בלאט 1 פון 1

הילף פאר דעם אויסגעבעטענעם קינד

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:42 pm
דורך אנאנים
אין דעם אשכול האב איך געשריבן אביסל דעם מצב פון מיין אויסגעבעטענעם 16 יעריגער טאכטער והיות איך האב זיך שוין אויסגעפאקט אביסל האב איך געטראכט אז איך וועל אביסל מער מעריך זיין אין דעם פרשה ווייל ס׳מצב איז ביטער און איך שפיר פארלוירן און כ׳האלט כמעט ביים אויפגעבן נאר אפשר איז דא עמיצער צווישן די חבריה דא וואס האט די מעגליכקייט און געפיל ארויסצוהעלפן אז דאס מיידל זאל יא קענען חתונה האבן און אויפשטעלן א געזונט געזונדל.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 12:42 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך שפיר מיט מיט דיר :oops: פארצייל מער אונז וועלן דיר זיכער פראבירן צו העלפן

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 1:17 pm
דורך אנאנים
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך שפיר מיט מיט דיר :oops: פארצייל מער אונז וועלן דיר זיכער פראבירן צו העלפן
כ׳וועל שפעטער אביסל מער מאריך זיין און מודיע זיין וויאזוי מ׳קען מיר העלפן. א דאנק

המשך

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 2:25 pm
דורך אנאנים
איך ווייס נישט פינקטליך ווי אנצוהויבן און וואס יא און נישט צו זאגן די אונטערשטע שורה איז אז אויב ס׳פארט ווייטער אזוי ווי ס׳איז יעצט און דערנאך האט זי ח״ו חתונה וועט דאס זיין אן עון פלילי ווייל אזא איינער אביוזט די מאן און אוודאי די קינדער ווערן אביוזט און געדעמעדזשט.

במשך די יארן האמיר שוין פראבירט פארשידענע טערעפיסטן וואס האט געהאלפן א רעטעך זי האט אויף אלע פראבלעמען געבלעמט א יעדן נאר נישט זיך יעצט אבער איז דא א נייע שיין פון האפענונג ווען זי האט אפאר וואכן צוריק אנגעהויבן א ספעציעלע סארט טייערע טערעפי וואס קוקט אויס אז ס׳קליקט,

די זאך איז נאר אז דאס איז א לענגערע פראסעס און קאסט וועכענטליך א טייערן פרייז וואס איך וואס האב נישט יעצט קיין געהעריגע פרנסה קען עס ממש נישט עפארדען און איך האלט עס ביים אויפגעבן באין ברירה.

א חוץ ווארעמע דיבורים וואס טוט אסאך אויף אויף א צובראכן הארץ בעט איך אז אויב דו האסט די מעגליכקייט צו דעקן אן ערענסטן חלק פון די קאסטן שיק מיר ביטע אן אימעיל

anheimishenyid@gmail.com

און וואס טוט מען נישט פאר די קינדער? דעריבער בין איך גרייט פאר ערענסטע ביישטייער צו מגלה זיין מיין אידענטיטעט, נישט נאר דעם ניק דא אין שטיבל נאר אויך ווער אני הקטן איז אין ריעל לייף

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:26 pm
דורך איןברירה
איך ווייס נישט וויפול איך קען ארויס העלפן אבער איך וויל דו זאלטס כאטש וויסן אז מען ליינט וואס דו שרייבסט און מען איז מחשיב די שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער.

איך ארבייט מיט די סארט בחורים און עס איז מיר גאר שווער צו צוזעהן די אומבאהעלפבארקייט וואס די עלטערן גייען דורך. ביטע געדענק אז האבן די זכיה צו האדווען א קינד איז פאר זיך א גרויסע מצוה. נישט קיין חילוק וואס עס וועט געשען. אלעס איז באשערט און מען דארף נאר טוהן נישט אייביג קען מען אויף טוהן. יעצט וועל איך אהיים לויפן העלפן מיט מיינע קינדער.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 12:36 pm
דורך אנאנים
ישר כח @איןברירה!
אין דיין זכות פיל איך אז עס האט זיך געלוינט די עפערט וואס איך האב אריינגעלייגט אין דעם אשכול.
ֿֿ
אין דעם אימעל האב איך באקומען בלויז 1 רעספאנס (דערווייל), איך גיי עס שערן מיטן עולם אינעם קומענדיגן תגובה

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 12:37 pm
דורך אנאנים
Hi,
I read your post on Kaveshtiebel, about your daughter.

I had a few children with issues.
One child had Pandas for over six years.
One child was acting crazy, with very very long and crazy tantrums.
One child was very nervous all the time, Learning disabilities, concentrating issues, bedwetting, and more.
Someone suggested I do 3D Therapy on them.

3D is a method of uncovering the emotional causes of physical/ emotional/ developmental/ behavioral issues, and eradicating it through ReSET therapy- exchanging negative emotions, sensations and thoughts related to a specific event or issue, for positives.
Basically, everything is connected to past experiences, difficulties, stress, anxiety, trauma, from the kid self or from the parents, the person doesn't remember, but the subconscious doesn't forget, and this needs to be taken out, and changed to positives.
Not that I really understand how it works, but I can tell you that ALL the mentioned problems are B"h gone, I can't thank Hashem enough for that.
I used someone in Israel who charges $75 an hour.
The child doesn't even have to know that you work on her.
She can do the therapy on her own hours in Israel, you don't have to be on the phone during the therapy, she first tests through the full Yiddish name and Yiddish DOB. You can ask her what the issue is and about how many sessions you are gonna need.
If you want her contact info please let me know.

Whatever you do, Hashem should help you to be Matzliach and you should have Asach Yiddish Naches from her.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 3:03 pm
דורך אנאנים
אנאנים האט געשריבן:she first tests through the full Yiddish name and Yiddish DOB.
:roll:

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 4:37 pm
דורך אנאנים
צו דער וואס מאכט מיט די אויגן: די נאמען שטערט דיר? און אז זי ארבעט פון דערווייטענס אן זעהן די קינד איז יא גוט?

די עין הרע קאמפעניס זענען אפשר ביליגער. זיי ארבעטן אויך רימאטלי...

וואס פאר א גוט יאר טוט זי, כישוף?

עס איז צו האפן אז מ'צאלט נאר ווען מ'זעט רעזולטאטן.