בען ענד דזשערי'ס פלאפּ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1662 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2148 מאל

בען ענד דזשערי'ס פלאפּ

שליחה דורך שאלתיאל »

דאס איז אזא גוטס אז עס קומט זיך אן עקסטערע אשכול. מה גם וואס כ'האב נישט געטראפן אַן אשכול ווי דאס באלאנגט.

לעצטע וואך אום July 4, דער אמעריקאנער אינדעפענדעט דעי, האט אייזקרעים קאמפעני בען ענד דזשערי'ס פובליצירט די פאלגענדע מעסעדש אויף זייער אפישעל טוויטער אקאונט: ''This 4th of July, it's high time we recognize that the US exists on stolen Indigenous land and commit to returning it''. זיי האבן מציע געווען אנצוהייב מיט די באקאנטע ראשמאר בארג אין נארט דעקאטא וואס איז געווען ארגינעל א פארהייליגט פלאץ פון אַן ארטיגע אינדיאנער שבט, און עס צוריקגעבן פאר די אייניקלעך פון די אינדיאנער פון וועם מען האט עס באראבעוועט פאר הונדערטע יארן צוריק.

ביז דא איז אלעס פיין. טיפיקעל ''על חטא'' קלאפעניש. טיפיקעל בען ענד דזשעריס.

דא איז אבער געקומען א טשיף פון א לאקעל אינדיאנער שבט אין ווערמאונט, ''דאָן סטיבענס''' שמו, און געטענה'ט אז בען ענד דזשעריס הויפטקווארטיר זעלבסט וואס געפינט זיך אין סאוט-בירלינגטאן, ווערמאונט, זיצט גאר אויף א שטיקל לאנד וואס געהערט ארגינעל צו זייער שבט! און ווען מ'קוקט נאך זיין טענה זעט מען אז ער איז גערעכט: די לאנד האט געהערט צו די Abenaki שבט וואס זענען שוין דארט זייט די 17'טע סענטרי. סטיבענס האט געזאגט פאר די מידיע אז זייער שבט מוטשעט זיך מיט א מאנגל פון ריסורסעס וואס מען האט פון זיי צוגענומען און ער איז גרייט צו פארהאנדלן מיט די קאמפעני איבער זיך צוטיילן מיט די לאנד אויף וואס זיי זיצן.

עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז די הומאניסטישע בען ענד דזשעריס וועט זיכער באלד אוועקשענקען זייער גערויבטע שטיקל לאנד אויף וועלכע זיי זיצן צו די באקריוודעטע אינדיאנער פונקט ווי זיי האבן נארוואס געפאדערט פון די אמעריקאנער גאווערמענט. נאה דורש נאה מקיים. אומר ועושה. ווילסט מיר נישט זאגן אז זייער בראווע דעקלעראציע איז געווען סתם נאך א פּאפּאליסטישע נפיחה...

https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... ds-on.html
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר