בלאט 1 פון 4

איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 7:18 am
דורך גראמאטישער
איך וואלט געוואלט אראפשרייבן א ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך און שפילט זיך נאך ווייטער אפ ממש פאר מיינע אויגן.

איך דריי זיך געווענליך נישט דא אויף קאווע שטיבל אבער אזוי ווי די געשיכטע איז אידיש סענסעטיוו האב איך פארשטאנען אז ס'בעסטע פלאץ צו עס פובליצירן וועט זיין דא אין קאווע שטיבל.



דער מסובב כל הסיבות האט צוגעפירט אז איך זאל געבוירן ווערן און וואוינען אין איינס פון די מערסט ערליכסטע און אויסגעהאלטענסטע שטעט אינעם היזיגן גלות אמעריקא, זייענדיג א שטייער צאלער פאר איינע פון די חשוב'ע קהילות וואס האט אין זייערע ראמען א סוקסעספולע חבורה פון גמרא רש"י האב איך זיך שוין יארן צוריק איינגעשריבן דערינען, צוליב געוויסע סיבות האט מיר מיין חברותא פארלאזט, האט מיר דער שדכן צוגעשטעלט א חשוב'ע צוואנציג יעריגער ארבעטס אינגערמאן וואס זאל פארזעצן דעם שיעור מיט מיר.

נאכן לערנען און פארברענגען מיט דעם אינגערמאן האט ער זיך צו מיר איינמאל אויסגערעדט און ארויסגעשיילט זיין פערזענדליכע לעבנס געשיכטע און פיינפולע לעבנס שטייגער.

דער חשוב'ע אינגערמאן האט אנגעהויבן אראפ לייגן זיין לעבנס געשיכטע וואס האט מיר באנומען ביז טרערן דאס הארץ ווערט מיר פארקלעמט ווען איך טראכט אריין וואס דער אינגערמאן גייט דורך אויפן טאג טעגליכע לעבנס שטייגער.


אנגעהויבן האט זיך עס ביי די פופצן ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינגערמאן האט א ספעציעלע נשמה וואס פאסט זיך נישט אזוי אריין אין די איינגעצוימטע חסידישע געזעלשאפט ער איז אלץ געווען נייגעריג וואס עס קומט פאר אין די דרויסנדע וועלט אנגעהויבן האט זיך עס מיטן איינהאנדלען "טריפה'נע מיוזיק" וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט געלאזט הערן, נאכן זיך דרייען מיט די חבירים וואס האנדלען מיט די זאכן איז עס געגאנגען צו מיוזיק ווידיאוס פון דארט צו אידישע מאָוויס און פון דארט ביז טריפה'נע מאָוויס איז שוין א קאצן שפרינג.

ביי די זעכצן האט שוין דער בחור געהאט א גאלעקסי פון וואס זיין טאטע האט זיך שפעטער דערוויסט דערפון און אנגעהויבן די שדים טאנץ פון ציכאפן קויפן ציכאפן קויפן וחוזר חלילה.

יארן זענען דורכגעלאפן, הונדערטע מאוויס, טויזענטע שעות פון האליוואד פילמ'ס האט געטאן דא זייניגע און נישט מער און נישט ווייניגער דער בחור האט זיך דעוועלאפט א "טעיסט" וואס עס באדייט א שיינע פרוי.

אדערווייל איז דער בחור געווארן דערשטיקט אין ישיבה און אינדערהיים, נישט די עלטערן און נישט די מנהלים זענען געווען צופרידן פון אים פסקים איז געווען אין די טעגליכע מעניו, ער איז פשוט געווען דערוואָרגן!

ווען זיין טאטע האט אים געזאגט אין די פריע אכצנטע יאר אז ער האט א מיידל פון א שיינע משפחה פאר אים האט עס פאר דעם בחור געמיינט איין זאך, ארויס פון מיין טאטעס הויז! ארויס פון ישיבה!

ער האט נישט געלייגט צופיל געוויכט אויפן אויסזעהן פון די מיידל וואס מען האט אים פארגעשלאגן, ד'עיקר, געב מיר דעם וועג ארויס פון ישיבה! נאך איין קורצע בעשאו האט מען זיך געשטעלט טרונקן א לחיים.


די פרייליכע פארפאלק האט צו מזל און ברכה חתונה געהאט, די נאכט פון די חתונה אין שלאף צימער איז דורך גאנץ געשמאק.

גייט אריבער אפאר חדשים אין דער בחור האט אנגעהויבן כאפן וואס ער האט דא אפגעטאן, ער גלייכט נישט דעם מיידל! ער האט איר נישט ליב!

די צוויי מאל א וואך האט ער נאך דורכגעשטיפט ד'עיקר אז מען האט אים גע'געבן וואקאציע איינמאל א חודש, די בראך איז געקומען ווען זיין ווייב איז געווארן טראגעדיג, וואך איין וואך אויס און דער אינגערמאן לייגט זיך אריין אין בעט מיט זיין ווייב ווען עס קומט אים צו ברעכן! ער עקל'ט זיך!

זייענדיג שוין אריין אפאר חדשים וואס זיין ווייב טראגט און זי האט אנגעהויבן טוישן איר אויסזען האט עס ממש געקראכט, ווען ער קוקט נאר אויף איר ברענגט עס אים ארויף אן איבלעניש.

דער אינגערמאן זאגט מיר, "ער וואלט איר שוין לאנג פארשיקט ווען נישט ער האט מורא פון וואס די גאס וועט שמועסן", עס איז איום ונורא!

ער זאגט מיר, זי פארלאנגט עס קאטאגאריש אבער טוט נישט די מינימום איר אויסזען זאל זיין קרוב צו ציענד, ער שפירט ווי ער ווערט אויסגעניצט.

חוץ מזה איז איר רוחניות'דיגע ערווארטונגען פון אים העכער ווי וואס ער קען באווייזן.

דער איז אן ערליכע אינגערמאן און ער זיכט זיך נישט קיין גליקן פון דרויסן, ער פרובירט דאס בעסטע צו היטן זיינע אויגן ער איז איינגעהאלטן ביז וויפיל ער קען.

דער אינגערמאן האט נישט קיין שמחת החיים! דער האט נישט קיין גשמיות און דאס קלאפט גאר שטארק אויס אויף רוחניות, דער אינגערמאן איז א לעבעדיגע שאָטן אָן וויסן פארוואס ער לעבט, די וועלט האט ער נישט, און יענע וועלט לייגט זיך אים צוזאם פאר זיינע אויגן!

דער אינגערמאן איז טויט אין באשיינפערליכן זין פון ווארט.

עד כאן המעשה.

ווער עס האט סיי וואספארא עצה פאר דעם אינגערמאן זאל ביטע לאזן וויסן.

איך קען דעם אינגערמאן ליידער נישט צופיל העלפן, אבער טייערע עלטערן ביטע ווען איר זיכט א שידוך פאר אייער קינד שטעלט אייך אראפ טראכטן פאר איין מינוט צו די שידוך איז פאסיג פאר דיין זון!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 9:46 am
דורך האי פרושא
זייער ווייטאגליך.

אבער וויפיל איך הער פון אינגעלייט איז א פארקערטע פראבלעם, אז די היינטיגע פרויען זענען א קנאפ אינטערסירט אין די מציאות וואס די אינגעלייט גליסטן.

אין א וועלט וואס רייצט איז עס א חורבן.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:06 am
דורך געזונטערהייט
שטותים.
די ווייבלעך היינט זענען פיין פיין אינטערעסירט.
נאר ווען די אינגערמאן טראכט נאר פון זעטיגן "זיינע" גליסטן און ער לייגט נישט אריין מחשבה אין "אירע" גליסטענישן - דאן זענען זיי קנאפ אינטערעסירט.
קאמאן סענס.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:11 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@גראמאטישער

זייער ווייטאגליך צו ליינען. ס'איז ליידער א צרת הכלל, די שטיבל דא איז פיל מיט אזוינע מעשיות און דאס איז נאר פון אזוינע וואס קענען שרייבן און ארויסברענגן זייערע געפילן אויף פאפיר, קענסט דיך פארשטעלן וויפיל מער ס'קענען נישט זיך אזוי אויסגעבן און ליידן זיך אהן, נאר ווייל זייערע עלטערן האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פונעם חנוך לנער ע"פ "דרכו"?

ס'ווייטאגליך צו ליינען און פינקט אזוי ווייטאגליך צו שרייבן. און באמת פעהלט בכלל נישט אויס די גאנצע הקדמה וואס דו שרייבסט וויאזוי דער בחור איז צוגעקומען צו פארשטיין צו שיינקייט און צו דיוועלאפן זיין טעיסט איבער וואס ער גלייכט יא אדער נישט. די גאנצע הקדמה מיט וואס ער האט געהאט צו טוהן מיט זיינע עלטערן, מלמדים, מגי"ש אדער מנהל, ס'אשאד פאר יעדע אות. דאס מאכט זיך אויך ביי אזוינע וואס האבן יא געהאט פיינע יונגעלישע/בחורישע יארן, האבן זיך פארטראגן מיט די עלטערן/מלמדים/מגי"ש וכו' דאס אז ער איז געווען וואס ער איז געווען מאכט עם גארנישט שוואכער. ס'אלעס בלויז נאטורן, צו דיוועלאפען א טעיסט פאר פרויען איז נישט קיין חילוק צו מ'האט יא אדער נישט געזעהן מאוויס אלץ בחור.
איך קען יונגעלייט וואס זענען געווען פיינע בחורים פון פיינע שטיבער און האבן אויך דעם טענה, אויב קומט עס נישט פריער קומט עס שפעטער.

עניוועי אינטערשטע שורה ס'זייער ווייטאגליך!!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:12 am
דורך גראמאטישער
האי פרושא האט געשריבן:זייער ווייטאגליך.

אבער וויפיל איך הער פון אינגעלייט איז א פארקערטע פראבלעם, אז די היינטיגע פרויען זענען א קנאפ אינטערסירט אין די מציאות וואס די אינגעלייט גליסטן.

אין א וועלט וואס רייצט איז עס א חורבן.
א אינגערמאן מיט א שיין געשטעל... זיין ווייב ניצט עס אויס ביזן לעצטן טראפ אן וואס עס זאל איר עפעס מחייב זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:29 am
דורך גראמאטישער
געזונטערהייט האט געשריבן:שטותים.
די ווייבלעך היינט זענען פיין פיין אינטערעסירט.
נאר ווען די אינגערמאן טראכט נאר פון זעטיגן "זיינע" גליסטן און ער לייגט נישט אריין מחשבה אין "אירע" גליסטענישן - דאן זענען זיי קנאפ אינטערעסירט.
קאמאן סענס.
שקר וכזב.

ווען א נארמאלער מענטש האט הנאה פון א צווייטן דאן איז ער גרייט צו געבן פון זיך און זיכער ווען די רעדע איז פונעם ווייב.

די פראבלעם איז אז מען געבט אזא שדכן אן א מיידל פון א "שיינע משפחה" און איר אינטערעסירט גאנץ קנאפ צו אויסקוקן נארמאל פארן מאן.

ווי די פרעדיגער זאגן. אדער קוקט מען אויס שיין אדער איז מען אן אידישע מאמע.

דו פערד! דאס, טאקע דאס לייגט חרוב אידישע שטובער אין די מאסן! דאס פארקנאקט די טויערן פון געפילן.

איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם די מעשה מיט דעם אינגערמאן האט מיר ממש בארירט.

דער לעבט פשוט נישט.

זיינע געפילן זענען דערשטיקט, דאס קלאפט אויס אויף אלעם.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:33 am
דורך גראמאטישער
ביטע פרובירט צו פארשפרייטן דעם ארטיקל.

מען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:05 am
דורך צקון לחש
גראמאטישער האט געשריבן:מען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.
וואס כאפן און וואס הערנער, זענען זיי דען נישט אליין וויקטימס?
מען דארף זיין שטארק ברעיוו און קלוג צו פארשטיין אז וואס מען האט געטוהן צו מיר דארף איך נישט טוהן צו מיין קינד. וקיצרתי וק"ל.
בקיצור, מ'דארף טאקע אראפשטעלן א פיס, אבער קיינער איז נישט "שולדיג".

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:30 am
דורך גראמאטישער
צקון לחש האט געשריבן:
גראמאטישער האט געשריבן:מען דארף כאפן די סעלפיש עלטערן ביי די הערנער.
וואס כאפן און וואס הערנער, זענען זיי דען נישט אליין וויקטימס?
מען דארף זיין שטארק ברעיוו און קלוג צו פארשטיין אז וואס מען האט געטוהן צו מיר דארף איך נישט טוהן צו מיין קינד. וקיצרתי וק"ל.
בקיצור, מ'דארף טאקע אראפשטעלן א פיס, אבער קיינער איז נישט "שולדיג".
סימפל.

1) אז דיין קינד האט געהאט א געשמאק צו טעכנעלאגישע כלים דאן מאך אים "נישט" חתונה צו א פארפרומטע מיידל אפילו דו מיינסט אז זי גייט אים שטעלן אויף די פיס.

2) מאך נישט חתונה דיין געלונגענע בחור צו א פארשוועכטע מיידל כאטש ס'איז א שיינע משפחה. געב בילדער פון די מיידל פאר דיין בחור, לאז אים עס דורכטראכטן א וואך צוויי, געב אים מער ווי איין צוויי קורצע בעשאו'ס.

ועוד ועוד עס פעלט בכלל נישט אויס צו פארברייטערן, מאך זיכער אז דער בחור גלייכט איר געשטעל און טיפ, סוף כל סוף איז ער א אינגע בחור וואס רוב מאל ווייסט ער נישט וואס מען ברויך קוקן, העלף אים מאכן די ריכטיגע באשלוס דו ווייסט דאך יא מיט וואס אינגעלייט פלאגן זיך, דיין בחור נישט!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:53 am
דורך געזונטערהייט
גראמאטישער האט געשריבן:
געזונטערהייט האט געשריבן:שטותים.
די ווייבלעך היינט זענען פיין פיין אינטערעסירט.
נאר ווען די אינגערמאן טראכט נאר פון זעטיגן "זיינע" גליסטן און ער לייגט נישט אריין מחשבה אין "אירע" גליסטענישן - דאן זענען זיי קנאפ אינטערעסירט.
קאמאן סענס.
שקר וכזב.

ווען א נארמאלער מענטש האט הנאה פון א צווייטן דאן איז ער גרייט צו געבן פון זיך און זיכער ווען די רעדע איז פונעם ווייב.

די פראבלעם איז אז מען געבט אזא שדכן אן א מיידל פון א "שיינע משפחה" און איר אינטערעסירט גאנץ קנאפ צו אויסקוקן נארמאל פארן מאן.

ווי די פרעדיגער זאגן. אדער קוקט מען אויס שיין אדער איז מען אן אידישע מאמע.

דו פערד! דאס, טאקע דאס לייגט חרוב אידישע שטובער אין די מאסן! דאס פארקנאקט די טויערן פון געפילן.

איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם די מעשה מיט דעם אינגערמאן האט מיר ממש בארירט.

דער לעבט פשוט נישט.

זיינע געפילן זענען דערשטיקט, דאס קלאפט אויס אויף אלעם.
איך בין מסכים מיט יעדע ווארט!
איך האב מיר נאר באצויגן אויף די לעבעל וואס ער לייגט ארויף אויף "היינטיגע פרויען" דאס איז אבי געשריבן.
אבער אין דיין פאל ביסטו הייליג גערעכט.
עלטערן דארפן חתונה מאכן די קינדער מיט וואס זייערע "קינדער" דארפן נישט מיט וואס "זיי" דארפן..

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:02 pm
דורך עדיאל
זייער ווייטאגליך, און כל ערום יעשה בדעת ווען ס׳קומט צו שידוכים.

אן עצה פאר דעם אינגערמאן איז איינס: געט דע העל אוטע דהער. שוין איינגעמיירעט ב״ה, און ס׳איז א מעוות לא יוכל לתקון. וויסן זאלסטו אבער אז ס׳גייט נישט ווערן בעסער קיינמאל. מעריזש קאונסעלינג העלפט נאר ווען ס׳דא א ספארק. מ׳האט זיך אמאל ליב געהאט, נאר מ׳דארף ארבייטן אויף דיפערענצן. בנידן דידן, ווען וישנאה האט אן אזלא גרש, איז טאקע זיל וגרש.

אויף וואס ווארטסו? ס׳זאל זיין א מזל טוב איבערסיאר? די סטיגמא די חברים און די עלטערן פרעשור גיין נישט ווערן בעסער. צום סוף וועט זיין פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, ויפה שעה אחת קודם.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
עדיאל האט געשריבן:זייער ווייטאגליך, און כל ערום יעשה בדעת ווען ס׳קומט צו שידוכים.

אן עצה פאר דעם אינגערמאן איז איינס: געט דע העל אוטע דהער. שוין איינגעמיירעט ב״ה, און ס׳איז א מעוות לא יוכל לתקון. וויסן זאלסטו אבער אז ס׳גייט נישט ווערן בעסער קיינמאל. מעריזש קאונסעלינג העלפט נאר ווען ס׳דא א ספארק. מ׳האט זיך אמאל ליב געהאט, נאר מ׳דארף ארבייטן אויף דיפערענצן. בנידן דידן, ווען וישנאה האט אן אזלא גרש, איז טאקע זיל וגרש.

אויף וואס ווארטסו? ס׳זאל זיין א מזל טוב איבערסיאר? די סטיגמא די חברים און די עלטערן פרעשור גיין נישט ווערן בעסער. צום סוף וועט זיין פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, ויפה שעה אחת קודם.
מהיכי תיתי עס איז נישט געווען א ספארק? פון זיינע ווערטער אז זי שטעלט זיך נישט צו איז משמע אז אין פאל זי וועט זיך צושטעלן וועטמעסמעם באפרידיגען

Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:33 pm
דורך צוזאמגעדרייט
זיין טאטע מאמע זענען נישט שולדיג!

ער האט זיך אנגעקוקט מיט חזיר'יי און נישט געהאט די קוראזש זיך צו טוישן פון דרויסן, נאר געלעבט א דאפלטע לעבן.

למעשה איז ער געווען דער וואס האט נישט צופיל געטראכט און האט ארויפגעלייגט א רינגל אויף איימיצען וואס ער גלייכט נישט. איך קען פארשטיין פון וואו ער קומט און זיין שווערע לאגע, אבער איך זעה נישט פארוואס ער איז בעסער ווי זיינע עלטערן.

נאך אלעם האט יעדעס עדאָלט אן אחריות אויף זיך אליינס און ברויך מאכן לעבנ'ס באשלוס זעלבסטשטענדיג.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:41 pm
דורך גראמאטישער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:זיין טאטע מאמע זענען נישט שולדיג!

נאך אלעם האט יעדעס עדאָלט אן אחריות אויף זיך אליינס און ברויך מאכן לעבנ'ס באשלוס זעלבסטשטענדיג.
אן אכצן יעריג בחור'ל איז אן עדאלט ביי דיר? אפילו אויב יא, שוין אזוי ערוואקסן צו מאכן אזוינע באשלוסן?

לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די טאטע האט נישט געוויסט, האב איך ערווענט אין די געשיכטע וואס איך האב געברענגט אז זיין טאטע האט שוין געשפילט מיט אים די שדים טאנץ פון ציכאפן סטראשען איינמאל און נאכאמאל.

וואס האט זיין טאטע געמיינט ער קוקט דארט?

פארשטייט זיך אז דער בחור איז אויך שולדיג, אבער דער ריכטיגער שולדיגער איז דער ערוואקסענער וואס וואלט געדארפט ארויסהעלפן דעם דערשטיקטן אינגע בחור'ל מאכן באשלוסן.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:09 pm
דורך אלפא
כדי צו באשולדיגן פארלאנגט זיך מער פארשטאנד און די אינדיווידואלע מאטיוון און אינטענשאנס.
בפרט ווען למעשה גערעדט רעדט מען פון אן אדאלט.

סתם זאגן אז דאס איז נאכנישט גענוג ערוואקסן בו בעת האלטענדיג אז אויף אלע זיינע באשלוסן בנוגע זיינע כלים איז ער יא אויסשליסליך בעה"ב - איז לענ"ד דאבל-סטאנדארט.

אויב עפער איז די ברייטע 'סיסטעם' (מי זה?) שילדיג און דעם פענאנים אלס א (ווייטאגליכע) פאקט...

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:27 pm
דורך כפתור
די ווייבל איז זיכער אומשולדיג. וואס האט זי געטוען צו פארדינען אזא מאן? ער האט איר אייגעמייערט פאר זיינע געברויכן.
אז ער האט געהאט פראבלעמען איז עס נישט איר שולד.
דאס אז זי שטעלט זיך נישט צו קען מען ארבייטן דערויף, אבער ס'קוקט אויס ווי ער וויל עפעס וואס ער האט געזען אויפן גאס אדער ביי א חבר, און זי קען עס נישט צושטעלן.
ער זאל איר טאקע גט'ן, ווייל זי דיזערווד נישט צו לעבן מיט א מאן וואס האט איר נישט ליב, אבער לייג עס נישט אן אויף איר.

אונזער וועג פון מאכן שידוכים איז צובראכן אויף טויזנט

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:09 am
דורך אלע צוזאמען
גראמאטישער האט געשריבן:
געזונטערהייט האט געשריבן:שטותים.
די ווייבלעך היינט זענען פיין פיין אינטערעסירט.
נאר ווען די אינגערמאן טראכט נאר פון זעטיגן "זיינע" גליסטן און ער לייגט נישט אריין מחשבה אין "אירע" גליסטענישן - דאן זענען זיי קנאפ אינטערעסירט.
קאמאן סענס.
שקר וכזב.

ווען א נארמאלער מענטש האט הנאה פון א צווייטן דאן איז ער גרייט צו געבן פון זיך און זיכער ווען די רעדע איז פונעם ווייב.

די פראבלעם איז אז מען געבט אזא שדכן אן א מיידל פון א "שיינע משפחה" און איר אינטערעסירט גאנץ קנאפ צו אויסקוקן נארמאל פארן מאן.

ווי די פרעדיגער זאגן. אדער קוקט מען אויס שיין אדער איז מען אן אידישע מאמע.

דו פערד! דאס, טאקע דאס לייגט חרוב אידישע שטובער אין די מאסן! דאס פארקנאקט די טויערן פון געפילן.

איך האב נישט געוויסט אז ס'איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם די מעשה מיט דעם אינגערמאן האט מיר ממש בארירט.

דער לעבט פשוט נישט.

זיינע געפילן זענען דערשטיקט, דאס קלאפט אויס אויף אלעם.
קען איך וויסן וואס מ'שלאגט זיך דא?
ס'דא פרויען וואס גלייכן עס און ס'דא וואס נישט, פארהאן מענער וואס ווילן עס עכט געבן , און פארהאן וואס ווילן ''זיך'' אנזעטיגן.
און די ספעציפישע מעשה איז אזוי און אזוי געשען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 2:01 am
דורך berlbalaguleh
גראמאטישער: דיין נאמען וואלט ענדערש געדארפט צו זיין מיט א דלי"ת. "דראמאטישער".

דו האסט אראפגעלייגט א מעשה אין א זייער דראמאטישן וועג. אויב אלעס איז אזוי ווי דו פארציילסט איז עס שרעקליך. דער פענאמען איז (ליידער) זייער שטארק פארשפרייט צווישן דעם חסידישן עולם. מ'מאכט חתונה די קינדער צו אזאלכע שידוכים וואס די מחותנים פאסן זיך. און וואס די גאס וועט זאגן צו דעם (באמבעדיגן) שידוך. נישט וואס די אינטרעסן פון דעם קינד איז.

