ר' שלמה גאנצפריעד - בע הקיצור ש"ע זי"ע יארצייט כח' תמוז
נשלח: מאנטאג יולי 17, 2023 6:31 am
רבי שלמה בן יוסף גאנצפריד (ה'תקס"ד 1804- כ"ח תמוז ה'תרמ"ו 1884) איז געווען ראש בית דין אין אונגוואר און דער מחבר פון קיצור שולחן ערוך און נאך ספרים.
שלמה גאנצפריד איז געבוירן אין אונגוואר, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער ר' יוסף. ער איז פאר'יתומט פון זיין פאטער ביי אכט יאר, און איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי הרב ר' צבי הירש העלער ז"ל. ווען ר' צבי הירש העלער איז געווארן ראש-ישיבה און דערנאך רב אין באניהאד האט ער מיט גענומען מיט זיך דעם קליינעם אכט יעריגער יתום יוסף גאנצפריעד און עם דארט אריין געשטעלט אין די ישיבה מיט בחורים אוואס זענען געוועזען אסאך עלטער פון עם.
ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין באניהאד. שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגוואר און געווארן א סוחר פאר א קורצע תקופה.
ער האט מחבר געווען חשובע ספרים. זיין ערשטע ספר, 'קסת הסופר', אויף הלכות כתיבת סת"ם איז פארעפנטליכט געווארן אין תקצ"ד, מיט הגהות פונעם חתם סופר. און תר"ג האט דאס שטעטל ברעזעוויץ (היינט סלאוואקיי) אים אויפגענומען אלס רב. אין תר"י איז ער צוריק קיין אונגוואר וואו מ'האט אים אויפגענומען אלס ראש בית דין.
ער איז די מערסטע באוואוסט פאר זיין "קיצור שולחן ערוך", וואס אנטהאלט רוב פראקטישע הלכות, בעיקר שולחן ערוך "אורח חיים" און טייל פון אנדערע חלקים אין שולחן ערוך. אויך האט ער געשריבן "לחם ושמלה" אויף הלכות נדה, טבילה און מקוואות.
ווי אויך איז ער געווען זייער אקטיוו אין די מערכה נגד הריפורמים אין יאר תרכ"ט 1869 צוזאמען מיטן הייליגען חת"ס דאן האט ער געשריבען א ספר מיטן נאמען ספר גלוי עס איז געשריבען אין די דויטשע שפראך אז אלע זאלן דאס קענען פארשטיין.
זיינע ספרים
קסת הסופר (תרצ"ד)
פני שלמה (תר"ו) (אויף מסכתות בבא קמא און בבא מציעא)
תורת זבח (תר"ט) (אויף הלכות שחיטה ובדיקה)
לחם ושמלה (תרמ"א)
אפריון (עה"ת) (תרס"ו)
אהלי שם (תרל"א)
קיצור שולחן ערוך (תרס"ד)
ספר גלוי (תרכ"ט)