בלאט 1 פון 3
נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2023 11:03 pm
דורך שפילער
סהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2023 11:12 pm
דורך שלמה משנתו
זעט אויס אינטערסאנט. איינער ווייסט וויפיל עס קאסט צו עפענען אזא זייטל, און עס האלטן אקטיוו?
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2023 11:38 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן:סהאט זיך געפענט א ניייע וועבזייטל מיטן נאמען איד טיש , וואס דער ציל מיטן זייטל האב איך נישט קיין אהנונג אפשר האט עס קאנעקשאן מיט קול מבשר ווייל זייער הויפט זייט איז דא נייעס מיט לינקס צו קול מבשר.
זאלן זיי האבן הצלחה.
איינער פון די תקנות פונעם פארום איז נישט צו רעדן ציונות איי געס זיי גייען אין ריכטונג פון אייוועלט
https://forum.yidtish.com/
שפילער: ייש"כ. דו האסט מיר געסעיווט די טרחה. וויל איך האב שוין געהאלטן ביי מיך איינשרייבן. נאר איך בין א געפערליכער ציוני. איך האלט אז דער אייבישטער האט מער ליעב די אידן. אפילו די נישט אזוי שטארק ערליכע. מער ווי די אראבערס. אויך ביניך א (שטיקל) ארוני. און איך האלט אז מהר"א איז נישט דער גרעסטער שייגעץ און טעראריסט וואס איז פארהאן. נאר אן ערליכער, קלוגער אדמו"ר און מרא דאתרא וועלכער פיהרט זיין קהילה על דרך התורה וחסידות. אז דו ווילסט קענמען איהם אנרופן א מנהיג ישראל. איינער פון די גרעסטע רעבעס אין דעם היינטיגן דור...!
האביך מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן נאך פאר מ'עט מיך ארייננעמען...אפילו דא ביניך אויך נישט גאראנטירט אז דער חשוב'ער מנהל גייט נישט מעקן מיין תגובה...תירוצים? דאס האט ער געניג. אבער מ'צענזורירט נישט, ח"ו...!
נשלח: מוצ"ש יולי 15, 2023 11:59 pm
דורך קהל'ס נער
זעיט אויס צי זיין נאך א אייוועלט, נישטא קיין שום חידוש דערין, כ׳פארשטיי אפילו נישט די פוינט פונעס, מה הועילו יודטיש בתקנתם.
איך פרעדיקט אז ביז א יאר גייט עס אראפגיין פונעם מאפע, לכאורה איז עס א באורד כולל יונגערמאן וואס האט אויסגעפיגערט אז מען קען מאכן א פארום אויף php.
. די פארשריפטן:
א. ציל: אונזער ציל איז צו געבן פאר'ן ערוואקסענעם ציבור א פלאטפארמע זיך אויסצושמועסן, און צו ברענגען רייכע אינפארמאציע וואס אינטערעסירן אלעמען.
ב. ואהבת לרעך: אידטיש טאר נישט גענוצט ווערן ח"ו צו ארויסלייגן לשון הרע אויף א יחיד, און אודאי נישט קיין שום שפעט ווערטער אויף רבנים וכדו'. (א פאל וואס רבנים שטיצן אונטער דאס שרייבן קעגן א יחיד, דארף עס עקסטערע רשות פון די מערכת)
ג. טהרת המקום: כדי נישט צו זיין קיין פתח לחטאת, זענען לינקס פון יוטוב, פעיסבוק, און אנדערע אומאויסגעהאלטענע סייטס נישט ערלויבט.
ד. תוכנ'דיג: א תגובה זאל געשריבן ווערן מיט תוכן, ווי איידער קורצע סטעיטמענט'ס הין'ן'צוריק. (צו ערקלערן: שרייבט ווי א שמועס אויף אימעיל, נישט ווי א שמועס אויף א טשעט, וק"ל)
ה. ברודערליך: ווען עס קומט צו קאנקורירנדע זייטן ביי אלגעמיינע פאליטיק אדער להבדיל אידישע מיינונגס פארשידנהייטן, און איר שרייבט עפעס אויף אייער צד, האלט אייך ערוואקסן און לייגט נישט אריין קיין טשעפע ווערטער אויף קיינעם, און אודאי נישט אויף א צווייטן שרייבער. ווען איר שרייבט אייער מיינונג/ידיעה, לאזט א צווייטן שרייבן זיינס. לויפט נישט נאך דאס לעצטע ווארט... האלט דעם אטמאספער געשמאק.
ו. קדושים תהיו: ניבול פה ח"ו, מאן דכר שמי'.
ז. אמונה טהורה: דער חפץ חיים האט געזאגט אז ציונות (באדייט: א אידישע מדינה לפני ביאת משיח) איז טומאת עמלק. ביטע נישט שרייבן קיין שום הודאה למינות.
ח. נישט קיין פלאטפארמע אנצוהייבן א 'ספין': ביטע נוצט נישט דעם פלאטפארמע אנצוהייבן בויען א 'ספין', בפרט מיט מיס-אינפארמאציע, עכ"פ אזוי לאנג ווי דאס איז נישט באריכטעט אויף אנערקענטע פלאטפארמעס. ווער עס נוצט אידטיש פאר אזעלכע זאכן וועט מוזן טרעפן אנדערע מקומות, ווייל אזאנס טוט בא'עולה'ן דעם ציבור.
ט. וועהלן מעמבערס: מיר וועלן פרובירן צו האלטן אן אויג אויף א מעמבער וואס צילט צו גיין אין א צווייטע דירעקציע, און אים אוועקשיקן, אזוי ארום זאלן די איבריגע חברים קענען שמועסן נארמאל אן קיין איבריגע צענזור.
י. דער עולם ווארט צו זען אייערע ידיעות און טאלאנטן... יאללא
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 12:10 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך האב (לפום ריהטא) געוואלט זאגן אז דאס ווארט ...יאללא... איז ציוניס'טיש. ווייל מ'ניצט עס אין מדינת ישראל (רח"ל מהאי דעתא). נאר כ'האב מיך דערמאנט אז דאס איז אן אראביש ווארט. איז דאך גוט. דאמאלס איז עס כשר...לאל
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 12:11 am
דורך תרמב
איך האב פרובירט אויסצוטאפן די זאך דארט, איך האב פארשטאנען אז זיי זענען אייוועלט חברה אבער זענען נישט צופרידן פון געוויסע קלייניקייטן פון אייוועלט, אבער קאווע שטיבל איז פונקט אזוי חזיר טריפה פאר זיי ווי פאר אייוועלט, סאו סאך הכול ווילן זיי א טראפ מער פון אייוועלט, מיר קוקט נישט אויס ווי ס'גייט זיך אויסארבעטן, ס'וועט אין בעסטן פאל אויסקוקן ווי טרוט קעגן טוויטער...
כדאי צו אויסקוקן ווי אייוועלט אז די פילטערס זאלן עס דורכלאזן און ס'זאל הייסן א פרומע סייט מוז מען זיך צושטעלן צו זייער אסאך קאפריזן, און דאס איז איינע פון די ריעזאנס פארוואס אייוועלט איז אזוי שטרענג אויף זאכן וואס האבן צוטון מיט קהילה מחלוקת וכדומה, איך ווינטש אים אסאך הצלחה, אבער טאמער גייט ער האבן נאר די געפלויגענע פון אייוועלט גייט ער האבן אסאך קאפ וויי.
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:09 am
דורך שלג זהב
קוקט אויס ווי זיי ווילן עפעס אינדערמיט פון אייוועלט און קאווע שטיבל
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:18 am
דורך דער דאס
אינטרעסאנט
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:24 am
דורך ברוך שפינוזה
Re: נייע יודישע וועבזייטל איד טיש
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:29 am
דורך שלג זהב
דער דאס האט געשריבן:אינטרעסאנט
אז מ'קען ארויסשרייבן קאווע שטיבל האלט מען אויך ערגעץ..
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:43 am
דורך קהל'ס נער
אמאל איז געוועהן דא איינער וואס האט זיך געריפן רביה״ק וואס האט געפענט אזא מין סייט וואס די ווילסט אויף רעדדיט…
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:46 am
דורך טינט פען
דא האסטו
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 2:24 am
דורך מרדכי מרדכי
איך זעה אז זייער סייט איז מאובייל פרענדלי.
ווען וועט שוין אונזער סייט זיין מאובייל פרענדלי?
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
דורך מר. קלונימוס
דער דאס האט געשריבן:אינטרעסאנט
Nonsense
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
דורך כפתור
שווערע נאמען.
באלט אזוי שלעכט ווי truth social
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 3:37 am
דורך זעמיל מילכיגער
האט גראדע א אינטערסאנטע פיוטשער.
אקטיווע נייעס.
געלינקט צום מקור ווי קול מבשר, ישיבה ווארלד, וכדו'
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 3:51 am
דורך berlbalaguleh
שלג זהב האט געשריבן:דער דאס האט געשריבן:אינטרעסאנט
אז מ'קען ארויסשרייבן קאווע שטיבל האלט מען אויך ערגעץ..
ניין: איכ'ל דיר זאגן וואו מ'האלט. מיט די זעלבע מענטאליטעט וואס אייוועלט. אז יענער איז א שייגעץ יענער טויג נישט. נאר איך בין בעסער.
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 10:11 am
דורך מרדכי מרדכי
אינטערעסאנט אז אייוועלט האט עס נאך נישט געמעקט
אונז ווערן אויך דערמאנט אפאר מאל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=63790
בלייבט נאר אן צי ווינטשן הצלחה פאר ביידע צדדים
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 1:36 pm
דורך טינט פען
הער איך אז דער בעל ההיימשטאט שטייט דערינטער
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
טינט פען: זיין קאמערשל נאמען זאגט מיר גארנישט. איך בין נאך (ב"ה) נישט געווען ביי זיינע טישן און גענימען שיריים פון ידיו הקדושים. און וואס ער האט טועם געווען בפה קדשו. אפשר חנוכה. אויב ער'ט טיילן געשמאקע דזשעללי און קאסטערד דאונאטס...!
מה שמו הקדוש. וואו האט ער זיין ביהמ"ד?!
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 6:24 pm
דורך ברוך שפינוזה
האב איך יעצט אריינגעבליקט דארט, כ'זעה נישט די חילוק צווישן דאס מיט אייוועלט, הגם פון מיר איז נישט קיין ראיה ווייל איך זעה פונקט אזוי נישט די חילוק צווישן Methodist און Presbyterian... דער עולם דארט שפילט טויט צושוידערט ווייל עפעס א מוסולמענער בעיבי האט געזאגט אז ער גייט פארברענט א ספר תורה אלס נקמה פאר דאס וואס אן אנדערע בעיבי האט אמאל פארברענט א קוראן, דערנאך טוט זיך א געטומל צו די רעדע איז טאקע איבער א כשר'ע ספר תורה צו א פסול'ע צו אפשר גאר א KJV בייבל... ואם תמצא לומר אז די רעדע איז איבער אן ענגלישע בייבל צו דארף מען אויך שפילן אויפגעשוידערט אדער דעמאלטס איז מען פטור... דערנאך קומט אן ערוואקסענע בעיבי מיט א פרייליכע בשורה אז שוועדן רעדט איבער מאכן אומלעגאל דאס פארברענען פון ספרי תורה, נאר דאס פעלט מיר אויס... הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון ספרי תורה און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון חמץ ערב פסח, היל"ת! בקיצור, אן ערליכער איד האט נישט וואס צו זוכן אויף אזא פארום.
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
דורך שפילער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:האב איך יעצט אריינגעבליקט דארט, כ'זעה נישט די חילוק צווישן דאס מיט אייוועלט, הגם פון מיר איז נישט קיין ראיה ווייל איך זעה פונקט אזוי נישט די חילוק צווישן Methodist און Presbyterian... דער עולם דארט שפילט טויט צושוידערט ווייל עפעס א מוסולמענער בעיבי האט געזאגט אז ער גייט פארברענט א ספר תורה אלס נקמה פאר דאס וואס אן אנדערע בעיבי האט אמאל פארברענט א קוראן, דערנאך טוט זיך א געטומל צו די רעדע איז טאקע איבער א כשר'ע ספר תורה צו א פסול'ע צו אפשר גאר א KJV בייבל... ואם תמצא לומר אז די רעדע איז איבער אן ענגלישע בייבל צו דארף מען אויך שפילן אויפגעשוידערט אדער דעמאלטס איז מען פטור... דערנאך קומט אן ערוואקסענע בעיבי מיט א פרייליכע בשורה אז שוועדן רעדט איבער מאכן אומלעגאל דאס פארברענען פון ספרי תורה, נאר דאס פעלט מיר אויס... הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון ספרי תורה און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן פארבאטן דאס פארברענען פון חמץ ערב פסח, היל"ת! בקיצור, אן ערליכער איד האט נישט וואס צו זוכן אויף אזא פארום.
איך פארשטיי נישט די פראבלעם פון שוועדן מען זאל זיי פשוט געבן א ספר תורה וואס א מין האט געשריבן און א ספר תורה שכתבו מין דארף מען פארברענען! און פטור אן עסק
נשלח: זונטאג יולי 16, 2023 6:38 pm
דורך טינט פען
berlbalaguleh האט געשריבן:טינט פען: זיין קאמערשל נאמען זאגט מיר גארנישט. איך בין נאך (ב"ה) נישט געווען ביי זיינע טישן און גענימען שיריים פון ידיו הקדושים. און וואס ער האט טועם געווען בפה קדשו. אפשר חנוכה. אויב ער'ט טיילן געשמאקע דזשעללי און קאסטערד דאונאטס...!
מה שמו הקדוש. וואו האט ער זיין ביהמ"ד?!
זיידי בערל איז שוין צו אלט פאר די זאכן .
היימשטאט איז די ארוינישע אויסגאבע אין קרית יואל והגלילות וגללים גלילותיהם,
דער היימשטאט פראבירט צו שטיפען אלע מחלוקת וואס איז שוין א פארגאנגענהייט, און עס צוריק ארויפברענגען אויפן טיש,
איינע פון די מומחיות פון היימשטאט איז די קאפי פעיסט קנעפל, פון נעמען איידיעס פון א צווייטן און עס קאפיען פאר זיך.