אונגארישער היסטאריע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

אונגארישער היסטאריע

שליחה דורך לייביששרייבער »

אונגארן הקדמה.

די טויזענט יעריגער אידישע היסטאריע איז ווייניג באקאנט פאר אידישע ליינער ווייל עס איז נישטא קיין סאך באשרייבונגען מיט דעליטירטע דיטעילס, די איינציגע ביכער וואס עס יא גערשריבען ביי די היסטארישע פאכלייט זענען געשריבען געווארן אין די אונגערישע שפראך וואס איז פאר אידישע ליינער נישט אזוי באקאנט, און ווי אויך האבן די פאכלייט געשריבען זייערע ביכער פאר די גויעאישע און אידישע ליינער גלייך, דערפאר איז די אידישע היסטאריע אין זייערע ווערק בכלל נישט ספעציעל ציטירט.

פון די דאזיגע היסטארישע דענקער פאכלייט זענען פון זיי ווייט באקאנט מיט זייערע אונגערישע גשריבענע ווערק, קאהן, ביכלער, און ווענעציאנער.

די דריי שרייבער, אונגארישע אידן פרובירן צו ווייזן פאר דאס אונגארישער פאלק אז מיר אידן זיצן שוין אין אונגארען אריבער 1000 יאר, נאך אסאך בעפאר די אונגארישע אלגעמיינער פאלק איז געקומען אהין אסאך שפעטער. דער באשרייבונג האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזאלטאטן פאר צוויי סיבות. איינס זיך גרויסען מיטן אידענטום אז מיר זענען גאר די גרינדער פונעם לאנד און ארויס העלפער צו בויען דאס אונגערישער באדן. און אויך איז עס געשריבען מיט גאר שטארק חניפה און אינטערטענקייט צו די מאדיארן וואס האבן פארפיגט אויף אונגארען אין די יארן וואס די ביכער זענען געווארן געשריבען.

יקתוא-ל יודא גרינוואלד, א שריפט שטעלער פון אונגארישע היסטאריע האט שוין געשריבען אין יאר תש"ד 1945 אריבער 18 ביכער אויף אונגארן אין אויך דער העברעאישער שפראך, און איצט, איז דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס דער אונגארישער היסטאריע ווערט אריבער געטייטשט אויף די אידישע שפראך כלשון הבני אדם מדברים היום.

יקתוא-ל יודא גרינוואלד איז אן איינערקענטער שריפט שטעלער מיט צענדליגער תעודת פאר זיין פארשארבייט און ליטעראטור. אין מדינת ישראל איז זיין ווערק געווארן אויס געלויבט אין יאר תש"ד אין אינעם בלאט "במישור" אבער בעפאר אין יאר תרפ"ד האט ער באקומען אין אייראפא אסאך תעודות פון היסטאריע אינסטאטוטן פון איבער גאנץ אייראפא ווי עס איז דעמאלס אןיסגעלויבט געווארן אין די אידישע פאפיר "העולם" און געדריקט דאן אלע זיינע תעודות.

איצטערט אין יאר תש"ד 1945 נאך וואס די אייראפעישער אידענטום האט פארלארן אריבער 6 מיליאן נפשות קדושות אנישם נשים וטף, דערפון א מיליאן זענען געווען 1 מלילאן אונגארישע אידן וואס זענען נעקד געווארן על מוקדה אין א צירקע פון בלויז 9 חדשים שטייט דאס גאנצע אידישער וועלט און באוויינט אט די 6 מיליאן קדושים וואס זענען רח"ל אומ-געברענגט געווארן מיט אלע ארבעה מיתות בי"ד ווערן מיר דערנענטערט צו אט די אידן.

עס בויערט און לעכערט אין קאפ די ברענעדיגע שאלות ווי-אזוי האט דאס פאסירט, זענען די אונגארישע גוים געוועזען אריין געמישט אין אט די דאזיגע רציחות מיט די דייטשע חיות ימש"ו, האט דאס אונגארישער גאווערמענט צו געלאזט די רציחות אדער גאר מיט געאארבעט מיט א פריינטליכע חברותא'שאפט מיטן דייטש צו אומ-ברענגן, און צו העלפן ענטפערן די אידן פראגע וואס האבן געדריקט די נאציאליסטישע פארטיי אין דייטש-לאנד. וויפיהל אידן זענען פארבליבען אין אונגארן אלץ שארית הפלטה, ווי-אזוי איז געקומען אז די מדינת אונגארן זאלן לאזן פארניכטען אט טאקע די פאלק וואס האט האט מיט זייער בלוט און שווייס געהארלפן אונגארן זיך אנטוויקלען דורך-אויס די לעצטע טויזענט יאר?

