיטן טעלעפאן. א ליגנער וואס זי איז, אייביג איז עס אזוי! רעדט רוחי ווייטער צו זיך, זי וועט נישט דא זיין פאר א שעה, איך קען איר שוין, די ליגענער.

גאלדי קלאפט אין טיר מיט איבערגעפילטע הענט מיט שאפינג בעגס, עס דערקענט זיך אז די שכנ'טע האט זיך ארויסגעלאזט קיין מאנהעטן אויף א שאפינג ספרי. אפאר מינוט פונעם קאל, רוחי עפענט אין די רגע מיט יואלישעל אין די האנט פארוויינט, דאס נאז זיינע רינענדיג מיט דמעות שליש קען זיך יואליש נישט בארואיגען זעהנדיג זיין מאמע שטייט ביים טיר אים אפצונעמען. ער נעמט זיך וויינען נאך שטערקער, קוים וואס ער כאפט זיך דעם אטעם זעהנדיג דעם מאמען.

אזוי וויינט ער נעבעך? פרעגט גאלדי באזארגט אז דער יואליש האט נישט געגעבן קיין מנוחה פארן שכן. נעה, ענפערט רוחי מיט א שמייכל, ער האט זיך ממש יעצט גענומען וויינען, ממש א מינוט צוריק, אה, מאכט סענס, זאגט גאלדי, פערפעקט טיימינג.. איצטערט שטייט ער געווענליך אויף און ער דארף זיין סעודה קטנה וכו', טענק יו סא מאטש, צום באצאלן אין פריידן. איי סאו מאטש אפרישיעיט יור העלפ.

זי דרייט זיך אויס צו גיין צו איהר דירה. ווידער א זעץ דעם טיר כאילו א באמבע האט אינעם בנין אויפגעריסן, אזא זעץ האט דער טיר געגעבן. די רשע'נטע די גאלדי, אויף מיין חשבון גייט זי אייביג שאפינג. אויב איז שאפינג אזוי וויכטיג פאר איר זאל זי טראגן דעם קליינעם צו א בעבי סיטער! נאך א טוץ מיט קללות אונטערן נאז, הייבט זי זיך אן עטוואס צו בארואיגן.

דער מאן ציטערנדיג אהיימצוקומען נאך וואס ער האט געזעהן דער נערוועזיטעט פון זיין אשת חיל אהיימקומענדיג פון דאווענען, דורכאויס דעם טאג האט ער פון איר נישט געהערט, ווער ווייסט וואס עס ווארט אים אפ ווען ער קומט אהיים. ער גארטלעט זיך אן מיט אייזערנע נערווען פאר ער לאזט זיך ארויס פון דעם שווערן ארבייטס טאג וואס ער האט היינט געהאט (מן הסתם האט זיין שווערער טאג געהאט צו טוהן מיט זיין געטרייער באגלייטערן באגלייטענדיג ארויס צו דער ארבעט היינט צופרי).

ואת אשר יגורנו בא. ער קומט אריין אין שטוב, די ברוך הבא וואס ער באקומט פארן אהיימקומען שפעט (איר קענט זיך שוין אליינס פארשטעלן די איבעריגע חלק פונעם בילד ווי אזוי דער ווייטערדיגער סדר היום האט אויסגעקוקט דארט).

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 2:49 pm
דורך דיכטער
ר׳ לייביש, נאכאמאל האסטו אונז באגייסטערט מיט דיינע הערליכע שריפטן.
איך קען קוים ווארטן פאר דער אסערטיווע רוחי און וויאזוי איר טאג וועט זיך אויסשפילן אין קאנטראסט צו איר פאסיווע כאראקטער.

דרך אגב. אבער דעם פאראגראף:
ווי נאר דער טעלעפוין געשפרעך, מיט דער טובה וואס דארף באלד געטוהן ווערן פאר גאלדי ווערט געענדיגט, קלאפט גאלדי אראפ עם טרייבעל מיט א כעס, רעדענדיג צו זיך אליינס שטילערהייט האפענדיג אז גאלדי הערט איר נישט, שוין ווייטער דארף איך בעבי-סיטען דעם יואל'יש ווייס, אזא שווער קינד אייביג וויינט ער איך האב נישט קיין געדודלד צו עים, די שעות וואס מען דארף עים בעבי-סיטן איז ממש א גהינם דא ביי מיר אינדערהיים.
איך מיין אז מען דארף גורס זיין
קלאפט רוחי אראפ עם טרייבעל מיט א כעס

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:03 pm
דורך לייביששרייבער
דיכטער האט געשריבן:ר׳ לייביש, נאכאמאל האסטו אונז באגייסטערט מיט דיינע הערליכע שריפטן.
איך קען קוים ווארטן פאר דער אסערטיווע רוחי און וויאזוי איר טאג וועט זיך אויסשפילן אין קאנטראסט צו איר פאסיווע כאראקטער.

