בלאט 1 פון 4
מהרז''ל מסאטמאר נעמט אויף זון רבי חיים הערש ט"ב פאר אב"ד ק"י
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 12:55 am
דורך אינטערסאנטער
דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
לויט ווי מען שמועסט פלאנט מען אויך בקרוב צו מאכן דארט א ישיבה, וואס וועט זיין א ברענטש פון די ישיבה גדולה בראשות הגה"צ רבי חיים הערש אב"ד ור"מ סאטמאר קרית יואל
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:19 am
דורך חב''ד הויזן
אינטערסאנטער האט געשריבן:דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
לויט ווי מען שמועסט פלאנט מען אויך בקרוב צו מאכן דארט א ישיבה, וואס וועט זיין א ברענטש פון די ישיבה גדולה בראשות הגה"צ רבי חיים הערש אב"ד ור"מ סאטמאר קרית יואל
איז זיין טיטל אב''ד סאטמאר קרית יואל אדער אב''ד קרית יואל?
Re: הרב חיים צבי (הערש) טייטלבוים שליט''א (בן אדמו''ר מהרז''
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:21 am
דורך בעלינגהעם
ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:27 am
דורך אינטערסאנטער
בעלינגהעם האט געשריבן:ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
רב פון קרית יואל והגלילות
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:28 am
דורך מר. קלונימוס
אינטערסאנטער האט געשריבן:דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
לויט ווי מען שמועסט פלאנט מען אויך בקרוב צו מאכן דארט א ישיבה, וואס וועט זיין א ברענטש פון די ישיבה גדולה בראשות הגה"צ רבי חיים הערש אב"ד ור"מ סאטמאר קרית יואל
ווער איז די רב פון פאפא קרית יואל?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:29 am
דורך חב''ד הויזן
אינטערסאנטער האט געשריבן:בעלינגהעם האט געשריבן:ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
רב פון קרית יואל והגלילות
איז נישט די זאלוינישע אפיציעלע שטעלונג אז מ'קען נישט מאכן א שטאטס רב פאר אפגעטייילטע קהילות?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:36 am
דורך אינטערסאנטער
די זאלוינישע שטעלונג איז אז עס קען זיין צוויי שטאטס רב אין א שטאט, און צוויי באזונדערע קהילות. (א געדאנק ווי אנטווערפן שומרי הדת און מחזיקי הדת)
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:43 am
דורך שמעקעדיג
אינטערסאנטער האט געשריבן:בעלינגהעם האט געשריבן:ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
רב פון קרית יואל והגלילות
וואס מיינט דאס פאר פשוט'ע מענטשן?
אויב מאכט מען חתונה אין ק"י און מען נעמט נישט מהר"א פאר מסדר קידושין וועט מען מער נישט באשריבן ווערן אינעם שוידערליכן פנקס?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:48 am
דורך אינטערסאנטער
די פנקס גייט ווייטער אן, און חתונות אין די א.ג. גע'אסרטע זאלן גייען אויך ווייטער אן..... יעדער גייט אן אויף זיין שטייגער.....
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:49 am
דורך שמעקעדיג
אינטערסאנטער האט געשריבן:דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז ...... נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
מחצה''ק האט געשריבן:ער האט קיינמאל נישט פראבירט צו באקומען קרית יואל נאך וואס קרית יואל איז א שווערע קהלה.
האיך יתקיימו שניהם?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:53 am
דורך אינטערסאנטער
וואס איז די קשיא? די קהילה האט אים מפציר געווען ביז ער האט מסכים געווען, עס איז טאקע נישט געגאנגען אזוי גרינג פאר קרית יואל אים צו באקומען, אבער די טאג איז אנגעקומען.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:43 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:בעלינגהעם האט געשריבן:ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
רב פון קרית יואל והגלילות
וואס מיינט דאס פאר פשוט'ע מענטשן?
