בלאט 1 פון 1

פראודאקטיוויטי אין די געזעלשאפט

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:54 pm
דורך דערהויבענע איד
יעדער איינער קען די מעשה וואס רש''י ברענגט אויף עמלק, אז זיין עוולה איז געווען אז ער האט געוויזן בימים ההם אז מ'קען גיין קעגן די אידן, א משל צו א הייסע וואנע וואס יעדער האט מורא אריינצוגיין, קומט איינער און טאנצט אריין, נאכדעם האט שוין יעדער די קוראזש אריינצוגיין, אויף אזוי ווייט אז מ'כאפט נישט פארוואס איז מען לכתחילה נישט אריינגעטאנצען. די משל מיינט אין אנדערע ווערטער, אז דאס וואס סאסייעטי איז מחליט אז ''מ'קען'', קען עס די עווריזש מענטש טון, און וואס נישט, זעט אויס די מענטש ווי אוממעגליך, אזש ס'פאלט אים נישט ביי אז א ילוד אשה זאל אזאנס באווייזן.

די זעלבע זאך קען מען אויך זאגן אינטולעקטויאל, אז ווען מ'ערווארט פון איינעם צו ענדיגן ש''ס גייט ער עס קענען באוויזן, אבער ווען נישט, גייט אים אויסקוקן אז קיינער קען עס קיינמאל נישט ענדיגן אחוץ גדולי עולם.

כלפי מה דברים אמורים, אונז לעבן היינט אין אמעריקא ווי מ'ארבעט נאר פינף טעג א וואך, און מיט די הייטיגע טעכנעלאגיע איז מען נאך פוילער, ס'קומט אויס אז א ריזיגע פראצענט ארבעט דאס אויכעט נישט. שטעלט זיך די שאלה, ווער האט אפגעמאכט וויפיל שעה א טאג איז נארמאל צו ארבעטן? אויב מארגען גייט ווערן נארמאל צו ארבעטן זיבן טאג א וואך, 12 שעה א טאג, אפשר קען מען דעיס באווייזן?

די זעלבע זאך איז אויכעט ווען ס'קומט צו חכמה, ווער האט אפגעמאכט וואס ס'הייסט נארמאל מחונך, ווס. א דאקטער אדער א פראפעסער? אפשר קען סאסייעטי אניאגן סאך מער, און באווייזן סאך מער?

ווען ס'קומט צו אידן, האב איך אלעמאל אנגעקוקט אז די סיבה פארוואס אידן האבן צייט צו ארבעטן 9 שעה א טאג, פלאס דאווענען דריי מאל א טאג, ממש די נקודה. אבער למעשה קען מען אפילו ביי אידן פרעגן, ווער האט אפגעמאכט אז דעיס וואס רוב אידן האבן אלס סדר היום איז פראדאקטיוו? אפשר קען מען באוויזן סאך מער, אין אלע הינזיכטן, בכמות ובאיכות, אויף א אויפן אז מ'זאל עס אנקוקן ווי א דבר פשוט?

די שאלה איז סיי אין די אלגעמיינע אמעריקאנע געזעלשאפט, און סיי ביי אונזער היימישע ציבור.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 10:48 am
דורך קידוש
דאס איז זיכער אז אפילו בשעת ארבעטען 5 טעג א וואך ווערט האלב צייט פארוואסערט פון checking the notification אויפן פאון, אין סקראלען endless אין בית הכסא.

איך ארבעט מיט צענדליגע יודען און נישט-יודען, נישט נארמאל וויפעל צייט ווערט פארוואסערט,

Fabewood האט געטון א בריליאנט איידיע צו פארבאטן פאונס אין די ארבעט זאון.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 1:32 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
זאגסט דאך אליין אז ס׳איז געבויעט אויף די געזעלשאפט נארמע, סאוי וואסיז דיין שאלה צו ס׳שייך צו טון מער אויב די געזעלשאפט איז צורפידן מיט ווייניגער?
טעקניקלי קען טאקע שייך זיין צו טון מער, אבער פאקטיש אז ס׳נישטא קיין ״דרייוו״ וויזוי זאל עס געשען?

אגב; ביי מיר איז פארקערט די מעשה, כ׳קום נישט אן צו האלב וואס סאסייעטי עקספעקט פון מיר אבער איך בין צופרידן עניוועי :P

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 1:40 pm
דורך שעפטאל
א זייטיגע שאלה. אפי' דעם הנחה אז מ'דארף זיין פראדאקטיוו קומט פון סאסייעטי. ווער זאגט אז מ'מעג נישט אפ'בטל'ן א לעבען פונקט ווי א לייב, (אויב אונז זענען קאזין'ס...)

שוין כ'טריפ נאך...

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 4:13 pm
דורך דערהויבענע איד
שעפטאל האט געשריבן:א זייטיגע שאלה. אפי' דעם הנחה אז מ'דארף זיין פראדאקטיוו קומט פון סאסייעטי. ווער זאגט אז מ'מעג נישט אפ'בטל'ן א לעבען פונקט ווי א לייב, (אויב אונז זענען קאזין'ס...)

...
דאס האב איך געמיינט צו זאגן.

למשל אויב אין די מיטל אלטער יארן איז נישט איינגעפאלן פאר א מענטש אז מ'קען אזויפיל וויפיל מ'קען היינט. דאס מיינט אז קיינער ווייסט נישט וויפיל אן עווריזש מענטש גייט קענען אין 100 יאר ארום, מעגליך אזויפיל ווי א היינטיגע פראפעסער קען.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 4:14 pm
דורך דערהויבענע איד
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:

כ׳קום נישט אן צו האלב וואס סאסייעטי עקספעקט פון מיר אבער איך בין צופרידן עניוועי :P
לייק דעט.

דאס אליינ'ס, אז דו ביסט צופרידן פון דיר, איז א ריזיגער אקעמפלעשמענט אין די היינטיגע סאסייעטי, וואס נישט אסאך זענען זוכה דערצו.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 10:18 pm
דורך מי אני
אפאר געדאנקען אין דעם.

ווי איך פארשטיי קען די שאלה גיין אין צוויי ראנגן:

1). אויב איז דא אַן אבּיעקטיווע דעפינישאן פאר חכמה און/אדער ״זיין פּראדאָקטיוו״, איז דא אַן אַבּיעקטיווע פאקטישע לימיט צו וואס דער מענטש קען דערצו צוקומען ביכולתו, אדער איז די לימיט פשוט אראפגעשטעלט לפי סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם?

2). צי איז דאס עצם הגדרה פון וואס מיינט ״זיין פּראַדאָקטיוו״ אליינס, וכעין וואס הייסט ״חכמה״ בכלל, פונקט אזוי תלוי בהסכמת הכלל?

לגבי די ערשטע קען מען אפשר נוצן דעם פלין עפעקט, וואו מ׳זעהט אז IQ לעוועלס פון שפעטערע דורות זענען געווארן העכער, צו טענה׳ן אז עס איז יא דא א פאקטישע אבּיעקטיווע לימיט און דאס גייט ארויף, ולכן קען מען זיין מער פּראַדאָקטיוו. הגם דאפשר להשיב אז דאס איז טאקע מכח בעסערע עדוקעישאן וכו׳, וואס דאס איז דורך הסכמת הקהל אז מ׳עקספּעקט אז דער מענטש קען עטשיווען מער ולכן עטשיווט ער טאקע מער בחכמה וכו׳.

לגבי דאס צווייטע האט דער מוזיקאנט דזשאַן לענאַן געזאגט (עפ"י העדאניזם):
If you enjoyed the time you wasted, then it wasn't wasted time
והיינו, אז, לדוגמא, ווי דר. דזשעימס ליווינגסטאן שרייבט און טענה׳ט בעד וועלפעיר/יוּניווערסעל בּעיסיק אינקאָם, זעהט מען כהיום אז ״מער״ ארבעטן באדייט נישט דוקא זיין מער פּראַדאָקטיוו בכלל, אחוץ טאמער באטראכט מען עצם ״ארבעטן״ לשם ארבעטן אלס אַן אידעאל לשלעצמו וואס יש להשיב עליו. אין אנדערע ווערטער, הגם ער זאגט דאס נישט, וועט זיך עס בכלל ווענדן אין וויאזוי מ׳דעפינירט ״פּראַדאָקטיוו״, און אויב קען דער מענטש בעצם לעבן (בלי צער) בלייבט נאכדעם אפען וואס דאס איז די ״ריכטיגע און פּראַדאָקטיוו״ זאך/פראיעקט צו טוהן (טאמער ברענגט דאס דעם מענטש תענוג און נישט צער פאר אנדערע).

ועיין כאן וואו מ'קען טענה'ן אז "זיין פּראַדאָקטיוו" לגבי קניית חכמה קען יא זיין אבּיעקטיוו.

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 12:05 pm
דורך מי אני
דר. דעוואן פּרייס טענה׳ט אז עס איז אומריכטיג צאמצושטעלן דאס ווערד פונעם מענטש מיט ווי פּראַדאָקטיוו ער איז. ועכ״כ אז עצלות איז נישט דוקא א נעגאטיווע מדה, זייענדיג אז עס איז אלס דא דארונטער סיבות וואס ברענגען דאס, ווי דעפּרעשאן, צי אז די מלאכה איז בּאָרינג, אדער אויסגעברענטקייט וכדומה, וואס דער מענטש אטאמאטיש געבט אויס כח און ״ארבעט״ צו באקעמפן במדת מה. אין אנדערע ווערטער, עצלות קומט (בדרך כלל) צושטאנד מכח טיפערע סיבות, ווי איידער מכח א מדה אינעם מענטש גופא.

ער זאגט אז דאס׳ן אראפלייגן עצלות ווי א מדה מגונה (ועיין בספר משלי ובמסילת ישרים פ״ו) איז מכח דעם וואס סיי מ׳שטעלט צאם א מענטש׳נס ווערד מיט זיין פּראַדאָקטיוויטי, סיי דאס אז מ׳נעמט אָן אז דער מענטש קען נישט גלייבן זיינע אייגענע געפיהלן, און סיי דאס אז מ׳נעמט אָן אז עס איז אלעמאל שייך צו טוהן ״מער״ (ועיין באבות פ״ב מט״ו).

פּאָל לאפארג, דער איידעם פון קאַרל מאַרקס, האט גע׳טענה׳ט בעד דאס רעכט צו עצלות ומנוחה פון א פּאליטישן פּערספּעקטיוו, בניגוד צו דאס׳ן ארויסהייבן ארבעט ארבעט ארבעט און פּיין. ער הייבט אָן זיין בוך דערין מיט׳ן מימרא פון גאטהאלד אפרים לעסינג (דער חבר פונעם רמ״ד), ״לא׳מיר זיין פויל אין אלעם, אחוץ אין ליבע און טרינקען, און אחוץ אינעם דאס זיין פויל.״

דער פילאזאף ראלענד בּאַרטעס האט גע׳טענה׳ט אז טאמער שטעלט מען נישט אויס און מ׳איז נישט מקבל בקום ועשה מאמענטן פון עצלות אויף די אייגענע טערמינען אין א פּאזיטיוון אופן, וועט זיך עס עווענטועל ממילא ארויפצווינגען אויפ׳ן מענטש בע״כ אין א בּאָרינג נעגאטיוון אופן, וואס וועט אים דערנאך מאכן פיהלן שלעכט. (ועיין באורחות צדיקים שער טז נגד זה.)

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 4:16 pm
דורך מי אני
דר. דוד גראובּער האט גע'טענה'ט אז איבער האלב דזשאַבּס וואס זענען פארהאן כהיום, זענען בעצם ווערדלאז און נישט באמת פּראַדאָקטיוו. ובעיקר זענען דא 5 סארטן ארבעט וועלכע זענען באמת גארנישט ווערט:
Bullshit Jobs.jpg
און דאס ברענגט פסיכאלאגישע פראבלעמען פאר די וועלכע זענען אין די סעקטארס, זייענדיג אז מ'האט דאך מקשר געווען דאס ארבעטן מיט די זעלבסטווערד פון א מענטש, און זיי דארפן זיך אליינס איבערצייגן אז וואס זיי טוהן איז וויכטיג.