עגמת נפש און הארץ ווייטאג

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

עגמת נפש און הארץ ווייטאג

שליחה דורך לייביששרייבער »

מען דארף מיט קוראזש בא-קעמפן די זארג. מיט שטארקייט פון הארצען פערשטויסען דעם קלאג. ווי גליקלאך איז יענער וואס פערמאגט אזוינע טייערע כוחות. קיין געלד קען דאס נישט קויפען און קיין אוצר דערווערבן.

דע, וויסען זאלסטו, דאגה, כעס, און טרויער, פערקלייבען זיך בלויז צו קליינקעפיקע מענטשן וואס האבען נישט קיין באגריף אין גייסטיגע ענינים, ווי-נאר עס קימט אן אויף זיי עפעס א צרה, הייבען די נערישע מענטשן אן צו וויינען און קלאגען, רייסן זיך די האר פון קאפ און צייטנ-ווייז שטארבען זיי פון הארצווייטאג. (הארץ-אטאקע ל"ע רח"ל)

און אזוי אויך פארקערט, אז עס טרעפט זיך צו די מענטשן א גוטע פאסירונג, הייבען זיי אן צו הוליען און יובלען און טאנצען און שפרינגען, און צייטענ-ווייז פאלען זיי צום טויט פון גרויס אויפרעגונג ווייל די נאטירלאכע ווארעמקייט פון זייער קערפער פארוואנדעלט זיך אין א גרויסער היץ וואס פארברענט דאס הארץ און פאר-אורזאכט דעם טויט, ווי עס איז בעוואוסט צו די קענער פון וויסענשאפט.

אבער וואס מעהר דער מענטש איז בעקאנט מיט דער גאנג פון דער וועלט, אלץ ווייניגער ווערט ער נתפעל און איבערראשט פון אזוינע פאסירונגען. ווען עס טרעפט איהס א גוטע זאך ווערט ער נישט צו פיהל אויפגעברויזט, ווייל ער ווייסט אז דאס גוטס וועט לאנג נישט אנהאלטן מיט איהם. דער גוטער טעם וועט באלד פארטעמפט ווערן און פארגיין. פארקעהרט אז עס קומט אויף איהם א צרה, וועט ער דאס אויך נישט נעהמען צו-שטארק צום הארצען ווייל ער ווייסט, אז דער שלעכטער טעם דערפון וועט אויך באלד פארטעמפט ווערן און פארגעהן, אזוי איז שוין דער גאנג אין לעבען פון ווען די בריאה איז געווארן בריאה, עס קען אנדערש נישט זיין.

דעריבער זאגען די ספרים אז דאס גוטס און שלעכטס וואס קומט אויפען מענטש זענען מעהר אין איינ-בילדונג איידער אין ווירקליכקייט. אמאהל דוכט זיך דיר אז דיר האט געטראפען א שלעכטע בייזע פאסירונג, צום סוף לאזט זיך אויס אז דאס איז גאר צום גוטען. און וויפעל גוטע זאכען טרעפען זיך צום מענטשן וואס פארוואנדלען זיך צום סוף אין שלעכטע געשעהענישען?

דעריבער זאלסטו אייביג האלטען פאר די אויגען דאס שטייגער פון דער לעבענס-גאנג און אויב דו וועסט קולטיווירען אין זיך א גלייכגעוויכט און די וועסט נישט אריין פאלען אין התפעלות פון קיינע צפאלען, גוטע צו שלעכטע, וועסטו זיך פערהיטען פין הארץ ווייטאג און פון גייסטיגע קראנקהייטען.

ווייס און פארשטיי אז א גייסטיגע קראנקהייט איז ערגער פון א קערפערליכער חולאת ווייל ווען דער קערפער ברעכט צוזאמען קען איהם דער גייסט קומען צו הילף און פערלייכטערן דעם שמערץ דורך מוט און קוראזש, אבער אז דער גייסט ווערט קראנק קען איהם דער קערפער מיט גארנישט ארויסהעלפען. אזוי זאגט שלמה המלך עליו השלום אין ומשלי "נפש איש תכלכל כל מחלהו, ורוח נכאה מי ישאנה ?

טרויער און אומעט ווערט דערפאר אויך בעצייכענט מיטן נאהמען עגמת נפש וואס דייט-אן אויף א גייסטיגער קראנקהייט און וויבאלד קיין קראנקהייט קען נישט געהיילט ווערען סיידען מען קען פריער בעשטימען די אורזאכען וואס האבען געפיהרט צו דער קראנקהייט דעריבער מוזען מיר אנאליזירען די אורזאכען פון טרויער און אומעט כדי מיר זאלען קענען בעשטימען די בעסטע רפואה דערצו, עגמת נפש ווערט געוויינליך פעראורזאכט דורך צוויי פיינליכע אומשטענדען אדער ציליב דער וואס דער מענטש האט עפעס פערלוירען אזוינס וואט איז איהם טייער, אדער דערפאר וואט דער מענטש זוכט און קען נישט געפינען דאס וואס איז איהם ליב.

איבער געטייטשט פון דער הקדמה צום ספר צרי היגון פון רבינו שם טוב אבן פאלקירה נפטר געווארן בערך אין שי"ז - 5777
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
רעאגיר