מיין ליבע בריוו

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
פאעזיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:11 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 200 מאל

מיין ליבע בריוו

שליחה דורך פאעזיע »

צו דיר מיין ליבע פריינד
נעם איך א פעדער אין מיין האנט
מיט מיין בריוועל טו איך צילן
צו ארויסברענגען מיינע טיפע געפילן

מיין הכרת הטוב צו דיר
איז אין ערך אהן א שיעור
ביזט אייביג געשטאנען ביי מיין זייט
אין גוטן און אין שווערע צייט

ווען מיין טאטע איז געקומען אין חדר
און מיר פארשעמט בפני קהל ועדה
איך האב געזען די מלמדים לאכן און ווינקען
און אין בושה האביך זיך איינגעזינקען

האסט מיך דעמאלט׳ס שטארק אנגעהאלטן
איך זאל זיך נישט אינגאנצן צעשפאלטן
שטילערהייט אריינגערוימט אין מיינע אויערן
האלט זיך שטארק און ווער נישט פארלוירן

ווען שבת נאכמיטאג זיין פיס טריט האביך געהערט
פון ציטער זיך געוואלט באגראבן אין ערד
די פחדים פון די שרייען און שלאגן
איך האב עס מער נישט געקענט איבערטראגן

האסטו מיך דערמאנט איבער און איבער
אז די שווערע זמנים גייען זיין פאראיבער
זיינע אויסברעכן און זיינע צערן
איז נישט דיך - ער האט צוטוען מיט די נערווען

ווען קולות וברקים איז געווען שלום בית
געשריגען און געשלאגן ווי חיות
אבער פון מיר האט מען פארלאנגט זיך צו געפעלן
זיין אייביג די בעסטע און זיך וואויל צושטעלן

אין מיין קאפ האסטו דעמאלטס געטון אריינדרילן
פארליר נישט דיין עצמיות דיין אייגן ווילן
נעם נישט די פרעשור און לאך דיך אויס
איין טאג וועסטו בויען דיין אייגן הויז

ווען אין מיינע בחור׳שע יארן
בין איך קיין ארץ ישראל געפארען
ווען מיינע טאטע האט פארלאנגט איך לערן
דער עיקר א שיינע שידוך זאל קענען ווערן

האסטו מיך גע׳עצה׳עט און געשטיפט
צו ווערן אביסעל אונטערגעציפט
אויסנוצן די צייט למנוחה
און זיך אנליינען מיט סעלף-העלפ ביכער

ווען נאכן חתונה האביך זיך באקאנט
אז זיצן אין כולל איז בלויז שטיפן א באנק
אין ארבעט האביך זיך געטראפן די מקום
אבער פון די עלטערן האביך נאר געכאפט פסקים

האסטו מיר מסביר געווען אז ארבעטן איז נישט קיין נייעס
די ביזט סך הכל א בעל אחריות
די ביזט וואויל ס'איז גארנישט אסור
אז מ'גייט ארבעטן און מ׳ברענגט פרנסה

ווען מיינע הויז איז אסור און חרם
בלויז ווייל איך פארלאז מיר אויף אנדערע הכשרים
אראפגעקוקט פארן בלויזע חטא
אז כ'האב א סמארטפאון מיט אינטערנעט

האסטו מיך מחזק געווען און געווען מליץ
ניין דו ביזט נישט א שייגעץ
יודישקייט קומנט נישט בעפאר דעם מענטשהייט
נייגער און נטיות ווייזט אז ביזט יומען געזונטערהייט

ווען מ׳האט נישט אנגענומען מיין קינדער אין סקול
כ׳האב געזוכט מחנך זיין על דרך ישראל
נאר ווייל זיי האבן מורא געהאט די פיהרער
אז איך שטיי נישט גראד אין די שורה

מיין ליבע חבר האסט מיך געגעבן א ווייז
איך פארשטיי דיין ווייטאג און דיין כעס
אבער אויפן באשפער נעם נישט נקמה
ווייל דאס וואס זיי טוען איז חילול השם היכי דמי

אזוי ווי יעדער האט זיך שווערע טעגן
ווען מה חובתי טוט מען פרעגן
עליות און ירידות מיטן לעבן
אמאל וויל מען אויפגעבן

דו האלדז מיר און דו טוסט מיר ארומנעמען
אזוי ווי איך בין - טוסטו מיר אנערקענען
פונקט ווי אלע - בין איך אויכעט א מענטש
מיט אייגינארטיגע מעלות און חסרונות געבענטש

נאר מיט אזא נאנטע חבר געקניפט און געבינדען
קען מען דורכשוויצן שווערע ווינטען
איך און דיך זענען איינס
יישר כח זיך אליינס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פאעזיע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר