בלאט 1 פון 1
ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט
נשלח: מאנטאג יולי 10, 2023 11:33 pm
דורך איך הער..
אן אינטערעסאנטע פענאמאנאן איז פארהאן, א רב א זון פון סאטמאר'ע רב פון וויליאמסבורג, אן אייניקל פון מהר"א, וואס פארמאגט אן אייגענע יו טיוב טשענעל ווי ער לערנט פאר שיעורים בטוב טעם ודעת, און נישט סתם עפעס ישיבה'שע שיעור עיון, נאר ער לערנט פאר דברים העומדים על הפרק, אנגעפילט מיט אלעם פון פילאזאפיע ביז היסטאריע, אלגעמיינע חכמות און אלעס אינדערמיט, ער קען צומאל זאגן זאכן וואס מאנכע וואלטן גערופן קאנטראווערסיאל אדער נישט פאליטיקלי קארעקט על פי "סיסטעם", ח"ו אז ער זאל זאגן עפעס נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, אבער פארט קען עס טרעטן געוויסע אויף די הינער אויגן.
קיין סאך אינפארמאציע האב איך נישט געזען איבער אים א חוץ פון א אינטערוויא וואס ער האט געגעבן אין די מאמענט מאגאזין, ווי ווייט איך האב געהערט איז געווען א שטיקל פאליטיק ביים אים אין בית מדרש וואס צוליב דעם האט ער אויפגעגעבן די רבנות דארטן, ער האט דאכצעך מיר געעפענט נאך א בית מדרש וואס ער האט שפעטער ווידער פארמאכט, פארוואס ווייס איך נישט.
איך בין נייגעריג אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער אים, אדער וואס די פאליטיק איז געווען דארטן, און ווי מען קען הערן נאך פון זיינע שיעורים.
נשלח: מאנטאג יולי 10, 2023 11:50 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 12:25 am
דורך [NAMELESS]
גייסט לייגן א לינק צו זיין טשענעל, אדער ביסט מיר מטריח?
Re: ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 12:33 am
דורך איך הער..
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 9:53 am
דורך צקון לחש
איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 11:51 am
דורך אמאהלגעקעננט
אביסל געקיקט װערי אימפרעסט!
Re: ר' חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד מ'ראצפערט
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 11:58 am
דורך איך הער..
צקון לחש האט געשריבן:איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל
ער איז א איידם ביי מייזליש
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 2:28 pm
דורך די אנדערע זייט
איך הער.. האט געשריבן:צקון לחש האט געשריבן:איז ער אן אייניקל פון מייזליש?
עפעס אזוי געדענק איך פון די מאמענט ארטיקל
ער איז א איידם ביי מייזליש
ער איז נישט א איידעם, נאר א אייניקעל.
זיין טאטע הרב מענדיל (בנו בכורו פון מהר"א) אב"ד סאטמאר ווס"ב איז א איידעם ביי (זיין פעטער) הרב בעריש מייזליש אב"ד סאטמאר ב"פ (חתן הברך משה)
ער אליינס איז א איידעם ביי האדמו"ר מ'מאשאלוי
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 2:59 pm
דורך איך הער..
אן אינטערעסאנטע שיער וואס כ'האב געזען פון אים לעצטענס
דא איז געווען וועגען פילגש בגבעה, דארט זאגט ער אביסל אנדערש אדער לייגט צי אביסל פרטים ווי
@שמן למאור האט געשריבן און זיין
אשכול, ער זאגט אז דער "איש לוי" איז געווען יהנתן וואס איז געווען אן איינקיל פון משה רבינו, און דער גאסט געבער איז געווען "מיכה" וואס משה רבינו האט ארויסגענימען פון וואנט און מצרים און דער אייבערשטער האט אים דאן געווארענט אז ער וועט נאך אנמאכן צרות פאר כלל ישראל און וואס האט שפעטער געבויט פסל מיכה.
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 3:07 pm
דורך אלע צוזאמען
זיין מעלה איז, וויפיל כ'האב געזען, אז ער פארענטפערט זייער אסאך מעשיות וואס אונז קוקן אן פאר חטאים, מיט זייער שכל'דיגע און פארשטענדליכע תירוצים, אזוי אז דער המון עם קען אים אויסהערן.
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 4:24 pm
דורך cictim
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:אביסל געקיקט װערי אימרעסט!
זיינע אויגן זענען נישט רוהיג, טיפיקל היימישע insecurity ס'מאכט שווער צוזעהן בשעת'ן הערן.
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 4:40 pm
דורך שלמה משנתו
דער זאגט פיין, א חידוש פון א רביש אייניקל.
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 4:41 pm
דורך שלמה משנתו
cictim האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:אביסל געקיקט װערי אימרעסט!
זיינע אויגן זענען נישט רוהיג, טיפיקל היימישע insecurity ס'מאכט שווער צוזעהן בשעת'ן הערן.
וואס האט דאס מיט היימישע? ס'איז זיין טיפ, קאכעדיגע בלוט, אדער אפשר אזא ADHD.