בלאט 1 פון 1

פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:07 pm
דורך אלפא
מאכט זיך א מעשה.
עס איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן היינט מיט א דיין בנוגע פאסטן מארגן – שבעה עשר בתמוז – פאר פרויען. צו זענען זיי מחוייב, פטור, אפשר גאר אסור, און בנוגע געוויסע תקופות זייערע וואס די הלכה איז דאן.

נאכן דורכגיין די הלכה אספעקטן זאגט ער מיר: אין אונזער חסידישע מקומות פלעגן פרויען קיינמאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יום כיפור.
דערנאך האט ער מיר פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים ערשטן בעלזן רב זי"ע – וועלכע פלעגט האבן יעדן תענית א שורה פון מענטשן וואס פלעגן דארפן/וועלן אן היתר נישט צו פאסטן, און ער פלעגט עס גרינג פארשרייבן.. ביז עפעס א בר בי רב איז דאס אמאל נישט געפאלן, און האט זיך געשטעלט אין ליניע און געזאגט אז ער האט בויך-וויי אין די פיס, דעמאלס האט בעלזא רב אויפגעהערט דערמיט (נישט נאכגעגאנגען מקור...)
ענליך, האט ער געזאגט איז געשען ביים פשעווארסקן רבי – ר' לייבוש – וועלכע איז ידוע צו מקיל זיין בפרט צום גדליה (און יום החופה). אז ווען איינער האט אים אמאל געזאגט אז מ'שמועסט אין גאס אז ער איז מקיל, האט ער אויפגעהערט 'טיילן' די היתרים.

עס האט מיר געשטעלט טראכטן נאכדעם, וואס איז די פשט אין דאס לייכטקייט היינטיגע צייטן לגבי תענית, ובפרט כלפי פרויען?

די פשוטע פשט – דאס וואס אלע זאגן הויך – איז אז היינט האט מען נישט די כוחות ווי אמאל. פרויען אודאי נישט וכו' וכו'.
קען זיין דאס איז ריין אמת, הגם תעניתים איז נישט ממש די איינציגסטע מצוה וואס 'קאסט כוחות' – וועלכע מיר האבן נישט..

אבער מער פון דעם, עס מאכט מיר טראכטן אז דאס אראפנידערן פרויען סיי און זייער אייגענע אויגן און סיי און די אויגן פון די עזרת אנשים, איז גאר נאך א טאקטיק (לכאו' סאב-קאנשעסלי) צו האלטן – און גאר פארמירן א שטארקע misogynistic סאסייעטי – און האלטן די מאכט אויפן מענער זייט, בפרט ווען ס'איז גאנץ אן עקסיסטנציאלן נושא ווי די 'כוחות' פונעם מענטש. זאגן, חזר'ן, און קאנפערמירן, אז זיי 'האבן נישט קיין כח' – זיי דארפן זיך אפגעבן מיט די קינדער – ארבייט געוואלדיג, בבחינת האמנתי כי אדבר.

אביסל א פאקערטע מחשבה'לע האב איך אויך געהאט, נעמליך, די גאנצע געדאנק פון פאסטן 5 מאל א יאר אויף זאכן פון צוויי טויזנט יאר צוריק, האט שוין היבש פארלוירן די משמעות. אדרבה, אויף זייער אסאך האט די גאנצע נושא גאר א קאנטע אפעקט כידוע. האבן די פריערדיגע גדולים שוין געזען א געוויסע צורך לויזער צו מאכן דעם שטריקל (אזא רעפארם שטיקל..) אבער פארשטייצעך מיט א גוטע סיבה..

אזוי צו אזוי וואס מיינט דאס פאר אונז כהיום? און וויאזוי זעט איר דעם נושא - אויב עס איז א נושא בכלל?

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:18 pm
דורך ברוך שפינוזה

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:22 pm
דורך קהל'ס נער
איך האב איינמאל געגעסען קנאבל פון א פדיון הבן און יעצט האב איך קרעדיט פון פ״ד תעניתים.

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 11:23 pm
דורך אלפא
יישר כח!

די צווייטע נקודה איז טאקע דארט ארומגערעדט..

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:08 am
דורך דער גאלדענער אדלער
לויט די גמרא אין מס' ר"ה דף י"ח ע"ב קומט אויס אז בזמן הזה וויבאלד די בית המקדש איז נישט אויפגעבויעט און ס'נישט פארהאן קיין רדיפות פון די מלכות, אין שלום ואין גזירת המלכות קען מען טוהן וויאזוי ס'שמעקט, ווילסטו פאסטן קענסטו, אויב ווילסטו נישט איז נישט. ס'טייטש דאס יא פאסטן די ד' צומות ברויך גאר אן עקסקיוז. די ראשונים און אחרונים רעדן שוין ארום פארוואס בזמן הזה איז יא פארהאן א חיוב צו פאסטן, כאטשיג פון גמ' איז משמע אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:30 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב שוין געהערט פארשידנס דערויף, אבער די "היתרים" פאר יעדע מיחוש איז סטרעיט ארויס פון שו"ע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:54 am
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט פארשידנס דערויף, אבער די "היתרים" פאר יעדע מיחוש איז סטרעיט ארויס פון שו"ע.
ניין. די איינציגסטע תענית וואס שטייט קלאר אין שו"ע אז מען איז מקיל פאר א "מיחוש" איז תענית אסתר, ואכ"ז שטייט אין שו"ע אז מען דארף עס משלים זיין א צווייטע מאל.
די היתרים איז פון פוסקים אחרונים, און די לעצטערע דורות חסידישע האבן זייער זייער מקיל געווען, און די היינטיגע טרייען שוין צוריקצודרייען..

Re: פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 1:17 am
דורך יצחק אייזיק
לכאורה איז עס א געמיש פון צוויי זאכן. איינס, ביי תלמידי ליזענסק האט מען שטארק מקיל געווען (לכאורה נאר פארן המון עם) אין תעניתים. צוויי, ביי די מקומות איז לגבי נשים אייביג געווען א געוויסע לויזקייט אז "פרויען זענען פטור."

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:16 am
דורך אלפא
יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט פארשידנס דערויף, אבער די "היתרים" פאר יעדע מיחוש איז סטרעיט ארויס פון שו"ע.
ניין. די איינציגסטע תענית וואס שטייט קלאר אין שו"ע אז מען איז מקיל פאר א "מיחוש" איז תענית אסתר, ואכ"ז שטייט אין שו"ע אז מען דארף עס משלים זיין א צווייטע מאל.
די היתרים איז פון פוסקים אחרונים, און די לעצטערע דורות חסידישע האבן זייער זייער מקיל געווען, און די היינטיגע טרייען שוין צוריקצודרייען..
איך בין נישט דוקא באקאנט מיט דעם מציאות פון צוריקצודרייען וואס דו זאגסט געשעט היינט צו טאגס.

עס מאכט אבער סענס לויט ביידע פון מיינע טעאריעס. סיי ווערט די וועלט מער פעמעניסטיש מיט די צייט - פרויען שטעלן זיך מער און מער אויף זייער רעכטן (ובדרך אגב - דאס איז לכאו' די הויפט סיבה צו די פארמערטע צאל גיטין היינט - נישט סתם ווייל זיי פארמאגן 'טעקסט מעסעדזעס'..)
בנוגע די צווייטע פוינט - איז די וועלט אויך פרומער היינט, ס'קען זיין מ'דרייט אביסל צוריק פון די לויזקייטן פון אמאל וועלכע שטימען נישט מיט די היינטיגע - מער פארמאכטע - אגענדע!

די צוויי זאכן ביינזאם שטימען לויט וואס @מי אני ברענגט ארויס אינמיטן דעם שמועס

לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:28 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:איך האב איינמאל געגעסען קנאבל פון א פדיון הבן און יעצט האב איך קרעדיט פון פ״ד תעניתים.
איך האלט אז מ'דארף פארשפרייטן דאס עסן קנאבל צווישן דעם היימישן עולם. דאמאלס 'עמיר האבן א פנים ווי מר. (עיברעהעם) שטערן דער עלעקטרישן. ער האט א יעדן (אריינגערעכנט מיר) מייעץ געווען צו עסן א סאך צוויבל און קנאבל פאר געזונטהייט. ווע ער פלעגט אריינקומען אין דעם עלעקטריקל סופליי געשעפט (על.ענד בי.) האבן זיך אלע ארבייטערס באהאלטן. זיי האבן נישט געקענט ליידן דעם גערוך פון זיין צוויבל און קנאבל...!

נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 4:11 am
דורך תרמב
מיסטער אלפא, פארוואס האלסטו אז מ’פטר’ט פרויען ווייל מ’שאצט זיי אונטער? צו דען זענען זיי נישט טאקע שוואכער? קענסט דאך זעהן יום כיפור און תשעה באב ווען זיי פאסטן יא, מוטשענען זיי זיך מער צו פאסטן ווי די מענער, לכבוד דעם ארויפווארפן די שולד אויף די מענער וואס ווילן קלענער מאכן די כבוד פון די פרויען? זיי זענען שוואכער און ס’איז זיי שווערער צו פאסטן.

אפשר האב איך א טעות, איך בין נישט קיין פרוי, אפשר איז עס בלויז אן איינרעדעניש וואס איך בין געפאלן דערפאר.