בלאט 1 פון 1

הרב אברהמ'טשע זעמבא ז"ל

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 7:33 pm
דורך לייביששרייבער
הרב אברהם זעמבא ז״ל
אדער ווי מען האט אים מיט ליבליכ־קייט גערופן אין די היימישע קרייזן, ר׳ אברהם׳טשע — איז געווען א זעלטענקייט מיט זיינע מעלות און מידות, וועלכע האבן זיך פאר־אייניגט אין א הארמאנישע שלימות! אייגענשאפטן פון א תורה־אריסטאקראטיע פון ווארשעווער תורה־קיניגרייך — ״ קרית מלך רב״, דאס הארץ פון וועלט־אידענטום.

הרב אברהם זעמבא איז געווען א קאלירפולע פערזענליכקייט. ער האט באזיצט א לאגישן אוניווערסאלן תורה־בליק אין פיל מקצועות התורה: און אלזייטיקע הבנה און שארפ-זין: פקחות און טיפע לומדות און בקיאות! א היסטארישן־אנאליטישן חוש און א פענאמענאלן זכרון. א געוואלדיג־גרויסער קענער פון חסידות — פיל חסידות־פארשער און שרייבער האבן גענאסן פון זיין גרויסער ערודיציע און אריגינעלע קוואלן פון אוצר החפירות.

א מומחה אין ביבליאגראפיע, אבער אי־בער דעם אלעם האבן ארויסגעשיינט ווי א ליכטיגער שטערן, ווי א קרויז אויף זיין קאפ זיינע געבענטשטע אצילות׳דיקע מידות וואס האבן אים געגעבן די ליבשאפט און היימישקייט פון אלע: ״אברהם אהבי״ ( ישעי׳ מ א, ח).

ער איז געווען נאענט און באפריינדעט מיט פיל גדולי ומאורי ישראל אין פאר-מלחמה׳דיגן פוילן, און איז געווארן באלויכטן און באזעלט פון זייער אור התורה, ספעציעל אלץ פלימעניק פון דעם בארימטן גאון ר׳ מנחם זעמבא הי״ד.

ער איז געווארן דערצויגן אין גערער חסידות, וואס האט פארמאגט די ״שני מאורות הגדולים״, די הייליגע סינטעזע פון גרויסע לומדות און טיפע חסידות — גאונישע חסידים און חסידישע גאוגים. גאלד ווערט געלייטערט אין פייער און העראאישע געשטאלטן ווערן געפרואווט און צייטן פול מיט שטורמישע נסיונות. די לויטער־קייט פון א איש־המעלה דערקענט מען אין די אויפטרייסלונגען פון פיינליכע איבערלעבענישן.

אויסצוגען פון א פליכטלינג וואס איז געווין אויפן גאנצצן אורך הדרך אין די לאגערן מיט הרב ר' אברהמ'טשע ז"ל

אדורכגעליטן די פיין פון ווארשעווער געטא דורך בודזין, לובלין, ראדאם אין פוילן, און דאן אין דייטשלאנד—העםענטאל, דאכאו, פעלד־אפיגג, מינכען א. א . ״ צרפתיך בכור העוני״, ״ ענוי בדרך כחי״. די אלע וואנדערונגען און וועגן זענען געווען פאר אים א ״ דרך הקודש״ — א וועג פון קידוש השם. אין די אלע לאגערן, ביי די טויערן פון גיהנם, ווען ער האט געהונגעריקע, און געפרוירען אין ד י פראסטיגע ווינטער־פארטאגן אדער אין די ברענענדיקע היצן, פארמאטערטע, צעבראכענע זיך געפונען צווישן ווילדע חיות בצורת אדם און זיך לייכט געקענט פארלירן — האט ר׳ אברהם׳טשע מיט זיין וואונדער־בארן זכרון, געשעפט פון די היילענדע און אייביקע אוצרות פון ש״ס און פוסקים, שו״ת, מדרשים און חסידות אונז געשטארקט און בא־לעבט ווי א רעטונג קעגן יאוש, אטראפירונג און רעזיגנאציע. מיר האבן דעמאלט באגריפן דעם אמת פון די ווערטער פון דוד המלך: ״לולי תורתך שעשעי ז אבדתי בעניי״.

אין לאגער בודזין האט ער מיט זיין עלטערן ברידער הרב איטשע מאיר זעמבא ז״ל אין געהיים איינגעארדענט די יארצייט פון ״שפת אמת״ זצ״ל. ר ׳ אברהם׳טשע האט גערעדט וועגן דעם צדיק און גאון און אויסגעטייטשט די אויסערגעוויינלעכע ליידן. צווישן די אנוועזנדע לאגער־פריינט איז געווען דר' בלאך, דער דירעקטאר פון ״קרן קימת״ אין פוילן, וועלכער איז געווען אזוי גערירט און באגייפסערט, אז ער האט באשלאסן נאך די מלחמה צו ענדערן זיין גאנץ לעבן און ווערן א שומר תורה ומצוות. איך דערמאן זיך ווי היינט: א שטיקל ברויט אין לאגער איז געווען דער גרעסטער מטמון אין דער וועלט און געהערט צו דער פראגע פון ״זיין אדער נישט זיין״. יום־כיפור איז געקומען—דער הייליג'םטער טאג אין דעם פארשאלטענעם לאנד און ארט— אין דאכוא־ לאגער. האלטן דאס שטיקל ברויט ביי זיך, צו וועט מען קענען ביי־שטיין דעם נסיון פון א אויפגעהונגערטן אויסגעדאדטן און פארביי־גייען גוף צי באהאלטן? — וואו איז מען זיכער און וועמען קען מען דעם אוצר געטרויען? מיר האבן עס געגעבן צו באהאלטן ביי ר׳ אברהם׳טשע!

אין די לאגערן וואו מיר זענען געווען צוזאמען — אט אין די אלע פלעצער וואו מ׳האט ברוטאל פאראכטעט און ג עטרעטן די אידישע ווירדע, האט ער געגעבן כבוד און רעספעקט יעדן איד. מיט זיינע לייכטענדע מידות און חכמת התורה האט ער דערפרייט פיל פאראומערטע געמיטער: געגעבן האפענונג צו פארצווייפלטע און אנגעצונדן פוגקען פון אויסדויער אין די וואס האבן שוין געהאט אלעס פארלוירן. ער איז ג עווען א שליח נאמן, א טייערער ברודער צו יעדען, געלאפן אנזאגן יענעם א בשורה טובה, געפרייט זיך מיט יענעמס פרייד און געווייטאגט יענעמם אומגליק—געווען דער ליב־לינג פונם לאגער אידן.

אין ווארשעווער געטא איז ער געווען אינם בונקער צוזאמען מיט זיינעם א פעטער, דער גרויסער גאון פון ווארשעווער אידענטום ר׳ מנחם זעמבא הי״ד און מ יט זיין קוזין דער עילוי ר׳ אהרן נפתלי הי״ד. שבת חול־המועד פסח תש״ג איז דער גאון אומגעקומען דורך די דייטשן ימ״ש אין ווארשעווער געטא אויף קופיעצקא .7 ר׳ אברהם׳טשע מיט זיין ברודער הרב יצחק מאיר זעמבא ז״ל האבן אים קובר געווען אין ווארשע און נאך דער באפרייאונג האבן זיי געפונען דעם קבר און איבערגעפירט זיינע. הייליגע עצמות נאך ירושלים. ווען נישט ר׳ א ברהם׳טשע וואלט די וועלט נישט געוואוסט וועגן דעם אומקום פון גרויסן גאון.

שביעי של פסח, אפאר טעג שפעטער, האבן די דייטשן אים מיט זיין גאנצע משפחה פארשלעפט נאך טרעבלינקע. ער איז געשטאנען ביי די פייערן פון גיהנם איבער אלע גיהנומס. ער האט געזעען זיינע נאענטסטע און טייערסטע ווי מען האט זיי אין פייער געטריבן און אויף אש צעריבן. ער איז געווען פון די גאר ווייניקע וואס זענען מיט אויסערגעוויינלעכע ניסים ארויס פון טרעבלינקע א לעבעדיגער, אבער ער האט געטראגן אין זיין הארצן דעם ״כבשן האש״. די אלע יארן געווייטוגט דעם חורבן און באוויינט די וואונדן. די היים פון די צ וויי אומפארגעסליכע זעמבא ברידער איז נאך דער באפרייאונג געווען א בית ועד פאר תורה צוזאמענקונפטן, בא־ראטונגען און מיטינגען. אויך א הכנטת אורחים מיט גאסטפריינדליכ־קייט פאר די ואס זיינען געקומען באזוכן די שארית הפליטה. און אין אט דער היים איז געלייגט געווארן דער יסוד פאר גרינדען די ״אגודת ישראל" און אויפלעבן די תורה׳דיגע שארית הפליטה און ס׳איז גארנישט צו באשרייבן וויפל כוחות ר׳ אברהם׳טשע האט אין דעם אלעס אריינגעלייגט.

ער האט פארעפנטלעכט וויכטיגע היסטארישע ארטיקלען וועגן די ליידן, אויפשטאנד און אומקום אין ווארשעווער געטא, און אפ־ האנדלוגען וועגן ח סידות אין די אגודת ישראל צייטונג ווי אויך און ״טאג־מארגן־זשורנאל״. זיינע מאמרים האבן זיך אויסגעצייכנט מיט טיפקייט און קראפט, קורץ, פרעציז־כוח הצמצום. ער איז געווען אנערקענט און בארימט אלץ אן אלזייטיגער ידען פון חסידות; פאר־שידענע דינאסטיעט, יעדער גזע, יעדער שיטה און רבייאישע הויף: זייערע וואונדערבארע שאפונגען און ספרים. אבער באזונדערס איז ער געווען נשמה׳דיג פארבונדן מיט גערער חסידות און אירע גרויסע הייליגע מנהיגים. גאר באזונדערס צום ״שפת אמת״ זצ״ל וואס ער האט אזוי גוט געקענט. ער האט מיר אמאל דערקלערט: דער ״שפת אמת״ איז ״סענס״. אין איין שורה זענען דא גאנצע היכלות. יעדעס ווארט איז א וועלט ; יעדער רעיון איז בוקע עולמות ; די גאנצע בריאה געפינט זיך אין א מאמר. און אברהם׳טשע ז״ל איז געווען א וואונדערלי־כער פארטייטשער פון ״שפת אמת״. ווען ער האט פארטייטשט א ״שפת אמת״ האט יעדער געלויכטן מיט פ רייד פון זיין קלארקייט, לאגיק און הבנה ישרה.

עס זענען שוין אריבער אכט יאר, זינט ער איז פון אונז אוועק. אבער דער צער אויף זיין פריצייטיגער פטירה איז נאך איצט גרויס אין הארצן פון די וואס האבן אים געקענט און זיך געווארעמט אין זיין חכמה ווי אין זיין ידידות. אך היינט זאגן מיר: צר לי עליך אח — נעמת לי מאד! יהי זכרו ברוך

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 2:24 am
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: ייש"כ פאר דעם וואונדערבארן און באצויבערנדן ארטיקל. נאר, איך בין גארנישט מסופק אז נישט דו האסט פערזענליך בייגעוואוינט , מיטגעלעבט און איבערגעלעבט אט די אלע געשעהענישן וועלכע דו האסט דא אזוי מייסטערהאפט אראפגעברענגט. דיין נשמה איז נאך געווען א חלק פון דעם כסא הכבוד ממעל און דו האסט נאך געלערנט סתרי תורה אין מתיבתא דרקיעא ווען די אלע געשעהענישן זענען זיך פארלאפן.

ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט פאר'ן עולם צו וויסן פון וועלכן כתב יד אדער מאנוסקריפט דו האסט דאס אלעס אראפגעליינט און אדורכגעלערנט. בטובך הגדול ווילסט מיטטיילן דעם מקור פון די דאזיגע הערליכע באשרייבונג. יישר כח למפרע...הק' יששכר דוב בעל העגלה...!

געוויסע באשרייבונגען

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 3:29 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ פאר דעם וואונדערבארן און באצויבערנדן ארטיקל. נאר, איך בין גארנישט מסופק אז נישט דו האסט פערזענליך בייגעוואוינט , מיטגעלעבט און איבערגעלעבט אט די אלע געשעהענישן וועלכע דו האסט דא אזוי מייסטערהאפט אראפגעברענגט. דיין נשמה איז נאך געווען א חלק פון דעם כסא הכבוד ממעל און דו האסט נאך געלערנט סתרי תורה אין מתיבתא דרקיעא ווען די אלע געשעהענישן זענען זיך פארלאפן.

ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט פאר'ן עולם צו וויסן פון וועלכן כתב יד אדער מאנוסקריפט דו האסט דאס אלעס אראפגעליינט און אדורכגעלערנט. בטובך הגדול ווילסט מיטטיילן דעם מקור פון די דאזיגע הערליכע באשרייבונג. יישר כח למפרע...הק' יששכר דוב בעל העגלה...!
ווי אויך האב איך נישט מיטגעלעבט די הרב קוק וואס איך האב באשריבען, דאס געבורט פון מדינת ישראל, מדינת ישרא קומט ארויף אויף די מאפע. וכו' קוק גוט וועסטו זעהן ווען דער ארטיקעל הייבט אןרעדן וועגן זיין לאגער איבערגאנג שטייט בעפאר, ציטירט פון א איד וואס איז געווען מיט עם אין די אלע גלותער.

די באשרייבונג איז פון אן ארטיקעל וואס אגודה האט געשריבען אין זייער עמטליכע צייטונג ביי די 25'צטער יאר-טאג פון די עפענונגס פון זייער צייטונג.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 11:09 pm
דורך יעקב פאטאש
ישר כח הרב לייביש!
דיין שרייב ווערק איז פיל מיט תוכן!

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2023 1:39 am
דורך לייביששרייבער
יעקב פאטאש האט געשריבן:ישר כח הרב לייביש!
דיין שרייב ווערק איז פיל מיט תוכן!
א ישר כח פאר דיין ווארעמע המלצה דאס גוט מיר מאט און נערווען צו שרייבן.

אחך בין נישט קיין שרייבער ביי פאך אויס, ווי @איך הער האט שוין דא באטאנט אין זיין אשכול "וואס איז דיין האבי" https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 99#p530915

איך האב אן האבי צו ליינען און ליינען און דערנאך האלטן א דרשה און לערנען מיט די אומוואוסענדע וואס און ווער מיר זענען און וואס און ווער מיר זענען געווען ווי א בחינה פון זכר ימות עולם בינו שנות דור ודור שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך.

איך זאלן מיר נישט ווערן פארקויפט דעם ברוקלינער בריק פונעם אמאל פון אינדערהיים. מיר זענען נאך אזוי גוט און בעסער ווי זאכן זענען געוועזען אינדערהיים און דאס איז מיין ציהל איך האף אז דאס איז די פראקלאמאציע פון מיינע ארטיקלען.