בלאט 1 פון 1

איך בין אינספייערט ווי משוגע

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 10:32 am
דורך ערנסטגערעדט
מוראדיג אינספייערינג
א מענטש אן קיין הענט, א קורצע מידזשעט, יענע מעשה, א פארשטארבענע מענטש, א מענטש מיט דריי פוס, א דאון סינדראם מענטש…

יעדער פון אונז האט זיך זיינע אישוס, איך בין נישט אינטרעסירט אין יענעמס צרות, יענער האט נישט מיינע צרות, ווי גרויס און ווי קליין ווער קען מעסטן? אויב איינער קען נישט פארנעמען א צרה נפשיותדיג ער קען זיך נישט ספראווען מיט זיין פראבלעם איז ער פונקט אזוי ווי די מענטשן וואס מבאשרייבט אין די ארטיקלען, זיין צרה פאר אים ווערט נישט קלענער ווען ער זעט א צווייטן וואס האט לכאורה מער פראבלעמען פון אים, יא מקען טראכטן פאר אפאר מינוט ב״ה מהאט קליינע צרות, אבער צו וואלט זיך איינער פארטוישט מיט א צווייטנס לעבן? לכאורה נישט.

מקען ווערן אינספייערד, סאיז נישט אז מווערט נישט, אבער סאיז פונקט ווי א דרשה, סהעלפט פאר אפאר מינוט. דערנאך דארף מען ווארטן אויפן נעקסטע דאוז פון אינספיירעישן פונעם נעקסטן אומבאהאלפענעם נעבעכדיגן איבערגעלעבטע און געשטארקטע מענטש, און מדארף ווארטן צו ליינען די נאך נעקסטע וואכעדיגע בריוון פון ליינער וואס האבן ממש געטוישט זייער בליק אויף זייערע פראבלעמען.

End rant

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 9:36 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווער אינספירירט און עמאציאנעל אין די זעלבע צייט ווען איך זעה א קינד וואס האט פארלוירן איינעם פון זיינע עלטערן, ביי א שמחה ווי א בר מצוה אדער חופה. טראכטנדיג ווי זיי זענען איבערגעקומען די אלע שוועריגקייטן. און די געוואלדיגע בענקעניש נאך דעם פון די עלטערן וואס לעבן שוין נישט...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:55 pm
דורך ברוך שפינוזה

נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 12:54 am
דורך קהל'ס נער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:מענין לענין
די גויאישע רביה״ק :lol:
א פאלנער לץ, און גאנץ א גיטע.