טאטע פאר 6.1 וואכן
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 4:39 pm
לאנגע שווערע און צומישטע וואכן איז אריבער אויף אונז, פיינעלי נאך א גאר לאנגע זמן, זענען אונז ענדליך אנגעקומען צו מאכן דעם אזוי געגארטן 'טרענספער', וואס פון דארט און ווייטער איז די פראסעס, ביזן האלטן א לעבעדיגע קינד אין האנט, כמעט די זעלבע ווי פאר רוב קאפעל'ס אויפן גאס, איך זאג כמעט די זעלבע, ווייל חוץ א גאנצע רייע מיט ווייטעמינען, פילן און טאבלעטן, און נאך א גאנצע זאפאס פון שארפע כעמיקאלן און שפיזן, גענוג פאר א קליינע ארמיי, יא איז עס די זעלבע.
נאכן טרענספער קומט די 'צוויי וואכן פעריאד', די מערסט נערוועז'סטע 14 טעג וואס איז נאר דא אין א מענטש'נס לעבן, מן השפּה ולחוץ דארף דאס לעבן אנגיין כאילו לא היה, ניטאמאל די אייגענע עלטערן ווייסן אז עפעס בוזשעוועט אונטער די פיס, מען מוז לעבן ווי כאילו דאס לעבן פארט געשמאק ווי א פידל, אבער מען טאר זיך נישט איבערארבעטן, זיך בייגן, טאנצן, עקסערסייז, פארן לאנגע שטרעקעס, אויך נישט וואשן לאנדערי, דער מאן אויב וויל ער עפעס האבן מוז זיך אליינס באפארענען און דעריבער געווענליך אין די צוויי וואכן הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג אין די ליידיגע היים, נישטא קיין סאך וואס צו טון, אמת'דיג גערעדט, נישטא גארנישט וואס צו טון, חוץ דאווענען און זאגן תהילים.
ב''ה, דער אויבערשטער האט געהאלפן, די ווארט צייט איז אריבער, און דער דאקטאר האט געקאלט מיט א גוטע בשורה, די צייט איז געפרוירן געווארן, די בריה האט זיך אפגעשטעלט, מיין ווייב און איך געדענקען פונקטליך די סעקונדע וואס אונז האבן עס געהערט, ביידע זענען אונז געווארן שטום פון שמחה נאר עטליכע טרערן האבן געהאט די כח זיך ארויס צוגליטשן, די ריליף, דאס אפ-אטעמען, די זיך ענדליך קענען ארומדרייען מיט א ביסל רואיגערע נערווען סיסטעם, איז עפעס וואס מען קען נישט מצייר זיין, גייען אונז טאקע אין קארגע 9 חדשים ווערן אנגערופן טאטע מאמע?
נאך יענעם טאג האבן אונז אנגעהויבן פלאנען אונזער קליינע 'בעבי צימער', די פעינט, וואל-פאפיר, די טשאטשקעס, פערניטשער, און אפילו די לינען, נישט אז אונז האבן עס נאך קיינמאל נישט דיסקוסט, אבער יעצט איז עס מיט א ציל, יעצט איז עס פאר איינעם, עכשו איז עס שוין אויף עכט...
אפילו יעצט נאכ'ן ערהאלטן די בעסטע בשורה אין אונזער לעבן, האבן אונז עס נאך נישט געקענט מיט-טיילן מיט אונזערע עלטערן, מען האט געדארפט ווארטן אויך נאך איין וויזיט ביים דאקטאר, און מאכן א סאניגרעהם, און נאר דאן איז עס פולקאם באשטעטיגט, אז יא זי איז פרעגנענט, די עפוינטמענט איז געווען גע'סקעדזשועלט פאר די נעקסטע וואך מאנטאג, אויב האבן אונז געמיינט אז פון יעצט גייט אלעס גיין גלאטיג, האט מען אונז געוויזן פון אויבן, 'איך בין מחליט', ביים וויזיט האבן זיי געזאגט אז מען דארף ווארטן נאך צוויי טעג, ווייל די בעבי דעוועלאפט זיך אביסל שטייטער ווי געראכטן, שוין דארף מען ווארטן נאך א טראפ.
מיטוואך איז אנגעקומען, די פארמיטאג איז אריבער מיט אן איינגעהאלטענע אטעם, אן אטעם וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א געשריי, ווען ענדליך איז די קאול געקומען, אז יא ב''ה אלעס קוקט אויס אין בעסטן ארדענונג, איך מיין אז עס איז נישט וויכטיג צו אויסשרייבן פונקטליך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט ווען אונז האבן מבשר געווען פאר אונזערע עלטערן די פרייליכע בשורה, גענוג צו זאגן טייכן טרערן האבן זיך געגאסן.
פונקט ווי די מעדיקעשינס ענדיגן זיך נישט איינמאל מען איז פרעגנענט, ענדיגט זיך נישט די וויזיט'ס אין שפיטאל און ביים דר. אפיס , טאקע ווייל דאס קינד איז אזוי טייער ברויך מען עס גוט אפהיטן, און האלטן אן עיני פקיחה אויף יעדע שטאפל פון די דעוועלאפמענט, ביי די דריי וואכן מארק זענען אונז אריבער צום לאבערטאריע, פאר א -וואס וואלט געדארפט זיין - רעגולער וויזיט זעהן וויאזוי עס אנטוויקלט זיך, און פארשרייבן ווייטערדיגע מעדעצינען, די נור'ס זיכט און נישטערט און קרימט מיט די נאז, זי האט נישט געדארפט רעדן אז אונז זאלן פארשטיין אז עס נישט ווי עס דארף צו זיין, זי איז ארויס, געגאנגען רופן די הויפט נור'ס, איינער מיט וועם אונז זענען - צוליב די אומשטענדן - גוט באקאנט, זי האט נישט געדארפט קוקן צו לאנג, פארן זאגן דאס וואס אונז האבן אזוי שטארק מורא געהאט, זי זעהט גארנישט!
זי זאגט אונז אז לויט די פראצעדור, וואלט מען געדארפט האלטן ביי 6.3 וואכן, למעשה לויט די HCG לעוועל איז מען נאר ביי 6.1, וואס דאס אליינס וואלט געווען א סיבה צו סעלעברירן, אבער זי זעהט גארנישט, עס איז ליידיג.......הילד אנני.
זי האט אונז פרובירט מחזק צו זיין, אז עס איז נישט עק וועלט, און ביי זעקס וואכן איז נארמאל נאך נישט צו זעהן הארץ קלאפן, וואס איז אמת, אפילו 7.2 איז נאך אויך נארמאל, אבער פארוואס ביי אונז? פארוואס קענען זאכן נישט גיין גראד און גלייַך ביי אונז, פארוואס דארפן אונז זיך אזוי מוטשען?
נ.ב.און צו גיסן זאלץ אויף די וואונדן האט מיין צווייטע יונגערע שוועגערין געהאט א קינד די וואך.