נאכן אריין טראכטן אין די מחשבה'ס האב איך מחליט געוועזען צו אפיר נעמען אלטע פארוועלקטע ארכיוון און אלטע צייטונגען און פרובירן צו עטוואס ענטפערן די אט פריערדיגע פראגעס מיט די היסטאריע ארונטער די דאזיגע געוואלדטאטן מיט וואס די אונגארוישע רוצחים צוזאמען מיט די עמלקים דער דייטש האבן זיך צוזאם גענומען און אונטער ברענגען דעם עם ישראל.

יקתוא-ל יודא גרינוואלד ווי פריער דערמאנט מיט זיין געוואלדיגער טאלאנט, האט שוין פון א גאר אינגער עלטער פון 13 שוין זיך אנ-געזאמעלט א געוואלד מיט היסטארישע ווערק, געגאנגען באזוכען ביביאלטעקן צו פארשן און שטודירן זיין לאנדס היסטאריע. מיט די אלע ווערק האט אס גלותער מיט געמאכט, אבער כסדר געוואכט אויף דעם אוצר און עס מיט געשפלעפט מיט זיך די אלע גלותער, מיט די ארכיוון אין די האנט איז ער אנטלאפן פון די רוסן און שםעטער פון די רומעינער ביזן אנקום קיין סטעטן איילענד פארט. פון דעם אוצר וועט מען בעז"ה קענען ערפילן א שיינער סכום פון די אינפארמאציע וואס ער האט זיך מיט זיך מיטגעבערנגט.

פיר יאר האט יקתואל יודא גרינוואלד געדינט אין דער אונגארישער מיליטער, געגעסען און געשלאפן מיט זיינע קאלעגען די גויאישע זעלנער פון זיין געווארדיע, מיט אים מלחמה געפירט זיי געראטעוועט מער וויי איין מאל ביי אנגעשטרענגטע שווערע שלאכטן. איך האב געשריבען פאר זיי זייערע בריווען, און געלעזט פאר זיי זייערע בריווער. דאן מיט זיי געזעצען אין די פארלימענט פארן זיין א סינאגרעפער און נאטירן די מיטונגען און די רעזעלוציעס פון די מיטינגס. דער אונגארישער רעוועלוציע צוזאמען מיט זיי אדורך געמאכט, און צום לעצט געלעבט צוויי יאר אונעם לאד ווען טעראר און בלוט זענען געוועיזען דעם טאג טעגליכער לעבן אינעם לאנד וואס ער האט מיט זעהל פארטיידיגט אין די צייט וואס אידיש בלוט איז געווארן הפקר אין אונגארן די פינצטערע צייט איז ער אויך אדורך מיט די זעלביגע גוים וואס ער איז די פריעדיגע זאכין אדורך אבער דא אנטשאט צו זיין מיט עים זענען זיי געוועזען אנטקעגען עים. די צוויי כוליגאנעס היאש און פראנאי האבן זיך ציוטשעט און טערארעזירט אין בודא-פעסט און ווי אויך אין אנדערע שטעט אין אוגארן.

יקתואל יודא האט זייער געגלויבט ביז ווען דער אמת האט געפראסקעט אין פנים אז די אונגארישע גוים און די גאווערמענט וועט באשיצן אירע אידישע בירגער, אפגערעדט ווען אונגארן איז נאך געווען די דעה זאגער אין זייער אייגען לאנד פאר דער דייטש האט איבער גענומען דעם ווירטשאפט אין די אונגארישע גובענעטאריע. אפי' דאן האבן זיי נישט געגעבען קיין ביסעל שוץ פאר די אידישע בירגער און נאך מער זיי האבן אפי' געשטיצט די ווילדע אונגארישע אנטיסמיטן זיי פילעווען אין די אידישע געגענטער אנטעקעגן די אידן. אן קיין שום סיבה זענען די אידן אויס געשטאנען די צרות דייקא פון די אונגארישע רוצחים מיט וועמען מיר די אידן האבן זיך געשלאגען פאר אונגערן מיט זיי זייט ביי זייט צו פארטיידגען די אונגארישע מדינה מיט אונזער בלוט און פלייש.