דרך אגב. אבער דעם פאראגראף:
ווי נאר דער טעלעפוין געשפרעך, מיט דער טובה וואס דארף באלד געטוהן ווערן פאר גאלדי ווערט געענדיגט, קלאפט גאלדי אראפ עם טרייבעל מיט א כעס, רעדענדיג צו זיך אליינס שטילערהייט האפענדיג אז גאלדי הערט איר נישט, שוין ווייטער דארף איך בעבי-סיטען דעם יואל'יש ווייס, אזא שווער קינד אייביג וויינט ער איך האב נישט קיין געדודלד צו עים, די שעות וואס מען דארף עים בעבי-סיטן איז ממש א גהינם דא ביי מיר אינדערהיים.
איך מיין אז מען דארף גורס זיין
קלאפט רוחי אראפ עם טרייבעל מיט א כעס
@דיכטער א ריזיגער ישר כח פארן מעורר זיין און נאך א מזל די האסט עס נישט געליינט פאר דעם ערשטען רעדעגאציע. @דער גאלדענער אדלער האט מיר אנגעצייכענט אז די גאנצע ערשטע האלב זענען די נעמען געטראפן פארקערט, עס האט זיך געטוהן א מהפכה.

אך האב ממש געדארפט טוישען א יעדעס רוחי פאר גאלדי און א יעדעס גאלדי פאר רוחי ביז טיף אינדערמיט. קען זיין עס איז נאך איבער געבליבען אזא טעות. איך וועל נאכאמאל טשעקן. איך בעהט איבער די קוראים, דער ארטיקעל איז געשריבען זונטאג 4:30 פארטאגס מיט די שבתדיגע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פונעם שבתדיגער טשולענט האבן נאך געהאלטן אינמיטן טאנצען דער באקאנטער צוה ישיעות יעקב ניגון בתופים ומחולות, האבן זיי פשוט געשטערט די ארבעט.

כ'מיין אז שוין לאנג נישט געשריבען אזוי. אבער אזוי ווי די רקידן של שמחה פון די ארויסגייענדע מלאכי המשמורה האבן די וואך געהאט א גרעסערע שמחה און געטאנצען אסאך לענגער און מיר ממילא נישט געלאזט שלאפן, האב איך גענומען די טעלעפוין אין די האנט און זיך גענומען קלאפן. וויפיל מאל איך האב זיך שוין באשוואוירען עס נישט צו טוהן האב איך זיך נאכאמאל געטראפן עס טוהן. (בדרך אגב דאס הייסט שוין עדיקשען) נא לעיין בתגובה שכתבתי עבור עדיקשאן למי שיש רשות כניסה.

אסערטיוו

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:40 am
דורך לייביששרייבער
ווען רוחי איז נישט אוועילעבל איז די נעקסטע אפשען שיינדי. שיינדי, אויך א שכן אין די זעלבע בנין צוזאמען מיט רוחי, אבער שיינדי איז נישט אייביג עוועיליבל און דרייט זיך אסאך ארויס פון די בעיבי סיטינג פאסטן וואס גאלדי פרובירט פון צייט צו צייט צו אנ'שדכנ'ען ווען זי גייט טוהן אירע חסד אפעראציעס.

שיינדי קען עטנפערן גלייכגילטיג "היינט בין איך נישט אוועלעבל" אן זיך אנטשולדיגען און זיך פארענטפערן אז זי האט א סיבה פארוואס זי קען נישט. שיינדי איז אויך זייער א פיינע שכן, אירע קינדער מיט רוחי'ס קינדער שפילן כסדר באנאזאם איינער אינעם צווייטענס אפארטמענט, וואוילע זייער איינגענעמע שכנים.

