בלאט 1 פון 1

אשירה לה' בחיי – לייף איז א ניגון

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 4:51 pm
דורך שעפטאל
די מגי"ש זאגט אויפן מייק
בחורים. אונז גיימער אויף א הייק.

די שיירא חאלאטן זענען אין א געיג
מ'ציטרעט די צווייגן וואס שטייען אין וועג

קליינע לאכ'ערייען בשעת שעפטי דער שתוק
זאגט שטיל צום מגי"ש: נישט דאס מיינט די פסוק

כ'וויל באמת בלאנדשען אין וואלד, אהן א פאון
איי. די גוטע פיהלינג פון דעם אנ(ק)נאון!

מיין מגי"ש שמייכלט: שעפטי, דאס איז דיין שטרעבן?
גייסט עס נאך האבן. דאס איז די לעבן!

ווען דו שפירסט אז דו גייסט אין א אויסגעטרעטענע וועג.
משפיעים פיהרן דיך. אלעס איז קלאר. וואס און ווי מ'מעג.

דאן האסטו נישט ארויס דעם לעבן'ס קאוד.
די אמת'ע הייק איז פארלוירנקייט אהן זעהן די וועג צום ראוד.

אשירה לה' בחיי, לעבן איז איין לאנגע ניגון,
יעדע צייט טרעפט מען זיך אין א אנדערע פאל ליגן און זיך וויגן

א שטילע פאל, א הויעכע. טרויעריגע, א פרייליכס.
צו ס'איז כפירה, צו ס'איז ארום א ר' מיילעך'ס.

צו בשעת'ן וואטשען מיט תאוות ווי א בער
צו מיט קדושה ווי א בית ישראל פון גור

נישט קיין חילוק וועלכע טאון ס'טוהט זיך קלינגן
די עיקר איז, הער נישט אויף צו זינגן!

דאס איז ווען מ'איז יונג, און אפי' בערב אל תנח ידך.
ווי זאגט דוד (בסוף קי"ט שנות החיים) תעיתי כשה אובד. בקש עבדך!

ברידערל. ביסט גוט. ביסט פיין.
ס'איז אקעי צו פיהלן פארלוירן און אליין.

צו דיינע ספיקות געב זיך אן עפן.
דעם וועג ארויס פון וואלד וועסטו סייווי נישט טרעפן.

ענדשוי די וועג, וואס האט א באהאלטענע ציהל.
בלייב ראוג און קיהל.
ס'איז וואס כ'פיהל
ק"ש. איט'ס בין ריעל!!!

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:26 pm
דורך שעפטאל
וואס האבעך געטוהן, סך הכל אביסל געגראם'ט, בשעת כ'מאך שלום מיט'ן מצב, אז כ'גיי קיינמאל נישט זיין קלאר.

וואס איז דא צו לייק'ן?

@מי אני האט געלייקט ווייל ס'שטומט מיט זיין חתימה
@חמלה גדולה ווייל כשמו כן הוא ער האט רחמנות
@יין שרף ווייל עפעס א מליצה האט עם געצויגן
@וואלווי ווייל כ'בעהט פאר לייק'ס
@לייביששרייבער ווייל כ'לייק עם אסאך

ואידך פרישא זיל גמור...

[שוין ווייטער דארף ער אנדרייען?! נו, כ'האלט אינמיטן זינגען א מאדנע פאל..]

:lol:

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:28 pm
דורך אלע צוזאמען
שעפטאל האט געשריבן:וואס האבעך געטוהן, סך הכל אביסל געגראם'ט, בשעת כ'מאך שלום מיט'ן מצב, אז כ'גיי קיינמאל נישט זיין קלאר.
וואס איז דא צו לייק'ן?

@מי אני האט געלייקט ווייל ס'שטומט מיט זיין חתימה
@חמלה גדולה ווייל כשמו כן הוא ער האט רחמנות
@יין שרף ווייל עפעס א מליצה האט עם געצויגן
@וואלווי ווייל כ'בעהט פאר לייק'ס
@לייביששרייבער ווייל כ'לייק עם אסאך

ואידך פרישא זיל גמור...

[שוין ווייטער דארף ער אנדרייען?! נו, כ'האלט אינמיטן זינגען א מאדנע פאל..]

:lol:
און איך פארוואס?
אויך א פאל אינעם ניגון.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:42 pm
דורך וואלווי
אלע צוזאמען האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן:וואס האבעך געטוהן, סך הכל אביסל געגראם'ט, בשעת כ'מאך שלום מיט'ן מצב, אז כ'גיי קיינמאל נישט זיין קלאר.
וואס איז דא צו לייק'ן?

@מי אני האט געלייקט ווייל ס'שטומט מיט זיין חתימה
@חמלה גדולה ווייל כשמו כן הוא ער האט רחמנות
@יין שרף ווייל עפעס א מליצה האט עם געצויגן
@וואלווי ווייל כ'בעהט פאר לייק'ס
@לייביששרייבער ווייל כ'לייק עם אסאך

ואידך פרישא זיל גמור...

[שוין ווייטער דארף ער אנדרייען?! נו, כ'האלט אינמיטן זינגען א מאדנע פאל..]

:lol:
און איך פארוואס?
אויך א פאל אינעם ניגון.
@אלע צוזאמען איז די פזמון...

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:49 pm
דורך לייביששרייבער
שעפטאל האט געשריבן:וואס האבעך געטוהן, סך הכל אביסל געגראם'ט, בשעת כ'מאך שלום מיט'ן מצב, אז כ'גיי קיינמאל נישט זיין קלאר.

וואס איז דא צו לייק'ן?

@מי אני האט געלייקט ווייל ס'שטומט מיט זיין חתימה
@חמלה גדולה ווייל כשמו כן הוא ער האט רחמנות
@יין שרף ווייל עפעס א מליצה האט עם געצויגן
@וואלווי ווייל כ'בעהט פאר לייק'ס
@לייביששרייבער ווייל כ'לייק עם אסאך

ואידך פרישא זיל גמור...

[שוין ווייטער דארף ער אנדרייען?! נו, כ'האלט אינמיטן זינגען א מאדנע פאל..]

:lol:
די לייקסט מיך אסאך ווייל עס איז דא פארוואס. איך האב עס אויך געלייקט ווייל די גראמען זענען געוואלדיג.
גראמען איז א טאלאנט וואס איך בין פעסינעיטעד Fascinated ביי

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:04 am
דורך אלע צוזאמען
איך פארשטיי גראדע נישט צו גוט צו גראמען, אבער דאס שטיקל, און די איידיע, האט מיר זייער געכאפט.
כה לחי @שעפטאל

נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:35 am
דורך יין שרף
שעפטאל האט געשריבן:וואס איז דא צו לייק'ן?

@יין שרף ווייל עפעס א מליצה האט עם געצויגן
Actually not because of that.

פאר מער אינפא פארוואס קענסטו קומען אין אישי..