בלאט 1 פון 1
ספרי יום טוב עהרליך
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:55 pm
דורך בלאט פלעק
איך ווייס און איך האב געזען יארן צוריק א ספר "חבלי משיח" (נישט די קאסעט) פון יום טוב עהרליך, ער רעדט ארום פון UFO'ס און ס'איז געווען זייער קאנטערוועציונאל אין יענע תקופה, איך נישטער און זוך ווי איך קען באקומען דעם ספר, איינער מיט מער אינפא? עס האט געמאלענע בילדער פון UFO וואס זיין ווייב האט געמאלן וואס זי האט געזען.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:57 pm
דורך קייןנאמען
כ'האב עס געזעהן ביי מיין טאטען אינדערהיים אלס קינד. כ'מיין ס'הייסט קול מבשר. די פרק הייסט די הימלען האבן זיך גענומען רעדין
Re: ספרי יום טוב עהרליך
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:00 am
דורך בלאט פלעק
איך זע דא טאקע, ווי קען איך שאפן א קאפי דערפון, אדער כאטש בילדער?
https://yi.hamichlol.org.il/%D7%A8%D7%9 ... 7%A7%D7%98
Sent from my SM-S918U1 using Tapatalk
Re: ספרי יום טוב עהרליך
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 3:50 am
דורך חתן בחור
כ׳האב טאקע געזעהן יארן צוריק. צווישן די פרקים ברענגט ער עדות פון זיין טאכטער איבער די UFO׳ס וואס זי האט געזעהן. ״גאנץ ניו יארק האט עס געזעהן״, געדענק איך שרייבט ער.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 2:32 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
קוקט אויס אינטערסאנט, ווער סקען ברענגען מער אינפארמאציע וואלט איך געווען דאנקבאר.
צום קעפל, קומצעך אים נאך דעם ר' וואס מען האט באקלעבט אויף מיכאל שניצלער.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 5:10 pm
דורך קייןנאמען
ווי כ'געדענק שרייבט ער אז ער האט נישט זוכה געוועהן צו זעהן דעם "הייליגען" מראה [ווייל ער האט געהאלטן אינמיטן א שינה בשבת תענוג] אבער זיין ווייב און קרובים האבן געזעהן א ufo וואס קוקט אויס אזוי ווי א (היינטיגע) פאָד מיקסער. אין פארענט פון זייער הויז.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 6:01 pm
דורך berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:קוקט אויס אינטערסאנט, ווער סקען ברענגען מער אינפארמאציע וואלט איך געווען דאנקבאר.
צום קעפל, קומצעך אים נאך דעם ר' וואס מען האט באקלעבט אויף מיכאל שניצלער.
לא זכיתי להבין: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. דו זאגסט (מסתמא) גוט. נאר וואס זאל עיך טון אז איך האב (ב"ה) א טאם קאפ...!
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 12:02 am
דורך ברוך שפינוזה
אז מ'רעדט פון UFOס איז לעצטנס געוועהן נייעס דערוועגן.
https://www.youtube.com/watch?v=ZSj7QsHRxHQ