ווען גאלדי'ס קינדער זענען ביי שיינדי וועט כסדר פאסירן ווי די קינדער וועלן אהיימקומען נאך פארברענגען ביי שיינדי אינדערהייט פאר א האלבע שעה, און וועלן זאגן פעסי'ס מאמע (מיינדענדיג דעם שכן שיינדי) האט געזאגט אונז זאלן שוין אהיים גיין.

שיינדי פארברענגט זייער אנגענעם אונטען ביים ווארטן אויף די באס צו באגלייטן די קינדערלעך אין חדר און אין סקול, מען הערט נישט פון איר קיין סאך דברי חכמה ופקחות, רעדט קורץ, שארף, זייער צו דער זאך. ווען עס וועט זיין אן ארגיומענט וועגן א צווייטע שכן'טע אונטער דעם רוקן פון א בארעדטער וועט שיינדי'ס ריספאנס זיין, איך וויל נישט רעדן אונטער איר רוקן, איז זי דא קען מען עס מיט איר דיסקאסען, קען מען עס נישט דיסקאסען מיט איר האבן מיר פון דעם בכלל נישט וואס צו רעדן. פאר לשון הרע'ס האב איך אסאך בעסערע טאפיקס צו רעדן.

אבער עס מאכט זיך זייער אפט אז שיינדי וועט זייער נעמען גערן יואל'יש ווען גאלדי גייט טוהן אירע וואוילטעטיגע חסד מיט די איינזאמע אדער פאר ביקור חולים.

העלא גוד מארנינג שיינדי, העלא גאלדי האו אר יו? ב"ה, ליסטען גאלדי, איך האב נישט קיין צייט צו רעדן איצטערט, קען מען רעדן אין א שעה ארום. אוקיי, אבער איין סעקאנד, קענסט נעמען מיין יואליש היינט פאר א שעה צוויי? נאו גאלדי, איי קענט טאדעי. טריי א צווייטעס מאל. זיי געזונט, וויל טאלק לעיטער, איי גאט טו ראן.

אה גאלדי, איך זעה דו ביסט דא, האסט געטראפן א בעיבי סיטער פאר יואל'יש? שור פרעג נישט וואס איך האב געהאט בלא בלא בלא תשעה קבים, און צום סוף איז יואל'יש געווען ביי מיין שוועסטער בלא בלא בלא.

זייער שיין, ווערי גוד, איי עם גלעד איט ווארקד אוט, און וואס האסטו ארלעדיגט? אה איך בין געווען ביי מרס. רעדעמאן, און דארט איז זייער נאנט צו H&M און איך האב דארט געטראפן מעסיוו בארגעינס, אה יעה, וואס האסטו געשאפט, לאמיר הערן, עני טינג איטערעסטינג? שיין גרעיט, איך בין אזוי העפי האסט אזוי גוט געטראפן. דו ביסט א ריזן שאפער גאלדי, איי העוו טו טעל יו דיס מאטש.

אבער ווען עס איז דא די געציילטע פאר מאל וואס שיינדי וועט יא נעמען גאלדי'ס יואליש, וועט עס אויסקוקן אזוי.

העלאאאאאאא גוד מארנינג, און שטרעקט אויס איר האנט צום קליינעם זיסן יואליש און וואונדערליך יואליש מיט א שמייכעל גייט גערן מיט צופרידנהייט. ליסטען שיינדי, יואליש האט געגעסן, ער איז געבאדן, ער דארף זיין נעפ בקרוב ממש. ער דארף אדורך צו שלאפן די גאנצע צוויי שעה.

פליז גאלדי, דאונט ווארי, ער וועט זיין אוקיי, מיין פעסי וועט זיך מיט אים שיין שפילן, וועט ער ווערן מיד ווילן מיר אים לייגן דזשאסט דאנט ווארי, ער וועט זיין אלרייט. יואליש קומט אריין אין א פרייליכע אטמעספערע, שיינדי וואונטשט גאלדי עי גוד דעי מיט סוקסעס. טעיק יור טיים, דאנט קאל מי טא טשעק אין, ער איז אין גוטע הענט.

יואליש לויפט גלייך אין פלעי רום, מען הערט נישט פון אים קיין פיפס. באשעפטיגט זיך מיט די קאלירטע טויס וואס ער טרעפט, האלט אפי' אונטער דעם קליינעם שכנט'ע פעסי. שיינדי איז זיך מחי' דאן, איר פעסי האט מיט וועם זיך צו שפילן.

ווער וויל קומען עסן? שרייט שיינדי לוסטיג. ביידע קינדער קומען צו לויפן, זי פארציילט זיי אפי' א מעשה. האלט ביידע אונטער, און אזוי גייט אדורך די צוויי שעה אן קיין פיפס און אלעס איז פיין און וואויל.

עס גייט אדורך די צוויי שעה אפי' שוין מער, שיינדי כאפט אפי' נישט אז עס איז לענגער ווי צוויי שעה. און דער טעלעפאן קלינגט. גאלדי פארסאפעט, העלא שיינדי איי עם סאו סארי מיט א סאב סטארי אז זי איז געשפעטיגט מיט בערך 45 מינוטן.

גאלדי, פליז דאונט ווארי, עס איז אוקיי, יואליש איז א דאל, ער שפילט אזוי שיין, ער האט פריער געגעסן, אלעס איז אין בעסטן ארדענונג.

גאלדי קומט אן צו שיינדי'ס טיר מיט אירע פעק אין זעק פון די מציאות וואס זי האט זיך איינגעהאנדלט אין מאנהעטן אויפן חשבון פון שיינדי מיט אויפן חשבן פון חסד גמ"ח הצלה וכו' ווייל זי גייט דאך באזוכען די קראנקע און די איינזאמע, קען מען פאר א נויט נוצן די ארגעניזאציעס וואס טראגן און ברענגען פון ברוקלין, אז אינצווישן גייט מען שאפן איז עס קיינעמס געשעפט, ריכטיג?

און שיינדי נעמט איר שיין אויף און זעהט די בעגס, פרעגט זי פריינטליך, נא ארלעידיגט סאומטינג אינטערעסטינג? וואו יו אר עמעזינג, איי טינג וואן דעי איי ניד טא גאו וויט יו, דו ווייסט ווי און ווען צו גיין. און אזוי פירט זיך א פריינטליכער שמועס ביים טיר און די צייט וואס יואליש וויל נישט אוועקגיין פון דארט.

נא ווער איז דער גוטער דא אין די צוויי בילדער? וואס האלטן די חברים דא?
רוחי וואס זאגט אייביג שור עני טיים. אדער שיינדי וואס 99% איז זי נישט וויליג אן קיין אנטשולדיגונג?

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:47 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שיינדי! ביי אלל מיענס. איך וואלט אוועקגעשטאנען פון רוחי מיט א צוואנציג פיסיגע לייט פאויל.

נשלח: זונטאג יולי 02, 2023 8:24 pm
דורך שמעקעדיג
נעבעך פאר רוחי. זי איז א שרעקליכע "קא-דעפענדענט" פערזאן.
זי וויל זיין א פיפל פליעזער. זי קען נישט זאגן ניין פאר יענעם. זי לייגט יענעם אייביג בעפאר זיך. זי איז אנגעוויזן אין יענעמ'ס אפראוועל.
דאס קומט פון ווייניג סעלף עסטיעם און נישט אייגענע אנערקענונג. זי שפירט אז אויב זי וועט זאגן ניין פאר יענעם וועט זי פארלירן איר גאנצע חשיבות...
עס קומט נישט פון שלעכטקייט. עס קומט פון א צובראכנקייט אינעם נפש. טיף אין הארצן טוט זי דאס אלעס "ריזענטן".

ווייניג מענטשן קענען זיין גענצליך אסערטיוו. רוב מענטשן זענען פאסיוו אמאל אמאל, ווענדט זיך ווען און מיט וועמען מען האט צו טון.
עס איז דא פארשידענע עצות דערפאר, אבער נישט דא איז דער פלאץ.

לייבוש דו שרייבסט דא אשכולות מלא תוכן. דער שטיבל בליעט אויף.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 4:58 am
דורך לייביששרייבער
עס איז דא א ביכל פון דר. אזיז Dr. Aziz עס רופט זיך נאֲט נֵייס Not Nice. עס איז כדאי צו נעמען אין האנט אריין און עס אדורכלערנען. ער טוהט דורך די גאנצע נושא בכל פרטיה ודקדוקיה.