אויב מאכט מען חתונה אין ק"י און מען נעמט נישט מהר"א פאר מסדר קידושין וועט מען מער נישט באשריבן ווערן אינעם שוידערליכן פנקס?
זייער פשוט
טאמער נעמט מען נישט מהר"א וועט מען ווערן פארשריבן אין פנקס שע"י קהילת מהר"א, און טאמער נעמט מען נישט מהרח"צ וועט מען ווערן פארשריבן אין פנקס שע"י קהילת מהר"יי.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:44 am
דורך שמעון וואלף
אינטערסאנטער האט געשריבן:בעלינגהעם האט געשריבן:ער מאכט עם אלס א רב אין קרית יואל אדער אלס דער רב פון קרית יואל?
רב פון קרית יואל והגלילות
דאס איז שוין די ערשטע מחלוקת פונעם נייעם רב מיט מהר"א. לדעת מהר"א עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי גלילות, ווייל אלע געגענטער ארום זענען אויטאמאטיש קרית יואל
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
דורך berlbalaguleh
אינטערסאנטער האט געשריבן:די זאלוינישע שטעלונג איז אז עס קען זיין צוויי שטאטס רב אין א שטאט, און צוויי באזונדערע קהילות. (א געדאנק ווי אנטווערפן שומרי הדת און מחזיקי הדת)
יא: ווען מהרז"ל און זיין קהילה וועלן אויפנעמען מהר"א פאר רב אין ראדני וועט מהרז"ל ווערן אדמו'ר מקר"י (והגלילות). און זיין זון וועט ווערן דער מרא דאתרא אין קרית יואל והגלילות...!
נאר דאס 'עט שוין זיין לאחר ביאת המשיח. ווייל משיח און זיין רעבעצין (חיה מושקא) זענען שוין ביידע נישט בעלמא הדין.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 11:24 am
דורך פארווע חסיד
מעג מען שוין גיין אין גראסערי נאך צענע ?
אין וואס איז זיין שטעלונג לגבי די לאנגע שארט קאָטס ?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 11:48 am
דורך חב''ד הויזן
מעג מען שוין פארקויפן די מאמענט, בליק, וואך? מעג מען שוין דאווענען מעריב ביי די פערציג?
ערנסט גערעדט, וואס וועט זיין שטאטס-רבשאפט אפעקטירן קרית יואל? ער האט דאך נישט די ווילידזש, רוב שטאט, וכו'.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:21 pm
דורך אינטערסאנטער
חב''ד הויזן האט געשריבן:מעג מען שוין פארקויפן די מאמענט, בליק, וואך? מעג מען שוין דאווענען מעריב ביי די פערציג?
ערנסט גערעדט, וואס וועט זיין שטאטס-רבשאפט אפעקטירן קרית יואל? ער האט דאך נישט די ווילידזש, רוב שטאט, וכו'.
ער האט א שיינע פאר טויזענט משפחות אין קרית יואל ברוך השם, כן ירבו.
אגב, ווען ר' אהרן איז געווארן שליח פון דעם ברך משה אלס רב אין קרית יואל, האט רוב שטעטל זיך מתנגד געווען צו זיין רבנות, די וויליזש איז געווען אנטקעגן אים, צוביסלעך האט ער זיך משתלט געווען און ארויסגעברענגט מער פון זיינע מענטשן.
רבי זלמן לייב האט אלס געהאט א ריזיגע ציבור אין קרית יואל, און עס וואקסט מער און מער ברוך השם.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:36 pm
דורך calculator
אינטערסאנטער האט געשריבן:דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
וואספארא מין שפראך איז דאס?
מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל
1)דאס הייסט אז, זיין טאטע(ברך משה) איז געווען דער רב, און ער האט ממנה געווען (רז"ל) פאר רב, און יעצט זאגט ער זיך אפ און גיבט עס איבער פאר זיין זוהן(רח"ה)?
