בלאט 1 פון 1

מפתח פון שמן למאור ארטיקלען

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 2:21 am
דורך שמן למאור
איך האב געוואלט צאמנעמען אלע מיינע ארטיקלען אויף איין פלאץ, כדי אז עס זאל זיין גרינג אנצוקומען צו אלעס אינטער איין אשכול. אי"ה אויב וועט צוקומען נאך ארטיקלען וועט מען עס מוסיף זיין דא אינעם אשכול. כ'האב פראבירט מלקט צו זיין ווי ווייט מיין זכרון האט מיר געטראגן, מעגליך אז כ'האב אויסגעלאזט געוויסע ארטיקלען. מען קען מיר שיקן אין אישי אדער דא ארויפשטעלן ארטיקלען וואס איך האב אויסגעלאזט.

אשכולות וואס זענען סתם געעפנט געווארן דורכצוטון א נושא, אדער שטעלן בלויז א קורצע קשיא אדער נייעס האב איך דווקא אויסגעלאזט. דא האב איך נאר ארויפגעשטעלט לענגערע ארטיקלען און אפהאנדלונגען.