בלאט 1 פון 1

קינדער פון מהרז''ל מסאטמאר פארמישט אין עקסידענט

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 8:13 am
דורך חב''ד הויזן
א שווערע עקסידענט האט פאסירט נעכטן אויפ'ן רוט 55 אין סוואן לעיק ווי א קאר וואס האט געטראגן די קינדער פון מהרז''ל מסאטמאר איז געווען פארמישט. איין זון חנני' יו''ט ליפא און איין איידעם יואל שמעון (פריעדמאן?) זענען גאר שווער פארוואונדעט געווארן און געפינען זיך אין ICU.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 8:48 am
דורך חדשים
רח”ל. זאלן זיי האבן א רפואה שלימה במהרה בתושח”י.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 9:35 am
דורך חב''ד הויזן
ר' ליפא גייט יעצט דורכגיין א אפעראציע. תהלים בבקשה.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 1:25 pm
דורך פאריעריגע שניי
ק/פ

איך הער אז די מצב ביי די קינדער פון מהרז''ל איז גארנישט אזוי גוט..

נעכטן נאכט האט מען זאפארט ארויסגעשיקט זאגן אז אלעס איז מסודר און יעדער איז אויף און אלערט, ווייל קיינער טאר דאך נישט וויסן דעם אמת.. נאר ביי יענעם'ס צרות איז א מצוה פאר י.פ. ארויס צו שיקן די נייעס נאר איידער די משפחה ווייסט..

למעשה האט איינער פון די קינדער א צובראכענע סקאלל און צוויי בלידינגס ביי די מוח.. און ביי דער צווייטער ווייסן זיי נאך נישט וואס ס'גייט פאהר..

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
דער וואלאווער לייקענט אז ס'איז פון זיין קפידה

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 3:30 pm
דורך מן הסתם
וואלאווער'ס קפידא? אדער אב"ד קרית יואל?

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 3:40 pm
דורך שמעון_ברוך
קיינעמ'ס קפידא. זיי זענען ביידע שוין אסאך בעסער און קריכן שוין אט אט ארויס.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 3:58 pm
דורך מן הסתם
שמעון_ברוך האט געשריבן:קיינעמ'ס קפידא. זיי זענען ביידע שוין אסאך בעסער און קריכן שוין אט אט ארויס.
הייסטאס ס'איז סתם א וואונק פון הימל ..

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 4:58 pm
דורך חב''ד הויזן
Screenshot_20230703-155347-531.png

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 5:51 pm
דורך Yesh
c/p
זאל מיר א איד פראבירן צו זאגן אז ער זעהט נישט דעם יד השם באיתגליא!!

וויפיל איך טראכט אריין זעה איך דא עפעס אן אויסערגעווענליכע השגחה עליונה.

ר' זלמן לייב מאכט זיין זוהן פאר רב אין קרית יואל, א שטאט וואס איז פקיע שמי' אין דער גאנצע וועלט אז די שטאט ווערט געפירט דורך א מרא דאתרא וואס איז עומד על משמרת הקודש בעל עת ובכל זמן.

א וואך שפעטער זיצן זיינע קינדער אין א קאר און כאפן א מיאוס'ע עקסידענט און צוויי פון זיי מוטשען זיך בין חיים למוות.

די אומשולדיגע דרייווער וואס אין אלגעמיין ווערט צומזיק'ט דאס מערסטע, ער זעלבסט האט זיך ארויסגעדרייט פון אלעמען. אט דער דרייווער איז אומאפיציעלער גבאי ביי דעם אזויגערופענע ניי געקרוינטער רב אין קרית יואל.

און דער דרייווער וואס האקט אריין אין זיי איז נישט עפעס א גוי'אישע שיכור, נאר דאס איז דער פארשוין וואס די זלמן לייב האט יאהרן לאנג גענוצט צו שלאגן דעם ברודער'ס חסידים. דער זעלבער יעניגער האט יעצט צומזיקט די קינדער פון זלמן לייב.

און די גאנצע מעשה איז שוין נאך דעם ווי זיין דרייווער וואס פלעגט אים פירן צו די סידור קידושין'ס אין קרית יואל איז ל''ע אומגעקומען אין א שווערע עקסידענט פאריאהר.

הלא דבר הוא!!

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 6:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אין דיין אייגן וועלטעל זעהסטו אויך דעם יד ד' במלוא הדרו, אדער נאר ווען ס'קומט צו יענעם??

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 6:24 pm
דורך חדשים
דריי פערטל אשכולות פון קאווע שטיבל קען מען צומאכן, מען זעט שוין יד ה’ באתגליא, א מיני מעמד הר סיני...


נעבעך.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 7:46 pm
דורך לייביששרייבער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א געשמאקע גאט האבן ענק, שעדיגט אפאר יונגעלייט, צרות פאר זייערע משפחות מיט יונגע קינדער, ווייל זייער זיידע א מיליאנער דיקטאטור האט זיך צופראסקעט מיט א אנדערע מיליאנער דיקטאטור.
דו רעדסט בלשון נוכח אדער דאס איז וואס דו האלסט באמת?

די זאך איז אזוי. עס איז נישטא קיין צופאל, א יעדעס ריהר אין אזא מעגניטוט איז השגחה עליונה, און דער וואס פירט זיין וועלטל איז משגיח אויף די געשעענישן. מיר ווייסן נישט וואס איז פארוואס, אבער וואס מיר ווייסן יא איז, אז אין מחלוקת סיי ווען, ווער און ווי האט געוואוסט אז עס איז זייער שרעקעדיג ווען עס קומט צו א פייט. ווער עס שטייט נאנט צו דעם ווערט אפגעבריהט. איינער מער, איינער ווייניגער, און ווייטער מיר ווייסן נישט פארוואס איז וואס.

ווי די גמ' זאגט אין מס' ברכות דף ה' ע"א: אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש במעשיו. יסורים קומען נישט סתם אזוי אויף א מענטש אן א חשבון. ומי חשיד הקב"ה דעביד דינא בלא דינא.

און נאך אסאך מאמרי חז"ל אויף דעם ענין פון השגחה פרטיות, וא"א לפורטם כי רבים הם.

אפי' די ראשונים וואס לערנען אז השגחה איז לאו דוקא פרטיות, נאר אלעס האט א דרך הטבע'דיגע אוטקאם Outcome וועלן אבער אויך לערנען לגבי פורעניות לבני אדם איז עס דוקא מיט א דירעקטע השגחה פאר סיי וואספארא סיבה די זאך האט פאסירט.

ראה שער הגמול אות קי"ט ד"ה אז נהפך (אין די דרוק וואס איז געדריקט מיטן פירוש חזון יואל סי' צ').
וע"ע רמב"ן סוף פ' בא, וזל"ק "ומהם שיודו בידיעה ומכחישים בהשגחה ויעשו אדם כדגי הים שלא ישגיח האל בהם ואין עמהם עונש או שכר, יאמרו עזב ה' את הארץ, מתאר דעת הכופרים שגם על בני אדם אין השגחה כמו שאין בדגים אליבא דאמת".

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 8:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דער נביא זאגט נאך איידער די גמ', "כי לא מחשבותי מחשבותיכם ולא דרכיכם דרכי נאום ה'."

און איה"נ די גמ' איז אויך אמת, דאס ברויך יעדער טראכטן פאר זיך, נישט פאר יענעם.
ס'זייער געשמאק און באקוועם צוצוטרעפן יענעמ'ס עוולות, און סיבות פארוואס יענעם גייט שלעכט. אט די נקודה וואס @המלוכה והממשלה ברענגט ארויס.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 8:38 pm
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ס'זייער געשמאק און באקוועם צוצוטרעפן יענעמ'ס עוולות, און סיבות פארוואס יענעם גייט שלעכט. אט די נקודה וואס @המלוכה והממשלה ברענגט ארויס.
איך האב נישט ארויסגעברענגט סיי וואספארא נקודה לגבי די 'פארוואס', איך האב ארויסגעברענגט די נקודה אז עס פאסירט נישט גאָרנישט אן א פארוואס. מיר ווייסן נישט וואס די פארוואס איז.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 9:34 pm
דורך יואליש
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
Yesh האט געשריבן: זאל מיר א איד פראבירן צו זאגן אז ער זעהט נישט דעם יד השם באיתגליא!!

וויפיל איך טראכט אריין זעה איך דא עפעס אן אויסערגעווענליכע השגחה עליונה.
א געשמאקע גאט האבן ענק, שעדיגט אפאר יונגעלייט, צרות פאר זייערע משפחות מיט יונגע קינדער, ווייל זייער זיידע א מיליאנער דיקטאטור האט זיך צופראסקעט מיט א אנדערע מיליאנער דיקטאטור.
גאט איז נברא בצלם האדם. יעדער באגרייפט אים פון זיין אייגענע מהות און יעדער ווערט פארגאפט ווען גאט פערסאניפירט זיך זעלבסט. דא האמיר א פאל פון מה אתה אכזר אף הוא אכזר.

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 10:21 pm
דורך שמעקעדיג
יואליש האסט א נקודה.
אפשר ביסטו אויך מסביר ווי אזוי א רחמן קוקט עס אן?

(ס'דערמאנט מיך פון עפעס א אשכול פון שמן למאור, ווי דער באשעפער איז אייביג גוט)

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 11:53 pm
דורך ביבער
שמעקעדיג האט געשריבן:יואליש האסט א נקודה.
אפשר ביסטו אויך מסביר ווי אזוי א רחמן קוקט עס אן?
אזא גוטער באשעפער האמיר, באמת וואלט פאר אזוינס זיך געקומען א צונאמי מיט 5 מיליאן קרבנות אבער ברוב רחמיו וחסדיו...

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2023 11:55 pm
דורך ביבער
שמעקעדיג האט געשריבן:יואליש האסט א נקודה.
אפשר ביסטו אויך מסביר ווי אזוי א רחמן קוקט עס אן?
נישט דער רחמן איז דא דער אנדערער, דער בר שכל איז

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 12:24 am
דורך אמאהלגעקעננט
.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 4:54 pm
דורך ווייסעכניש
אזוי פיל שטותים אין איין אשכול

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 4:54 pm
דורך ווייסעכניש
.

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 5:49 pm
דורך קלמישל
עס איז גאר געמיין צו מאכן יענעם'ס חשבונות מיט די באשעפער.