סענזאציע: ר' חיים לייב כ"ץ טרעפט זיך מיט ר' מיכל שטיינמעץ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8938 מאל

סענזאציע: ר' חיים לייב כ"ץ טרעפט זיך מיט ר' מיכל שטיינמעץ

שליחה דורך שמן למאור »

דעם שבת האב איך אזוי דורכגעבלעטערט דעם היימישן בילדער אויסגאבע 'א בליק', און מיינע אויגן זענען געפאלן אויף גאר אן אינטערסאנטע אומפארשטענלדיכע בילד.

איך בין אנגעקומען צו די סעקשאן פון די יארצייט סעודה וואס האדמו"ר מצאנז מקלויזנבורג האט אפגעראכטן לכבוד זיין טאטן דער בעל שפע חיים זי"ע, און כ'בין געבליבן געפלעפט... הרב חיים לייב כ"ץ אבד"ק סערדעהעלי, איז געזעצן דארטן ביים טיש הארט נעבן הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא!!!
Screenshot_20230709-042213_Chrome.jpg
Screenshot_20230709-042213_Chrome.jpg (50.75 KiB) געזען געווארן 2097 מאל
ממש אומפארשטענדליך! האר אויפשטעלנד! א סענזאציע! נייעס פונעם יאר הונדערט! די צוויי רבנים האבן זיך געטראפן און געזעצן איינס נעבן דעם אנדערן!!!

מיין גרעסטע תמיה איז, אז קיינער האט נישט גערעדט דערפון, ס'איז נישט ארומגעפארן אויף אלע טעלעגראם קאנאלן, ס'איז נישט געווען די הויפט נייעס פון וואך אויף אלע היימישע טוויטער פלאטפארמעס... גארנישט... שא שטיל כאילו לא היה... ווען נישט איך מאך דא עפעס גרידער דערוועגן וואלט ווארשיינליך קיינער נישט געוואוסט דערפון! וואס איז פשט???

וועט איר מיר פרעגן, וואס דרייסטו א קאפ??? וואס איז די גרויסע נייעס אז צוויי רבנים טרעפן זיך? איין חשובע דיין מעג דען נישט זיצן נעבן אן אנדערע חשובע דיין? ביסט אפשר אביסל גערירט געווארן? וואס דרייסטו דא איבער?

וועל איך ענק מסביר זיין. ווי באוואוסט איז דא א חשובע ארגעניזאציע וואס ריפט זיך בוני עולם, וואס העלפט ארויס היימישע פארפעלקער וואס מוטשענען זיך מיט האבן קינדער רח"ל. איינע פון די הויפט רבנים און שטיצערס פון די ארגאניזאציע איז הרה"ג ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א, וואס איז שוין יארן פון די גרעסטע שטיצערס און רבנים אויפן וועד פון בוני עולם.

ווידעראום הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, איז ווי באקאנט גאר שארף אויסגעשפראכן קעגן דעם ארגאניזאציע. ער האט שוין מיט איבער צען יאר צוריק געלאזט הערן זיין מיינונג אין א געפאקטע שול, און די ריקארדינגס זענען דאן ארומגעפארן איבעראל. נישט נאר האלט ער אז די גאנצע ארגאניזאציע איז קעגן הלכה, נאר ער איז אפילו געגאנגען אזוי ווייט און געזאגט אז על פי תורה טאר מען זיי נישט שטיצן מיט קיין געלט!

נו, האבן מיר דא א מאסיווע מחלוקת צווישן הרב שטיינמעץ מיט הרב כ"ץ ממש מקצה אל הקצה. דער האלט אז ס'איז א הייליגע ארגאניזאציע וואס איז א מצוה צו שטיצן, און דער אנדערער האלט אז ס'איז גאר א הארבע עבירה, טא וויאזוי קען מען זיי זעצן איינער נעבן ס'אנדערע? און אז זיי זיצן שוין יא זייט ביי זייט, פארוואס איז עס בכלל נישט קיין חידוש? פארוואס איז עס נישט ברעכעדיגע נייעס?

וועט איר אלע שרייען, וואס הייסט? וואס איז די גרויסע נייעס? ממילא אז צוויי מענטשן קריגן זיך איבער געלט, כבוד, פראפערטיס, תאוות השררה, וכדומה, ס'איז א פערזענליכע געראנגל און מען מיינט עס נישט לשם שמים, דאן איז פארשטענדליך אז זיי זאלן זיך נישט וועלן טרעפן, ווייל מען קען נישט פערזענליך ליידן דעם אנדערן, ס'איז דא א פערזענליכע שנאה אויפן אנדערן. אבער דא איז דאך עס א מחלוקת לשם שמים! ס'האט גארנישט מיט קיין פערזענליכע אנגעלעגנהייטן... דער האלט אז גאט וויל עס יא, און דער אנדערע האלט אז גאט וויל עס נישט... נו, אויב אזוי, ווען עס קומט זיך צו טרעפן אדער זיצן איינער נעבן דאס אנדערע איז עס א פארשטענדליכע זאך אז דאס איז נישט קיין שטער. ביידע צילן דאך איין זאך, כבוד שמים, און דעריבער איז נישטא קיין סיבה אז דאס זאל בכלל זיין א נייעס...

יא יא... איך וואלט אויך אזוי געזאגט... כ'וועל ענק זאגן דעם אמת, מיר לייגט זיך אויך דעם הסבר שטארק אויפן שכל. אז ס'איז דא א מחלוקת לשם שמים איז דאך נישטא קיין סיבה צו האבן סיי וועלכע פערזענליכע האס. ניטאמאל דארף איינפאלן פאר די גבאים פון די צוויי רבנים אז מען זאל קאארדינירן אז זיי זאלן קומען אנדערע צייטן, מען האט א מחלוקת לשם שמים און דאס דארף בכלל נישט אפעקטירן דעם טאג טעגליכן סדר היום... יא יא, איך וואלט אויך אזוי געזאגט... וואס ווערט אבער גאר שווער איז, אז ביי אנדערע צדיקי הדור זעט מען אן אנדערע סארט הנהגה.

מיר אלע ווייסן אז צווישן די צוויי הייליגע ברודער מהר"א מסאטמאר און מהרז"ל מסאטמאר איז נאכן פטירה פונעם טאטן אויסגעבראכן א שטיקל מחלוקת. יעצט כ'ווייס אז עס וועלן זיין אפאר אויפגעקלערטע חכמים וואס וועלן פראבירן צו טענה'ן אז דאס איז א פלעינע געראנגל פאר שררה, געלט, בנינים וכדומה. אבער מיר ערליכע אידן ווייסן דאך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין צדיקים, מיר פארשטייען נישט זייערע הייליגע וועגן און זיכער איז עס אלעס העכערע זאכן. ס'איז קלאר אז די צוויי הייליגע ברודער (וואס טייל ציען א פאראלעל צו די צוויי הייליגע ברודער ר' אלימלך און ר' זושא) האבן נאר א מחלוקה וואס איז ריין לשם שמים און ס'נישטא קיין שום שמץ פון אייגענע נגיעות אריינגעמישט אין דעם מחלוקה...

נו אויב אזוי פארוואס טרעפן זיי זיך קיינמאל נישט? דער אמת איז אז ממש געציילטע מאל האט זיך יא געמאכט אז זיי האבן זיך געטראפן אדער געזעצן איינער נעבן דאס אנדערע, און ס'האט טאקע אנגעמאכט א סענזאציע... עס ליגט מיר אין זכרון ווי לעצטנס איז א גרויסער פילאנטראפ געווען גרייט צו באצאלן א הון תועפות פון שווערע מיליאנען אז די צוויי זאלן זיך טרעפן...

ווען די צוויי דארפן זיין ביים זעלבן שמחה, צאמקום, וכדומה, פראבירט מען אויף אלע אופנים צו פארמיידן אז זיי זאלן זיך טרעפן, די גבאים קאארדינירן צווישן זיך, מען מאכט אפ זמנים, און אויב מאכט זיך יא חלילה אז זיי טרעפן זיך צוזאמען אויף איין פלאץ, מאכט מען זיכער שטארק מקפיד צו זיין אז זיי זאלן נישט זיצן איינער נעבן דאס אנדערע. וואס מיר זעען פון דא איז, אז אפילו ביי א מחלוקת וואס איז ריין לשם שמים דאך איז דא אן ענין ביי די צדיקים זיך נישט צו טרעפן.

די זעלבע סארט הייליגע מנהג טרעפן מיר ביי נאך גאר גרויסע צדיקי דורינו, א שטייגער ווי ביי די צוויי אדמורי"ם מבאבוב. שוין פאר לאנגע יארן וואס די צוויי זענען רבי, און דאכצעך אז קיין איינמאל האבן זיי זיך נישט געטראפן! שמעתי פעם אז הרה"ג הצדיק הקדוש ר' בנציון מבאבוב שליט"א, טרעט אפילו נישט אריבער די גאס וואס איז דא דערויף די באבוב-45 ביהמ"ד. דא האבן מיר ווידער א משל פון א הייליגע מחלוקת לשם שמים (וואס מיר פשוטע מענטשן האבן נישט קיין השגה דערינען) צווישן צוויי גדולי הדור, און האבן ווייטער דעם מנהג פון זיך נישט טרעפן.

מען קען גיין ווייטער און ווייטער, און ברענגען נאך און נאך משלים ווי מען טרעפט אז צדיקי דורינו טרעפן זיך נישט מיט זייער בר פלוגתא אפילו -ווי מיר אלע ווייסן, איז אלע מחלוקת'ן פון צדיקים ריין לשם שמים.

אבער די עיקר איז מיר א תמיה אז טאקע אין קלויזנבורג ווי די צוויי האבן זיך געטראפן, איז דאך אויך דער מנהג זיך נישט צו טרעפן מיטן בר פלוגתא. פאר יארן האבן זיך די צוויי ברודערס האדמו"ר מצאנז א"י און האדמו"ר מצאנז ארה"ב זיך נישט געטראפן נאכ'ן האבן א מחלוקת לשם שמים. ווען זיי האבן זיך יא געטראפן ביי זייער מאמע'ס בעט אין שפיטאל הארט איידער איר פטירה איז עס טאקע געווען א הויפט נייעס און בילדער זענען דאן ארומגעפארן איבעראל. נו אויב אזוי, אז די מנהג איז זיך נישט צו טרעפן סתם אזוי אין קלויזנבורג, מען פראבירט דאס צו פארמיידן פאר יעדע קאסט, דאן וויאזוי האבן זיי געזעצט די צוויי רבנים איינער נעבן דאס אנדערע?

היוצא לנו מכל זה, מיר טרעפן אז ביי אנדערע הייליגע צדיקים איז יא דא שטארק דעם ענין זיך נישט צו טרעפן מיטן בר פלוגתא הגם ס'איז א מחלוקת לשם שמים. יעצט הגם איך האב נישט קיין השגה אין דעם טעם דערפון, אז ס'איז לשם שמים וואלטן זיי זיך יא געמעגט טרעפן, אבער דאך זעען מיר אז ס'איז דא אזא הנהגה, און מיר פשוטע מענטשן האבן נישט קיין השגה אין דעם הייליגן מנהג.

אויב אזוי ווערט שווער, פארוואס ביי די צוויי רבנים הרב חיים לייב כ"ץ און הרב מיכל שטיינמעץ טרעפן מיר נישט די סארט הנהגה, הגם זיי האבן גאר א שטארקע מיינונגס פארשידנהייט אין הלכה? און נאכמער... קיינער האט אפילו נישט באמערקט אז ס'איז עפעס געשען דא???
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20230709-043120_Chrome.jpg
Screenshot_20230709-043120_Chrome.jpg (72.27 KiB) געזען געווארן 2097 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר