פארוואס בין איך דא?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

פארוואס בין איך דא?

שליחה דורך [NAMELESS] »

א קינד אלט אפאר טאגן
קען קיין ווארט זאגן
נאר פילן און טאפן
עסן טוט ער כאפן

קוים געעפענט די אויגן
אינעם וועלט אריינגעצויגן
האט קיין פארשטאנד
אלעס פרעמד אומבאקאנט

נאך וואכן און טעגן
הייבט זיך אהן באוועגן
דער געשטעל טוט בליען
און די נאטורען זיי ציען

פון וויינען צו פריידן
צו שמועסן אדער באשיידען
שפילן אדער שלאגן
שלינגען אדער צוריק זאגן

עס לויפן די יארן
ויגדלו הנערים
פרישע שערים
ויתרצצו הבנים

דאס הארץ הייבט אן גליסטן
אמאל איידל אמאל מיסטן
א מלחמת היצר
מ'שרייט מן המיצר

נאכן שינדען די הויט
א בית נאמן מען בויט
צומאל פריידן צומאל לחץ
קינדער און נחת

מ'טוט זיך אומקוקן
עס הייבט אן צו דריקן
צי כל ימי חייך
איז בזיעת אפיך

אבער טו נישט קרעכצן
ווייל די אלע לעכצן
איז השתוקקת הנפש
להוציאו מרפש

קריך ארויס פון זיך
די וועלט איז נישט נאר דיך
אם אין אני לי מי לי
וכשאני לעצמי מה אני

די פירער די גרויסע
דער אומר ועושה
א זעהל אזוי הייליג
פון עם גאר א חלק

אני מאמין באמונה
אז בכל פינה ופינה
מיט זיין חכמה ובינה
לאזט ער זיך אראפ צו אונזער בחינה

געשיקט דא צו וואוינען
א געצעלט בתחתונים
מיט זיינע ווערדן
צו בא-ארבעטן די ערדן

ער האט זיך געטון איילן
און אנגעגרייט מיט וואס צו היילן
פאר די נשמה טהורה
געשאנקען די תורה

אויף איין פיס צו שטיין
און אין קורצן דאס איבערגיין
א גוט ווארט צו געבן
א ברידער אויפלעבן

אלמעכטיגער פירער
לעשות לו דירה
בכל מידה ומידה
עם באדאנקן מיט לידער
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פארוואס דו ביסט דא? א גוטע קשיא, ווען דו ביסט ווען דארט וואלסטו געפרעגט פארוואס דו ביסט דארט, קענסטו שוין דא זיין פאר די זעלבע געלט...

הרב פאעיזינג
דיינע ווערק זענען אזוי אמעיזינג
איך גיי קרעיזי
פאר די גראמען פון פאעיזי

איך קען נישט אזוי גוט גראמען ווי דיר, אבער איך זע אז דו לייגסט צו נון’ס צו ווערטער וואס פעלט זיך אויס צום גראם, האב איך אויך צוגעלייגט און אראפגענומען...
פארשפארט