2) אדער זיין טאטע(ברך משה) איז געווען די רב און ער האט אים געזאגט אז דו(רז"ל) ביסט נישט רב, נאר דו האסט דער כח אויפצונעמען א רב? [דארף מען וויסען תורהדיג איז דא אזא מין שטעלע?]
3) נישט זיין טאטע און נישט ער זענען רב, נאר זיי האבן די כח אויפצונעמען א רב, ווייל דער עולם אין קרית יואל וויל אים פאר רב, אויב אזוי וואס איז די שאלה? וואס דארף מען צוקומען צו די גאנצע לומדות?
4) וויל אים נישט דער עולם?, וואס דען? ער וויל אים ארויפצווינגען אויפן עולם, זענען זיי משתלטים על הציבור? אדער??
@לאקש מיר דארפן דיך האבן?? איך בין אינגאנצען צומישט!!
Re: מהרז''ל מסאטמאר נעמט אויף זון רבי חיים הערש ט"ב פאר אב"ד
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 4:31 pm
דורך יצחק אייזיק
calculator האט געשריבן:אינטערסאנטער האט געשריבן:דער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
וואספארא מין שפראך איז דאס?
מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל
1)דאס הייסט אז, זיין טאטע(ברך משה) איז געווען דער רב, און ער האט ממנה געווען (רז"ל) פאר רב, און יעצט זאגט ער זיך אפ און גיבט עס איבער פאר זיין זוהן(רח"ה)?
2) אדער זיין טאטע(ברך משה) איז געווען די רב און ער האט אים געזאגט אז דו(רז"ל) ביסט נישט רב, נאר דו האסט דער כח אויפצונעמען א רב? [דארף מען וויסען תורהדיג איז דא אזא מין שטעלע?]
3) נישט זיין טאטע און נישט ער זענען רב, נאר זיי האבן די כח אויפצונעמען א רב, ווייל דער עולם אין קרית יואל וויל אים פאר רב, אויב אזוי וואס איז די שאלה? וואס דארף מען צוקומען צו די גאנצע לומדות?
4) וויל אים נישט דער עולם?, וואס דען? ער וויל אים ארויפצווינגען אויפן עולם, זענען זיי משתלטים על הציבור? אדער??
@לאקש מיר דארפן דיך האבן?? איך בין אינגאנצען צומישט!!
לכאורה גאר פשוט. די ברך משה איז געווען רב אין קרית יואל (לדעתם) און ער האט איבערגעגעבן די הנהגה פון סאטמאר פאר רז"ל (לדעתם) און יעצט נעמט ער אויף זיין זון אויף קרית יואל אזויווי זיין טאטע האט אויפגענומען מהר"א בחייו. פארשטענדליך?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 4:54 pm
דורך calculator
הייסט אז ביז היינט איז רז"ל געווען רב אין קרית יואל?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 5:01 pm
דורך shadchan
ירושלים מה תהא עליה?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 5:01 pm
דורך חב''ד הויזן
יצחק אייזיק האט געשריבן:לכאורה גאר פשוט. די ברך משה איז געווען רב אין קרית יואל (לדעתם) און ער האט איבערגעגעבן די הנהגה פון סאטמאר פאר רז"ל (לדעתם) און יעצט נעמט ער אויף זיין זון אויף קרית יואל אזויווי זיין טאטע האט אויפגענומען מהר"א בחייו. פארשטענדליך?
אבער אויב די ברך משה האט געמאכט ר' אהרן פאר רב דאן קען ער לכאורה נישט אים מאכן אויס רב, פונקט ווי אויב דער דברי יואל וואלט געשטעלט איינעם אים איבערצונעמען די רבנות אין ארשיווע נאכ'ן איבערלאזן די רבנות וואלט ער נישט געקענט צוואנציג יאר שפעטער יענעם ארויסווארפן און אויפנעמען א צווייטן.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 5:07 pm
דורך יין שרף
shadchan האט געשריבן:ירושלים מה תהא עליה?
עדה החרדית יוכיח אז אין ירושלים קענען זיך קהילות פירן אן קיין רב..