בניהו בן יהוידע
נשלח: מאנטאג יולי 10, 2023 9:45 am
גליל העליון – צפון זייט פון די שטאט צפת, איז פארהאנען א קליין דערפל מיטן נאמען ביריה. דאס קליין דערפל איז מיט גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע דערפער אין גליל העליון, וועלכע זענען פארפלייצט מיט אומצאליגע קברים פון צדיקים און היסטארישע פיגורן, אנגעהויבן נאך פון די צייטן פון תנ''ך ביז צו די צייטן פון די תנאים און אמוראים.
עס ווערט פארציילט אז דער אר''י הק' האט אמאל געשיקט זיין גרויסן תלמיד רבי חיים וויטאל זי''ע צו די קברים פון די הייליגע אמוראים אביי און רבא, וועלכע ליגן באהאלטן אין א דערפל אויפן בארג יבנית. דער אר''י הק' האט אים איבערגעגעבן געוויסע הייליגע יחודים וואס ער זאל דארט אינזין האבן. ווען ער צוריקגעקומען פון זיין גרויסארטיגע מיסיע האט זיך זיין רבי דער אר''י הק' אויפגעשטעלט פאר אים. צו זיין גרויס וואונדער האט אים דער אר''י הק' ערקלערט, אז ער שטעלט זיך נישט אויף פאר אים, נאר פאר'ן חשוב'ן גאסט וואס איז מיטגעקומען מיט אים. און ווער איז געווען דער חשוב'ער גאסט? דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער לעגענדארער פעלדמארשאל פון שלמה המלך, דער העלד פון אלע דורות - בניהו בן יהוידע. רבי חיים וויטאל האט זיך טאקע באלד דערמאנט, אז זייענדיג אונטערוועגנס צו די קברים פון אביי און רבא, האט ער זיך אוועקגעזעצט אויף א שטיין אין ביריה, און ער איז אין זיין מח איבערגעגאנגען די אלע הייליגע יחודים וואס זיין רבי דער אר''י האט אים איבערגעבן איזינען צו האבן ביי די קברים פון אביי און רבא. האט אים דער אר''י ה''ק אנטפלעקט אז דאס ארט ווי ער האט זיך אוועקגעזעצט איז געווען די באגרעבעניש ארט פון בניהו בן יהוידע. דערפאר האט אים דער פעלדמארשאל בכבודו ובעצמו אים באגלייט אויפן גאנצן וועג, ביז צום טיר פון די בית מדרש פון זיין רבי דער הייליגער אר''י ז''ל.
זינט די דאזיגע אנטפלעקונג, איז דאס ציון פון בניהו בן יהוידע אינעם דערפל ביריה, פארוואנדלט געווארן צו א נעסט פון מקובלים. מקובלים שטראמען נאכאנאנד צום הייליגן ציון מייחד צו זיין הויכע יחודים און לערנען סודות התורה. אפילו דער גרויסער הייליגער מקובל רבינו יוסף חיים זי''ע דער בן איש חי, האט אויף זיין וועג קיין מירון זיך אפגעשטעלט אין ביריה ביים ציון פון בניהו בן יהוידע. ער האט דארט געהאט אזא סארט הויכע אינספיראציע, אזש א געטליכער גייסט האט גערוהט אויף אים, און ער האט דארט פארפאסט זיין באוויסטע פּאָעזיע - ואמרתם כה לחי רבן שמעון בר יוחאי. וואס ווערט נאך געזינגען ביז צום היינטיגן טאג ביים ציון פון תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. אין רעזולטאט פון די דערהויבנקייט וואס רבינו יוסף חיים האט געשפירט ביים ציון פון בניהו בן יהוידע, האט ער אנגערופן די נעמען פון זיינע ספרים, מיט די לויב ווערטער וואס די פסוק לויבט אויס בניהו בן יהוידע, בניהו, בן יהוידע, בן איש חי, רב פעלים, און מקבצאל.
נאכדעם וואס דער פעלדמארשאל יואב האט גע'הרג'עט די צוויי אידישע העלדן אבנר בן נר און עמשא בן יתר, האט דער קעניג דוד פארלוירן זיין צוטרוי אין זיין פעלדמארשל יואב. ערשט האט דער קעניג אים נישט געוואלט אפזאגן פון זיין פאסטן, צוליב פארשידענע פאליטישע אורזאכן. אבער נאכדעם וואס יואב האט זיך צוגעשטעלט צו די קאנספיראציע וואס אדוניה האט אנגעדרייט צו פארכאפן די קעניגרייך, און זיך זעלבסט שטעלן פאר קעניג אין יהודה, אנשטאט שלמה ווי עס איז געווען די ווירקליכע ווילן פון קעניג, האט דוד אנגעזאגט פאר זיין זון דער צוקונפטיגער קעניג שלמה, אז ער זאל פטור ווערן פון יואב ווי אמשנעלסטן.
נאכן טויט פון דוד המלך, האט זיין זון און נאכפאלגער דער קעניג שלמה ערזעצט דעם קריגס מיניסטער יואב בן צרויה מיט אונזער אלעמען באוויסטער העלד בניהו בן יהוידע. דאס ערשטע מיסיע וואס דער זיבן יעריגער קעניג שלמה האט ארויפגעלייגט אויף זיין נייעם קריגס מיניסטער בניהו איז געווען, אפצורוימען יואב בן בן צרויה פון וועג. א מיסיע וואס ער האט אויסגעפירט מיט גרויס פארשטאנד און סוקסעס.
בניהו בן יהוידע האט גלייכצייטיג אויך געשפילט אן אינסטרומענטאַלע ראלע אויפן דיפּלאָמאַטישע פראנט. ווען די קעניגן פון שבא איז געקומען באזוכן ירושלים, אנגעלאדנט מיט גאלד און זילבער, קענען צו לערנען דעם יונגן קעניג שלמה, איז בניהו בן יהוידע געשטאנען אין די שפיץ פון די דיפּלאָמאַטישע דעלעגאציע צו באגריסן די מאכטפולע קעניגן פון עטיאפיע. די קעניגן איז אזוי באגייסטערט געווארן פון זיין מייעסטעטישע געשטאלט, אזש זי האט גאר געמיינט אז דאס איז דער קעניג שלמה זעלבסט. ווען מ'האט איז קלארגעשטעלט אז דאס איז בלויז דער קריגס מיניסטער, האט זיך זיך אויסגעדרוקט מיט באגייסטערונג, אז אויב דאס איז בלויז די קריגס מיניסטער, קען איך נישט דערווארטן צו זען דאס געשטאלט פונעם קעניג זעלבסט...
דער קעניג שלמה און זיין קאבינעט, האבן אויך ארויפגעלייגט אויף בניהו בן יהוידע א העכסט געוואגטע און געהיימע מיסיע, אז ער זאל אויפזוכן דער קעניג פון די שדים – מיסטער אשמדאי. און אים ברענגען קיין ירושלים, דער קעניג האט געוואלט וויסן ווי דאס ווערימל שמיר געפינט זיך. דאס איז געווען א העכסט געוואגטע און א קאמפליצירטע מיסיע.
באוואפנט מיט שטיקער וואל, פעסער וויין, און א קייט וואס ס'איז געווען אין איר איינגעקריצט דאס נאמען פון די באשעפער אויף די וועלט, האט בניהו געמאכט זיין וועג צום פוסטן מדבר. ער האט געטראפן דאס גרוב אנגעפילט מיט וואסער, מיט וואס אשמדאי האט זיך באנוצט זיך צו באנעצן זיינע טריקענע לעפצן, נאך א נאכט ארבייט פון דערשרעקן קליינע קינדער... דאס גרוב איז געווען פארזיגלט אזוי אז קיינער זאל נישט קענען צורירן צום וואסער.
בניהו האט מייסטערהאפטיג אויסגעגראבן א טיפע גרוב, פיל טיפער ווי דאס וואסער גרוב איז געווען, און ער האט געמאכט א קליין לעכל צווישן דאס וואסער-גרוב און זיין פריש געגראבנעם גרוב - אין רעזולטאט איז דאס גאנצע וואסער פונעם גרוב אריינגערינען אינעם ליידיגן גרוב. דאן האט ער מיט די וואל וואס ער האט זיך מיטגעברענגט, פארשטאפט דאס לעכל. דאן האט ער געגראבן א פרישע גרוב, זאגאר נישט אזוי טיף ווי דאס וואסער גרוב. און ער האט געמאכט א לעכל צווישן דעם גרוב אינעם וואסער גרוב, וואס איז אצינד געווען טריקן. ער האט אריינגעגאסן דארטן דאס וויין, אזוי איז דאס וואסער גרוב געווארן אנגעפילט מיט אן אלטן פיינעם טאקייער וויין. ער האט פארזיכטיג פארווישט זיינע שפירן, און ער האט זיך באהאלטן און אויסגעווארט ביז אשמדאי וועט קומען צו פליען...
אט פילט זיך א ווינטל און ס'הערט זיך א פייפעריי... אשמדאי קומט צו פליען. ווי נאר ער האט געלאנדעט, באטראכט ער פארזיכטיג דאס וואסער גרוב צי קיינער האט נישט צו גערירט צום וואסער. ער מאכט אויף דאס גרוב, און צו זיין גרויס ווינדער שפירט ער א גערוך פון וויין. ער האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי דאס וואסער איז מיטאטמאל פארוואנדלט געווארן צו וויין... זיין טייוולאנישע מח האט דאס נישט געקענט באגרייפן. אשמדאי האט גוט געוויסט פונעם פסוק וואס שלמה המלך שרייבט: לץ היין הומה שכר וכל שוגה בו לא יחכם... און ער האט אויף קיין שום פאל נישט געוואלט טרינקען פון די וויין. אבער א שד איז פארט א שד... זיין דארשט האט זיך געשטארקט אויף אים, און ער האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, און ער האט געטרינקען פונעם וויין. ס'האט נישט גענומען לאנג, און אשמדאי איז אריינגעפאלן א טיפע שלאף... בניהו האט געווארט אויף דעם מינוט. ער איז אראפגעשפרינגען פון זיין באהעלטעניש ארט, און געבינדן דעם שלאפנדן אשמדאי מיט'ן קייט אין וועלכע דעם שם המפורש איז געווען איינגעקריצט. ער האט אים ארויפגעלייגט אויף אן אייזל, און היידא... די רייזע קיין ירושלים האט זיך אנגעהויבן.
אונטערוועגנס האט זיך דער שד אויפגעוועקט. וואו בין איך? האט ער אנגעהויבן שרייען... אויפן וועג צו ירושלים! האט אים בניהו גענטפערט. דער קעניג שלמה האט א באגעגעניש מיט אייך. איך גיי נישט אין ערגעץ! שרייט אשמדאי, און ער פראבירט זיך אויסצורייסן פון די קייטן, אבער ער קען נישט. מיט א נידערגעשלאגנעם געמוט האט אשמדאי געמאכט ווייטער זיין וועג ביז ירושלים.
אנקומענדיג קיין ירושלים, האט אים קעניג שלמה אריינגעשטעלט אין זיין וואונדערבארע טירגארטן, וואס האט זיך געפינען אינעם קעניגליכן פאלאץ אין ירושלים. די מיסיע איז אבער אין ווירקליכקייט נישט געווען אזוי סוקסעספול. אין א געוויסע טאג האט זיך אשמדאי געשטארקט אויפן קעניג שלמה, און ער האט אים פארווארפן ביז די אנדערע עק וועלט, און ער זעלבסט האט זיך געזעצט אויפן קעניגליכער טראן. אשמדאי מלך ישראל... און קיינער האט גארנישט געוויסט. ס'האט גענומען זיבן יאר ביז ס'איז געלונגען פאר שלמה צוריקצונעמען זיין טראן. א געשעעניש וואס האט אין זיין צייט אויפגעשאקלט די וועלט...
בניהו בן יהוידע איז אויך געשטאנען אין שפיץ פונעם יוסטיץ אפטיילונג פונעם קעניג שלמה אין ירושלים. ער האט געדינט אלס דער ראש הסנהדרין, און ער האט געריכט דאס פאלק מיט אמת און גערעכטיקייט.
דאס גיבט אונז אביסל א איבערבליק איבער דאס כאראקטער פון א פיגור וואס האט געדינט אלס קריגס מיניסטער, הויפט שטאטסמאן, און יוסטיץ מיניסטער, אין די צייטן וואס דאס אידיש פאלק איז געשטאנען אין העכסטע גלאנץ און גלאררייכע... יעדער איז געזעצן אונטער זיין פייגן בוים און אונטער זיין וויינגארטן, און גאלד האט נישט געהאט קיין שום ווערד צוליב א אינפלאַציע פון גאלד... נישט אומזיסט זאגט אונז דער זוהר הק' אז דער באשעפער האט אנגעגרייט דרייסיג צדיקים אין די וועלט, און דאס וועט קיינמאל נישט בטל ווערן. און פון די דרייסיג איז בניהו בן יהוידע געווען גאר די גרעסטע...
עס ווערט פארציילט אז דער אר''י הק' האט אמאל געשיקט זיין גרויסן תלמיד רבי חיים וויטאל זי''ע צו די קברים פון די הייליגע אמוראים אביי און רבא, וועלכע ליגן באהאלטן אין א דערפל אויפן בארג יבנית. דער אר''י הק' האט אים איבערגעגעבן געוויסע הייליגע יחודים וואס ער זאל דארט אינזין האבן. ווען ער צוריקגעקומען פון זיין גרויסארטיגע מיסיע האט זיך זיין רבי דער אר''י הק' אויפגעשטעלט פאר אים. צו זיין גרויס וואונדער האט אים דער אר''י הק' ערקלערט, אז ער שטעלט זיך נישט אויף פאר אים, נאר פאר'ן חשוב'ן גאסט וואס איז מיטגעקומען מיט אים. און ווער איז געווען דער חשוב'ער גאסט? דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי דער לעגענדארער פעלדמארשאל פון שלמה המלך, דער העלד פון אלע דורות - בניהו בן יהוידע. רבי חיים וויטאל האט זיך טאקע באלד דערמאנט, אז זייענדיג אונטערוועגנס צו די קברים פון אביי און רבא, האט ער זיך אוועקגעזעצט אויף א שטיין אין ביריה, און ער איז אין זיין מח איבערגעגאנגען די אלע הייליגע יחודים וואס זיין רבי דער אר''י האט אים איבערגעבן איזינען צו האבן ביי די קברים פון אביי און רבא. האט אים דער אר''י ה''ק אנטפלעקט אז דאס ארט ווי ער האט זיך אוועקגעזעצט איז געווען די באגרעבעניש ארט פון בניהו בן יהוידע. דערפאר האט אים דער פעלדמארשאל בכבודו ובעצמו אים באגלייט אויפן גאנצן וועג, ביז צום טיר פון די בית מדרש פון זיין רבי דער הייליגער אר''י ז''ל.
זינט די דאזיגע אנטפלעקונג, איז דאס ציון פון בניהו בן יהוידע אינעם דערפל ביריה, פארוואנדלט געווארן צו א נעסט פון מקובלים. מקובלים שטראמען נאכאנאנד צום הייליגן ציון מייחד צו זיין הויכע יחודים און לערנען סודות התורה. אפילו דער גרויסער הייליגער מקובל רבינו יוסף חיים זי''ע דער בן איש חי, האט אויף זיין וועג קיין מירון זיך אפגעשטעלט אין ביריה ביים ציון פון בניהו בן יהוידע. ער האט דארט געהאט אזא סארט הויכע אינספיראציע, אזש א געטליכער גייסט האט גערוהט אויף אים, און ער האט דארט פארפאסט זיין באוויסטע פּאָעזיע - ואמרתם כה לחי רבן שמעון בר יוחאי. וואס ווערט נאך געזינגען ביז צום היינטיגן טאג ביים ציון פון תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. אין רעזולטאט פון די דערהויבנקייט וואס רבינו יוסף חיים האט געשפירט ביים ציון פון בניהו בן יהוידע, האט ער אנגערופן די נעמען פון זיינע ספרים, מיט די לויב ווערטער וואס די פסוק לויבט אויס בניהו בן יהוידע, בניהו, בן יהוידע, בן איש חי, רב פעלים, און מקבצאל.
*
דער פעלד מארשאל בניהו בן יהוידע, האט געשטאמט פון א שטאט אין לאנד יהודה מיטן נאמען מקבצאל. ער האט נאך אנגעהויבן זיין מיליטערישער קאריערע אין די מיליטער פון דוד המלך דער קעניג פון יהודה. ער האט אקטיוו אנטייל גענומען אין די פארוויקלטע שלאכטן וואס יהודה האט אנגעפירט מיר אירע נאטע נאכבארן – די לענדער אדום, מואב, עמון, און צידון. ער האט אויך העפטיג אנטייל גענומען אין די אָקופּאַציע וואס דאס אידישע מיליטער האט אנגעהאלטן אין די אויבנדערמאנטע לענדער מיט א שטארקע האנד. ער האט זיכער געמאכט אז זיי צאלן צייטליך זייער שטייערן צו די פינאנץ מיניסטעריום פון קעניג דוד אין ירושלים. צוליב זיינע בריליאנטענע מיליטערישע אייגנשאפטן, האט אים זיין אויבער-קאמאנדיר, פעלד מארשאל יואב בן צרויה, אנפארטרויעט די קאמאנדא איבער די צוויי ספעציעלע קרעפטן בריגאדירן – כרתי און פלתי. ער האט פארפיגט אויף א מיליטער פון פיר און צוואנציג טויזענט בראווע אידישע קעמפער, וועלכע האבן אנגעזייעט טויט און חורבן אין די רייען פונעם פיינט. קיין שום מאכט האט זיי נישט געקענט אפשטעלן. בניהו זעלבט האט מיט זיינע אייגענע צוויי הענט גע'הרג'עט צוויי העלדן פון מואב, וועלכע מ'האט גערופן לייבן – צוליב זייער שטארקייט און בראווקייט. ער האט אין א אייז קאלטן ווינטער זיך געטראפן אין א שוץ גרוב עלענד און אליינס מיט צוויי שרעקליכע לייבן - וועלכע האבן געדראהט אים צו פארציקן, און טראץ די גרויסע קעלטן האט ער זיי מיט זיינע בלויזע הענט גענצליך אומשעדליך געמאכט. אזא גיבור איז ער גאר געווען.נאכדעם וואס דער פעלדמארשאל יואב האט גע'הרג'עט די צוויי אידישע העלדן אבנר בן נר און עמשא בן יתר, האט דער קעניג דוד פארלוירן זיין צוטרוי אין זיין פעלדמארשל יואב. ערשט האט דער קעניג אים נישט געוואלט אפזאגן פון זיין פאסטן, צוליב פארשידענע פאליטישע אורזאכן. אבער נאכדעם וואס יואב האט זיך צוגעשטעלט צו די קאנספיראציע וואס אדוניה האט אנגעדרייט צו פארכאפן די קעניגרייך, און זיך זעלבסט שטעלן פאר קעניג אין יהודה, אנשטאט שלמה ווי עס איז געווען די ווירקליכע ווילן פון קעניג, האט דוד אנגעזאגט פאר זיין זון דער צוקונפטיגער קעניג שלמה, אז ער זאל פטור ווערן פון יואב ווי אמשנעלסטן.