רעדנערס - וועלכע סארט דרשה הערט זיך און דערהערט זיך?

מחשבה, השקפה ועיון
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

רעדנערס - וועלכע סארט דרשה הערט זיך און דערהערט זיך?

שליחה דורך לייביששרייבער »

מיר חסידישע אידן וואס באלאנגען צו קהלות קדושות בישראל ווערן כסדר פאררופן צו פארשידענע וויכטיגע אסיפות, אמאל איז א חינוך דרשה און אמאל איז עס גאר א קרן הבנין דרשה, די מוסדות הקדושים וואקסן ווי אויף הייבן און מען מוז בויען, און א יעדע מעמבער דארף זיך מחייב זיין אריינצוברענגען צו די מוסדות קרן הבנין, און צומאל איז געשעהן א טראגעדיע אין די קהלה, און צומאל סתם א גענעראל פארזאמלונג (כמנהג סאטמאר, סאטמאר) אויך מאכט זיך אין די שלשים פון די רבי זי"ע הכ"מ האט איבערגעלאזט צוויי קינדער און ביידע קינדער האבן נאכפאלגער און עס ווערט א געשלעג צווישן די חסידים וועלכע קינד זאל איבערנעמען דעם שרביט הזהב, ווייטער א דרשה. כהנה וכהנה, הזמן יוכלו ומצב הדרשות לא יוכלו.

אירגון שיעורי תורה, קרבתנו, און וואס נישט - געפינען זיך צוויי סארט רעדנער. א יעדע קהילה, געוואנדן אינעם דרשה, וועט אימפארטירן א פרעמדן נישט פון די בני הקהלה מזמן לזמן, דא מאכט זיך א חבורה האט געענדיגט א מסכת און מען וויל אויפברענגען איינעם אינטערסאנט, א גוטער רעדנער אן אנגענעמער, וועט מען אפירקראצן א רעדנער וואס איז באקאנט מיט זיינע אומפארטייאישע אנשויאונגען, אדער גייט ער נישט צו בחירות, אדער פאלגט ער די דין תורה און רופט נישט די אנדערע קהלה ביים נאמען וואס בי"ד לאזט נישט וכדו', אזא רעדנער וואס מען האט נישט אמאל געהאט צו טוהן מיט אים און פארשטייט זיך א נישט קריגערישע מענטש, אפי' ער איז נישט 100% איינשטימיג אינעם גאנג פון די קהלה אבער פארט איז ער אן אויסגערופענער רעדנער וואס וועט מאכן די מסיבה פאר א שטארקע סוקסעס.

וואס טוהט מען? מען וועט צאלן פארן רעדנער 10 אלפים מיט א טיקעט צו קומען צו פליען צו די קהלה וואס וויל איצטערט מאכן עפעס פאפיולעריטי, און מ'וועט צוזאם רופן אלע פאטאגראפירער פון כל העולם דער בליק די צייטונג וכו', שא"א לפרטם כי רבים הם וכל אחד הטוב בשמו יבורך, און די בליצערס פון די בילדער כאפער מאשינען וועלן בליצן אן אויפהער, און דאן וועט עס פיגורירן אין אלע די בלעטער ווי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בתוך שיח שרפי קודש, און גע'כשר'ט דעם פיסל. אזוי ב"ה הערט כלל ישראל גאר גוטע דרשות פון אלע סארט מגידים און אלע מיני מוסר שמועסן, אפגעזעהן צו וועלעכע קהלה דער שומע געהערט.

אבער ווער איז דער רעדנער וואס רעדט גוט און ווער איז דער רעדנער וואס רעדט נישט גוט און עס איז א שאד אריבערצוברענגען אפי' זיין כי הרבית (דאס איז א געוועזענער באקאנטער ניגון וואס האט אזש געקנאקט איבעראל בכל עת וזמן ווען עס איז ארויסגעקומען, ווי אויך איז דער ניגון זייער שנעל נעלם געווארן און דאן איז אונטער דעם גלייך געקומען א צווייטער ניגון. אזוי קומען און גייען רעדנערס) סיזען גייט איצטערט אן.

אבער אמת לאמיתו ווער איז דער גוטער רעדנער און ווער נישט?

איז אזוי. עס איז דא צוויי סארט בעלי דרשנים איינער וועט כסדר סארקאסטיש אוועקמאכן און מוסר'ן דעם ציבור אויף די שלעכטע התנהגות'ער, וואס מיר האבן אויסצוגען פון א דרשה פון א באקאנטער בעל דרשן וואס איז א שטיק צייט געווען אדער גאר איז נאך אלץ א כי הרבית ניגון, שניידט פון כלל ישראל לעבעדיגע שטיקער און ווייזט ווי מען דארף זיך פארבעסערן. "זיצט זיך דער בעה"ב ביי נאכטמאל מיט די בני בית, בניך כשתילי זיתים נאך א סוקסעספולער טאג וואס דער הייליגער בורא האט אים געשאנקען מיט א שיינער פרנסה, און דער בעל קלינגט, גלייך גייט ארויס פון דעם בעה"ב מויל א זלזול פון זיין מויל אין פארנט פון זיין ב"ב, "שוין ווייטער א שנארער ביי די טיר". מיט זיין קליינעם רעמאוט אדער עפפ אויפן טעלעפאן גיט ער אן עפן דעם קליינעם קוקער (סקרין) וואס ליגט אים גלייך אנטקעגן די אויגן, דארף זיך ניטאמאל אויסדרייען, און קוקט אין דעם גלאזערנעם כלי ווער עס איז אויף די אנדערע זייט פונעם טיר, און ער דערקענט דעם באקאנטן עסקן, דער אפגעריסענער וואס האט נישט געקענט טרעפן קיין שום אנדערע פרנסה נאר גיין נאך געלט פאר צובראכענע אלמנות וואס פון דעם מאכט ער זיינע פאר גראשן קאמישאן. וואס בין איך שולדיג אז דער איד ארבעט נישט און האט נישט בעסער וואס צו טוהן מיט זיין טאג? זאל ער גיין ארבייטן וועט ער מיך נישט דארפן משוגע מאכן גלייך נאך די ארבעט, קוים ווען איך זעץ זיך אראפ פון א שווערער טאג ארבייט.

"יענקי!! קום אהער א מינוט, דא, נעם א דולר, שיק עס ארויס צו דעם איד דארט ביי די טיר, זאג אים מיין טאטע איז נישט אינדערהיים". וואס האסטו דא געטון? אויסגעלערנט דיין קינד זאגן ליגנט בריש גלי', מזלזל געוועזען אין די מצוה פון צדקה וחי אחיך עמך, פאר דעם האסטו באקומען דאס געלט? ווייסטו דען נישט אז דאס געלט איז בכלל נישט דיינס, דו ביסט נאר א שומר!

און עס האט נאך א מעשה מיט ר' ישעי'לע וכו', יא איר קענט אלע די דרשה, שוין, איך דארף עס נישט מעתיק זיין ווארט ביי ווארט.

און דאן איז דא דער צווייטער מגיד. אה, מי כעמך ישראל, אפי' נאך א טאג ארבעט שיקט ער ארויס זיין קינד מיט געלט, אזוי קלינגט מען אריין אין זיין טיר נאך א שווערע טאג ארבעט, ממש מען לאזט נישט דעם עושר מנוחה, אבער אפי' הכי לאזט ער נישט אוועק דעם משולח מיט גארנישט, ער שיקט ארויס זיין קינד מיט אפאר דולר, אמאל מער און אמאל ווייניגער רק שיכוין לבו לשמים, אויף די זכות פון אט די צדקה שטייט די וועלט שלשה עמודי עולם הם, ווי מער מען שטרענגט זיך אן, אפי' א קלייניגקייט, איז עס גאר גרויס פארן רבוש"ע און דאס ברענגט צו געוואלדיגע השפעות, צדקה איז דאך ונתנו, וואס מער מען וועט געבן אלץ מער וועט די אויף צוריק זיין, אבער דער עיקר איז שיכוין לבו לשמים וכו'... די סארט דרשות הערט מען אויך אמאל אמאל.

נא וואס זאגט איר מע"כ, וועלכע דרשה רעדט צו די הערצער פון די שומעים?

איצטערט זענען מיר אריין אין די דריי וואכן, איך גלייב אז דרשות און שיעורים פונם חורבן אויף שנאת חינם איז אין א יעדענס פרק שיעור א מדובר, וואס און וולעכע מהלך רעדט צו אייך מער, און ווער איז דער בעל דרשן וואס איר וואלט ענדערש געוואלט זיצן ביי זיין שיעור?

בעפאר מיר ווילן זיך אריינלייגן אין די דעת תורה ווי אזוי די חז"ל קוקן אן די זאך וואלט איך געוואלט הערן דעם דעת הציבור וואס האט אין זיך ביידע, סיי דער דעת תורה און סיי דער דעת בעה"ב.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס'איז זיכער אז דער צווייטער רעדנער איז סאך געשמאקער און יעדער וועט ענדערש וועלן הערן דעם צווייטן, ווייל די טבע איז אז מ'האט ליב איינער וואס קלאפט אין רוקן און געבן א קאמפלימענט, אבער אין אמת'ן אריין, דער צווייטער דרייט סתם א קאפ און איז נישט אנעסט, דער עושר וואס שיקט א דאלער און זאגט פאר זיין זון זאל זאגן ליגנט איז נישט גערעכט, ער לערנט אויס זיין קינד צו זאגן ליגנט, ס'קומט זיך אים נישט קיין קאמפלימענט פאר דעם דאלער וואס ער האט געגעבן.
מ'קען אים זיכער דן זיין לכף זכות, אז ער איז זייער אנגעשטרענגט און מ'לויפט אים נאך א גאנצן טאג אבער קיין קאמפלימענט אויף דעם קומט אים נישט, אז מ'וויל דווקא אים קלאפן אין רוקן קען מען ארויסברענגען א אנדערע מצווה ווי דער נגיד איז אויסגעצייכנט און רעדן פון יענץ, אבער גיין נעמען א שוואכקייט און עס ארויסברענגען אלס א מעלה איז נישט קיין גוטע רעדנער.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

היינטיגע אינגעלייט קוקן אן די סארטן דרשות ווי א בר מצוה פשט'ל, מ'דארף עס טוהן ווייל ס'איז א חלק פונעם פראגראם אבער קיינער רעדט זיך נישט איין פאר א רגע אז ס'דא דארט עפעס צו הערן אדער דערהערן. הערן און דערהערן וועט מען פון דשאו ראוגען און בנימין שפירא, דער עולם באקראצט זיך גאר ווייניג צו דער מיט ברייטן קאפעלוטש און שיפע טאשן קרעכצט אדער זינגט איבער'ן "מצב הדור" (וואטעווער דע העק דעט מיענס).
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט