א גיטען @תורת א' שכח פאר'ן אהערשטעלן די אשכול!
איך ווייס אז עס קימט נישט דא אריין אבער איך האב געוואלט נאר וויסן וויאזוי האט איר געהאט די מעגליכקייט צו עפענען אן אשכול?
איך האב נישט די מעגליכקייט צו עפענען אן אשכול.
אונז ביידע דא זענען אין די זעלבע ראנק "א גאסט אין שטיבל"
נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 12:17 am
דורך קאצקע ציקער
יעקב פאטאש האט געשריבן:א גיטען @תורת א' שכח פאר'ן אהערשטעלן די אשכול!
איך ווייס אז עס קימט נישט דא אריין אבער איך האב געוואלט נאר וויסן וויאזוי האט איר געהאט די מעגליכקייט צו עפענען אן אשכול?
איך האב נישט די מעגליכקייט צו עפענען אן אשכול.
אונז ביידע דא זענען אין די זעלבע ראנק "א גאסט אין שטיבל"
וועסט באמערקן אז זיין ניק איז אויך נישט בלוי אזוי ווי דיינס איי געס ער האט פראטאקציע...
נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 9:12 am
דורך יעקב פאטאש
דאס איז טאקע מיין שאלה. ווי אזוי קען איך האבן פראטעקציע?
איז דא א סיסטעם פין תקנות דא אין שטיבל וואס איז Non Negotiable אדער פאר געוויסע גייט נישט אן קיין תקנות?
תורת א' האט געשריבן:א גוט יאהר אלע חשוב'ע מעמבערס. מיר הייבן דא אן א סעריע פון רעקארדירטע ווידעא קליפס על פרשת השבוע. מיר האפן אייך צו ברענגען אי"ה א יעדע וואך א, בערך, פינף-מינוטיגע קליפ - א ווארט, א כאפ אויף די וואכעדיגע סדרה.
מאנכע דא זענען שוין מן הסתם באקאנט מיטן דאזיגן סעריע און איר תוכן, אלנפאלס, מיר וועלן פרובירן אהערצושטעלן וועכענטליך unique עקצענטערישע און שעפערישע בליצן אויף די סדרה, וואס וועט אייך האפענטלעך פארברייטערן דעם דעת און סטימולירן די מחשבה.
מיט האפענונג אז איר וועט הנאה האבן.
וואלסט אפשר געקענט מער אויסשמועסן דיין ציל מיט די קליפס? וואס ווילסטו אויפטוהן? און וועם צילסטו? און איז דא עפעס א ספעציפישע מהלך וואס לויפט דורך אלע קליפס?
נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:25 am
דורך תורת א'
ששון ושמחה האט געשריבן:
וואלסט אפשר געקענט מער אויסשמועסן דיין ציל מיט די קליפס? וואס ווילסטו אויפטוהן? און וועם צילסטו? און איז דא עפעס א ספעציפישע מהלך וואס לויפט דורך אלע קליפס?
וואס פעלט אויס אן עקסטרע שמועס ווען די פרוף איז אין די פודינג? דער טשאנאל פארמאגט שוין א קאלעקציע פון די לעצטע צענדליגער וואכן, כאפט אן איבערבליק אין אן איבריגע מינוט און איבערצייגט אייך אליינס.