כדי צו זיין רעאליסטיש האט דער יונגערמאן נאר איין עצה. "אויפצוועקן" זיין ווייב פון איהר לעטארגישן שלאף. ער זאלל "שיקן" א מעסעדזש צו זיין ווייב אז ער אינטרעסירט זיך אין "אנדערע" (פרויען). ביז זי וועט אנהייבן שפיהרן אז זי האט קאמפעטישן. זי וועט טון אלעס וואס זי קען צו האלטן איהר פיגור צו א מענטשליכן לעוול. אז איהר מאן זאל זיך נישט דארפן שעהמען מיט איהר. אזוי ווי גיין אויף א דייעט און מאכן עקסערסייז אויב זי דארף. כדי נישט אויסצוזעהן ווי אן איבערגעיורענע טייג.

איין זאך זאל ער נישט טון. נעמען ערנסטע שריט כדי צו ענדיגן זיין מערידזש. ספעציעל אויב ער האט קינדער. ווייל א "סעקאנד מערידזש" איז די מערסטע מאל נישט בעסער. נאר ערגער. און ער וועט חרטה האבן פארוואס האט גענימען דעם שריט. די סעקנאד מערידזש וועט איהם נאר ברענגען מער, און גרעסערע פראבלעמען. ספעציעל ווען ס'וועט קומען צו חתונה מאכן "זיינע" קינדער...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 4:46 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן: א "סעקאנד מערידזש" איז די מערסטע מאל נישט בעסער. נאר ערגער. און ער וועט חרטה האבן פארוואס האט גענומען דעם שריט. די סעקנאד מערידזש וועט איהם נאר ברענגען מער, און גרעסערע פראבלעמען. ספעציעל ווען ס'וועט קומען צו חתונה מאכן "זיינע" קינדער...!
ווי זאגט יענער, מיין צווייטער מערידזש האט מיר געמאכט בענקען צום ערשטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:00 am
דורך גראמאטישער
כפתור האט געשריבן:די ווייבל איז זיכער אומשולדיג. וואס האט זי געטוען צו פארדינען אזא מאן? ער האט איר אייגעמייערט פאר זיינע געברויכן.
אז ער האט געהאט פראבלעמען איז עס נישט איר שולד.
דאס אז זי שטעלט זיך נישט צו קען מען ארבייטן דערויף, אבער ס'קוקט אויס ווי ער וויל עפעס וואס ער האט געזען אויפן גאס אדער ביי א חבר, און זי קען עס נישט צושטעלן.
ער זאל איר טאקע גט'ן, ווייל זי דיזערווד נישט צו לעבן מיט א מאן וואס האט איר נישט ליב, אבער לייג עס נישט אן אויף איר.

אונזער וועג פון מאכן שידוכים איז צובראכן אויף טויזנט
יא און ניין.

יא, זי איז גערעכט, דער בחור'ס טאטע האט איר אריינגענארט מיטן שידוך וואס איז באמת נישט געמאכט פאר איר.

ניין, זי איז נישט גערעכט מיטן זיך נישט אהערשטעלן פארן מאן ווי א נארמאלע מענטש, יעדע פערזאן פארשטייט אז צו אויפוועקן יענעם דארף מען אויסקוקן ציענד.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:24 am
דורך צקון לחש
אלפא האט געשריבן:סתם זאגן אז דאס איז נאכנישט גענוג ערוואקסן בו בעת האלטענדיג אז אויף אלע זיינע באשלוסן בנוגע זיינע כלים איז ער יא אויסשליסליך בעה"ב - איז לענ"ד דאבל-סטאנדארט.
אין אנדערע ווערטער, ער איז גענוג אלט אויף צו קענען באקומען לעבנסלענגליכע טורמע פאר זיינע כלים עבירות, איך הער..

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 10:30 am
דורך סיסטעם
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:25 pm
דורך תקע בשופר
..