בלאט 1 פון 3
מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 9:31 pm
דורך ידען
מיכאל שניצלער האט געבעטען מפרסם זיין:
http://www.youtube.com/watch?v=W-em35EW6gA&sns=emער לאזט דארט א מעסעזש צו איינעם וועגען די מצב ביי אונז און זאגט דארט א פאר זאכן וואס איז אמת ויציב ונכון און פאר דעם, זאגט ער אז מען מעג עס מפרסם זיין מיט זיין נאמען.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:31 pm
דורך איך אויך
ווער איז וועלוועלע? און פון וועלכע טשאבר איינקלך רעדט ער?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:32 pm
דורך ידען
זיין משפחה.
ער איז א שניצלער. טשאבער אייניקעל.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:41 pm
דורך איך אויך
יש"כ ,הייסט עס מען רעדט פון א משפחה סיכסוך?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:43 pm
דורך ידען
זעהט אזוי אויס?
נישט פאר מיר.
ער רעט בכלל וועגען די מצב היינט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:46 pm
דורך איך אויך
אבער ער רעדט דאך צו א ספעציפישע מענטש און ער איז נישט איין טאג אויפגעשטאנן אויף די לינקע זייט און מחליט געווען אז אלע שיינע בחורים און מיידלך דארפן גיין אין פאבליק סקול עפעס א מעשה ליגט דאך דא באגראבן.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:54 pm
דורך ידען
מסתם רעט ער טאקע פון עפעס ספעציפיש אבער מיכאל איז באקאנט מיט מער ווי איין מעשה, און אויב מע געדענקט האט ער אפי׳ אין זיין לעצטע אידישע טעיפ אריינגעלייגט וועגען דעם:
ווי לאנג עס גייט דיר גווווט, פארגיס נישט יענעםס בלייייט....
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:27 pm
דורך שמואל הלוי
נו ווער גייט פאלגן מיכאל'ן?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:30 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז נאר גוט צו וויסן אז מיכאל האט ליב שיינע....
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 11:32 pm
דורך קול דודי
אהא, איינער מיט די גאטס צו זאגן וואס ער טראכט. איין באשעפער ווייסט אז אונזער סאסייעטי וואלט געדארפט סאך מער פין אזעלכע. (איך רעדט נישט פון דעם ספעציפישן ענין וואס ער בארירט. איך מיין בכלליות׳דיג. איעדער האט מורא פונ׳ם אייגענעם שאטן.)
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:17 am
דורך שמואל הלוי
איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף גיין ביז פאבליק סקול, וואס איז שלעכט מיט די דאזיגע ישיבה?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=m1e8OEXVxKY[/youtube]
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:31 am
דורך דבילה
שמואל הלוי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף גיין ביז פאבליק סקול, וואס איז שלעכט מיט די דאזיגע ישיבה?
מיכאל איז זיכער צו דעם מסכים. ער ברענגט דעך ממש דאס ארויס. הער אויף לערנען 'עט מען דיר זאגן "לערן נאר איין סעיף"...
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:10 am
דורך טעפל
איינער קען דאס פליז אראפענמען אויף אודיא אדער ווידיא, מ'זאל עס קענען שיקן פאר אידן וואס קענען נישט זעהן יוטוב??
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:04 pm
דורך we will
I do not believe that Michael would say things like ...
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:10 pm
דורך טאמבל סאס
אז דו ביסט יעצט אויף קאווע שטיבל גלייבסטו יא?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:11 pm
דורך ידען
we will האט געשריבן:I do not believe that Michael would say things like ...
וואס גלייבסטו נישט? אז..
די קול איז מיכאל'ס?
מיכאל איז דער וואס ניצט זיין קול און נישט אז א צווייטער מאכט איהם נאך?
די פראבלעם איז נישט גענוג גרויס אז מען זאל טוהן דראסטישע שריט?
ער האט געהייסן מפרסם זיין?
ער רעדט צו די זאך?
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:17 pm
דורך we will
I can not believe that Michael came out against ultra-Orthodox world
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:36 pm
דורך היימישער
עס קען זיין אז ער איז גערעכט אבער ער האט נישט געטוען אסאך, אזוי ווי א ר"י (וואס וואוינט ווי א ארימאן און לאזט נישט מאכן קיין טיי אווענד ווען ער מאכט חתונה) האט אמאל געזאגט (ווען מיכאל האט געזינגען זיין טרעק 5) אז ער איז גערעכט אבער קיינמאל נישט געשפירט אויף זיין אייגענע הויט, און האט אויסגעפירט אז ער קען נישט נעמען קיין אחריות אויב א בחור איז א משחית, אויב ער איז נישט, אפילו ער האלט נישט ביים לערנען (ער נעמט נישט אריין) אבער ער ווארפט נישט ארויס, אבער מען קען נישט אראפרייסע די ר"י'ס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:46 pm
דורך ידען
די ר"י'ס טאר מען נישט אראפרייסן, אבער זיי מעגן ארויסרייסן די לעבנס פון אומשולדיגע קינדער, בחורים און אפי' מיידלעך, מיטן ארויסווארפן זיי פון די מוסדות?
זאג מיר נישט יעצט אז זעכער האבן זיי געטוהן עפעס שלעכט און וועגן דעם האט מען זיי ממש אן קיין ברירה געמוזט ארויסווארפן, ווייל איך ווייס פון גענוג ריינע נשמות וואס מען האט גע'הרג'עט על לא עול בכפם.
די אודיאו
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:03 pm
דורך דבילה
http://www.streamfile.com/myid/OpYUNbLDIs6wדער לינק ארבעט פאר די נעקסטע 24 שעה, פאר 20 דאונלאודס. אויב קען איינער זיין אזוי גוט זאל ער אראפברענגן דעם פייל צו אן אנדערן שערינג סיסטעם.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:14 pm
דורך ידען
מע דארף עס לייגען אויף א האטליין און אזוי וועלען אויך די וואס האבען נישט אינטערנעט עס הערן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:35 pm
דורך DotCom
דאונלאוד לינק לבקשת הציבור.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 7:29 pm
דורך we will
טאמבל סאס האט געשריבן:אז דו ביסט יעצט אויף קאווע שטיבל גלייבסטו יא?
It's a joke?