יקתוא-ל יודא שרייבט אין די הקדמה פון זיין בוך זאלן אונזערע קינדער פן די שפעטערדיגע דור וויסען און איר זאלט דאס פאר די קינדער איבער געבן אז דער אונגארישער וואלק האט פאראכטעטע די אידישע בירגער פונקט ווי די נאצי'ס ימ"ש די אונגארישער פאלק האבן באפאלן און דערמארדערט אונזערע אידישע ברידער און שוועסטער פונקט אדער נאך ערגער ווי די נאציס אליינס, א פערזענליכע פאראכטונג על לא דבר האבן זיי געהאט צו די אידישע בירגער ביז ממש להרגם ולאבדם אומגעברענגט קינד און קייט אן קיין שום רחמנות.

זאל דער וועלט וויסען אז די אידן וואס האבן אויפ-געבויעט די מאטריאלער און גייסטיגער קולטור אין אונגארן זענען פארמשפט געווארן זיי די אונגארישע גובערנעטאריע צו זיין ווי די אונדן אין וואלד הפקר לכל פאר א יעדעס בלוט דורשטיגע חיה וואס האט געזוכט אויס צו געבען זיין תאוות רציחה האט זיך אויף א איד געקענט פילעווען אן קיין שום שרעק אז איינער וועט אפי' מאנען זיין בלוט.

אין יאר 1935 תרצ"ה האט אין די שטאט דעברעצין די אונגארישער גוי אנגעפירט מיט ווילדע אנטעסמיטיסע פראפאגאנדע מאשין אנטקעגען די אידן. פון דארט האבן זיי פארשפרייט די אנטעסמיטיזעם איבער גאנץ אונגארן. זיי האבן צוגעקוקט ווי דער פארפלוכטער סאדיסט מאיאר פראנץ סאלאשי (די שפערטעדיגע פריימיער אין אונגארן) פרעידיגט "מארד צו די אידען" קיינער האט אים נישט געשטערט נאר אדרבה ער האט באקומען שטיצע פון רוב מנין און רוב בנין פון די פארלימענט צו זיינע ווילדע אנטיסמיטישע אנטשאוינגען.

איינמאל ער איז שוין יא ארעסטירט געווארן וועגען די דריק וואס דער מינאריטעט גרופע האבן פארפירט אז ער אוועטורט וויילענס האבן זיי עים נאר געהאלטן אין זיין ארעסט פאר ווייניגער ווי איין טאג.

אין דעם 20'סטען אין סעפטעמבער פון יאר 1943 תש"ג בערך 9 חדשים פאר דער דייטש האט אינוואדירט אונגארן,איז דער שוהל אין דעם שטאט פעשט סענט לערינץ אום שבת באפאלן געווארן פון די כיליגאנעס, אריבער 100 מתפללים זענען דאן געווען אין שוהל אינמיטען די תפיךה'ס ווען דער שוהל האט אנגעהויבען פלאקערן א ווילדער פייער האט אויס געבראכן אין שוהל מיט אלע מתפללים דערינען. עס איז אבער געקומען צו א שווערער קאמף צווישען די מתפללים און די כוליגאנעס וואס האבן דאס געטוהן. עס זענען געווען פארוואונדעטע פון ביידע זייטן. 16 אידען זענען זייער שווער פארוואנדעט געווארן אין די אטאקע, און 9 אונגארישע גוים זענען אויך גאר שווער פארוואונדעט געווארן אין די שלאכטן.

דער שוהל מיט אירע מתפללים זענען טאקע דאן געראטעוועט געווארן פון אומקומם, אבער די פאברעכער זענען ארויס פריי אן קיין שום שטראף מטעם דער ריגירונג.

און ווי אויך דעם 24'טער אין מאי תש"ד 1944 האט דער איטא (דער אידישער טעלעגראף אגעטור) געבראכט די פאלגענדע נייעס פון דער שווייץ. עס האט געלויטעט אז לאסלא ענדרע, דער אונגארישער קאמיסיאר פאר אידישע אנגעלעגענהייטן, אז 34 געטאז זענען געפענט געווארן פאר די אידן פון אונגארן (מייסטענעס זענען די געטאס געוווען פלאצירט אין די שטעט וואס אונגארן האט צוריק באקומען פון סלאוואקיי און ראמעיניא. די שטעט וואס די לעמטע 25 יאר האבן די אידען געהאפט אז די שטעיט וועלן נאך אמאל צוריק געהערן פאר אונגארן) אין די שטעיט קאשוי, איהעל, אונגוואר, סעליש, בערגסאזס, נירדעהאז, טעיטש, חוסט, שומלוי, סלאטפינא, סיגעט, נאדי-באניא, סאקמיר (סאטמאר) סאלקא, קליינווארדיין, טשיקשומלוי, דיארדז סענט מיקלאש, מונקאטש, סעפשיסטנדיארז, טשיסקע-רערא, ביסטריץ, דעש, סאמאשאויוואר, גרויסווארדיין, קלויזענבורג, נאדי-סאלאטנא, דיולע, מאקעווע, סעגעד, סאבאדקא, סאבאטיש, שפעטער זענען שוין איינגעפירט געווארן די געטאס אין אלע גרעסערע שטעיט אויכעט.

זאל דער וועלט וויסען אז אוננגארן האט אויסגעמארדעט גאר אסאך אידען נאך בעפאר די דייטשען האבן אפי' געהאט א פלאן צו אינוואדירן אונגארן און מערץ תש"ד 1944 טויזענטער אידן פון מונקאטש, חוסט, סעיליש, אונגוואר, און פון אנדערע שטעיט און זיי באגראבן אין די שטאט אוזשאק יי זענען שפעטער אנטדעקט געווארן דורך די רוסן אין יאנאווער 1945 תש"ה נאך וואס דער דייטש האט פארלוירן דעם קריג דארט צו די רוסן.

דער אונגארישער איז גארנישט געווען אינטערשטעלינג פונען דייטש, קליינע קינדער אין די הענט פון זייערע מאמעס זענען אויסגעהארגעט געווארן אין טראנסילוואניע און די איבעריגע פארשלעפט (קיינער וויסט נישט ווי, פון די פארשלעפונג איז קיינער נישט צוריק געקומען וואס קען מעיד זיין אויף וואס איז דארט פארגעקומען - דאס איז נאך געווען בעפאר דער דייטש האט פארפיגט אויף אונגארן)

און די שטאט טראנסילוואניע האבן געוואינט אן ערך פון 175 טויזענט אידן ווען די רוסן האבן זיך אריינגעריסען דארט איז געווען ווייניגער ווי 6 טויזענט דארטן, קיין איין ינד אדער פרוי איז נישט געווען צו געפונען אלע זענען אומגעברענגט געווארן פון די אונגארישע רוצחים וואס האבן קאלאברירט מיט די נאציס אן זיי אפי' טרעפן די 6 טויזענעט וואס זענען יא געראטעוועט געווארן זענען געווען די וואס האבן זיך אויסבאהאלטן אין די וועלדער ארום אדער האבן זיך געראטעוועט מיט פארלשע דאקומענטן זיך אריבער כאפענדיג די גרעניצען פון יענע שטעיט צו די לענדער ארום.
אין דער 8'טער אין מאי תש"ד האבן די אונגארישער מיליטער גענומען אלע פרויען און מיידלעך פון 17-30 צו פיזישע צוואנגס ארבעט אין די געגענטער ווי זיי וואוינען און אסאך פון זיי זענען פארשיט געווארן קיין דייטשלאנד וואו די מערהייט זענען מער קיינמאל נישט געזעהן געווארן נאכאמאל.

עס איז נאך דא צענדליגער דעטעלירטע דאקומענטן פון הריגות און רציחות וואס די אונגארישער מיליטער האט אנגעפירט אנטקעגען די אידן אן די גוטהייסונג פונעם דייטש. דער דייטש איז שוין געווען דאן פארנומען צו אנטלויפן פון די אליערטע ארמייען וואס האבן זיי געטריבען און זענען געווען צו פארנומען זיך אפצוגעבען מיט די אידן פראגע, האבן די אונגארשיע גוים איבער גענומען דעם דזשאב פונעם דייטש צו מאכן זיכער אז וואס מער אידן ווערן אפגעשיגט מיט טראנספארטן צו די ךאגערן וואס האבן נאך פינקצויאנירט יענע יאר ווי בערקאנוי.

דער ערשטער טראנספאטר פון די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען קיין בירקענאוי דעם 10'טען אין מאי תש"ד 1944 און פון דאן איז א יעדען איינציגער טאג אנגעקומען אן ערך פון 14-15 טויזענט אידן טעגליך וואס ווייניגער פון 10 % זענען בכלל אנגעקומען אין קעמף אריין די ריביריגע 90% זענען גלייך ארויף אויפן שייטער הויפן די גאז קאמערן פון די לאגערן. מען האט ניאמאל געהאט צייט צו אויס ליידיגען די גופים און מען האט שוין אריינגעשטופט נאך א טראנספאטר, זיי האבן זוין אפי' נישט פראבירט צו ניצען דעם אזוי געריפענע איינרעדענישט אז מען גייט זיך ארום וואשען זיי האבן גלייך געזעהן וואס עס גייט מיט זיי פאסירן.

דעפ 19'טען אין יולי תש"ד 1944 האבן פיגערירט אין די צייטונגען רעקלאמעס אז די דעפארטאציעס פון די אידן ווערן אפגעשטעלט און דער רויטער קרייץ וועט אריין קומען העלפן די רעפיודזשיס ווערן אוועקיואירט קיין א"י פאר די וואס האבן וויזעס ארויף צו גיין קיין פאלעסטינא.

די בארואיגונג האט אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן, ווי נאך דעם זעלבען טאג פון די רעקלאמע האט דער סעקרעטאר האך פון וואשינגטאן דערקלערט אז די מיליאן אידן פון אונגארן אין די די אומגעגענטער זענען אין א סכנה צו ווערן דערמארדעדט, און די וואס וועלן האבן אין דעם א חלק וועלן שטרענג באשטראפט ווערן. האבן מיר פון דעם געזעהן אז די גאנצע רעקלאמע איז אן אויפגעבלאזענער ידעה פון די ציוניסטישע פאראיין צו מאכן א ווינט צווישען די אידן צו רעוואלטירן אבער דאס האט בכלל נישט געארבעט די גוים זענען געווען שטערקער פון די אפגעשוואכטע אויגעהינגערטע אידעלעך וואס זענען שוין אדורך געגאנגען ביז דאן דאס טוי צעהן מאל די אידען זענען געווען דערשלאגן ביזן מארך אז קיין גליד האבן זיי נישט געקענט רירן, ווער רעדט נאך פון א רעוואלט.

די רעדע פונעם אמעריקאנעם סעקריטערי האל האט געהאלפן א רעטעך אפי' די שטארקע ווערטער וואס זענען געניצט געווארן דערינען. די אויסצאגען פון די רעדע איז ווי פאלגענד.

"פארטרויענטסע באריכטן פון אונגארן באשטעטיגען די שרעקליכע נייעס אז די נאציס און זייערע אונגארישע קוויזלינגס מארדן אויס די אידן מאסנ-ווייז. די צאל קרבנות פון אט די טייווילונישע פארברעכענס איז זייער גרויס. די גאנצע אידישע געמיינדע אין אונגארן וואס האט געציילט צו קרוב צו א מיליאן נפשות איז אין געפאר פון אויסראטונג די שוידער און די אויפרעגונג פונעם אמעריקאנעם פאלק איבער די דאזיגע קאלטבלוטיגע מערדערייען זיינען אויסגעדריקט געווארן דורכן פרעזידענט, דעם קאנגרעס און הודערטער פריוואטע ארגאנאזאציעס איבערן גאנצער לאנד.

דורכדעם וואס די איצטיגע אונגארישע רעגירונג האט פארלעצט די מענטשליכע רעכטן און דורכדעם וואס זי האט אנגענומען די ערגסטע פונקטן פון דעם נאצישען ראסן-פאליטיק, האט זי זיך אליינס פארמשפט אין די אויגען פון דער געשיכטע. עס איז אפשר נומלאז צו אפעלירן צו דער מענטשליכקייט פון די, וואס באגייען אזעלעכע געוואלדטאטן. זאלן זיי אבער וויסען, אז זיי קענען זיך נישט ארויס דרייען פון דער שראף וואס וועט זיי צוגעטיילט ווערן ווען די מאכט פון די רשעים וואס קאנטראלירן איצט און אונגארן וועט געבראכען ווערן
"

המשך יבוא אי"ה
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר