לאָוו ביים ערשטן בליק,
בקול רעש גדול.
אויפן פינגער א רינג, אויף אינסטגרעם א קוש,
א פּאַוערקאָפּל.
ביים צווייטן בליק,
בקול ענות חלושה.
ער גיבט א שטויס, זי גיבט א שיק,
א גרוש און א גרושה.
*
אין דער ערשטן מינוט,
א גימיק א דריי.
א ליד א היט,
אויף ספּאטיפיי'ס טאפּ היטס טאדיי.
אינעם צווייטן מינוט,
ביי ביי.
פארשיקט פון פּלעיליסט,
פליז, נעקסט היט פּליי!
*
א וויירעל קליפּ אויף טיקטאק,
פופצן מינוט פון פעים.
אין די נייעס פון טאג,
יעדער רעדט פון אים.
אריבער פופצן מינוט,
האפּ, טשיק-טשַאק.
אוועק מיטן ווינט,
פון וועם רעדט מען, פון וועם?
*
''גיב מיך זאפארט, גיב מיך פשוט'',
שטיל איך בעט,
''איים סארי, די לעבן איז אביסל מער קאמפּליצירט'',
ענטפערט ריאַליטעֶט.
רבותי, מיט רחמנות. ס'מיין ערשטע שטיקל פאעזיע אין לעבן
רִיאַליטעֶט
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
רִיאַליטעֶט
א הערליכע שטיקל מייסטער ארבעט!
עס זענען זיכער פארהאן דא, גרעסערע מבינים אויף פאעזיע, ווי מיך, אבער דאך וויל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון געבן מיין קאמפלימענט.
עס זענען זיכער פארהאן דא, גרעסערע מבינים אויף פאעזיע, ווי מיך, אבער דאך וויל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון געבן מיין קאמפלימענט.