בלאט 1 פון 4
אונזער אמעראצישע געשרייבעכץ
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
דא גיי איך אויסדרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכצער.
איך גיי ניטעמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניקס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זעמיר אויפגעוואקסן, געשריבן און געלייענט, זענען פאראן עטליכע ניקס וואס זייער געשרייבעכץ דא איז ממש א פחד.
איך ווייס נישט צי איך זאל זיי אליינס בלעימען פארן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.
איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צולערנען אליינס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טון א בעסערע דזשאב ווי אונז.
אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:59 pm
דורך we will
I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:07 pm
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:דא גיי איך אויס-דרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכ'צער.
איך גיי ניטאמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניק'ס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זענען מיר אויפ-געוואקסן, געשריבן און געליינט, זענען פאראן עטליכע ניק'ס וואס זייער געשרייבעכ'ץ דא איז ממש א פחד.
איך ווייס נישט צו איך זאל זיי אליינ'ס בלעימען פאר'ן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפ'ן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.
איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צו-לערנען אליינ'ס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טהון א בעסערע דזשאב ווי אונז.
אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.
האב איך געמאכט א גוט'ן דזשאב? דזשאסט קידדינג, איך שטעל מיר צו צום אנטריסונג דיינע, מיר וועלן נישט רוען ווילאנג דערוילעם וועציך דערלערנען שרייבענען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:47 pm
דורך טאמבל סאס
we will האט געשריבן:I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish
אידישע פרויען וועלן קיינמאל (עכ"פ אין די קומענדיגע צען יאר) זיך נישט געהעריג דערלערנען א גוטע אידיש צוליב עטליכע טעמים
1 עס פעלט זיי אויס ווי א לאך אין קאפ, זיי באגייען זיך מיט ענגליש א מחיה. 2 יעדע דריטע ווארט איז לשה"ק, זיי צעברעכן זיך די ציין 3 איינמאל דו קענסט א גוטן ענגליש, איז זייער שווער צו לייענען די לאנגע נערווירנדע אידישע שפראך מיט די באקסעדיגע לאנגע אויתיות, און ארעמקייט אין אויסדרוקן.
חוץ אויב די סקול'ס וועלן אנפאנגען לייגן ווייניגער געוויכט אויף ענגליש, (וואס וועט קיינמאל נישט פאסירן ווילאנג מ'לעבן מיר צווישן גוים, און די מאן ברויך זיצן אין כולל אפאר יאר נאכן הייראט) וועלן די פרויען און מענער בלייבן א אפגעזונדערטע פאלק אין שפראך, וואס איז אייגנטליך זייער א גוטע זאך לפי חסידות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 5:58 pm
דורך משה געציל
א באנדע אויפגעקלערטע חברה דא! פארוואס אין די וועלט ברויך מען קענען שרייבן? דאס איז דאך געווען די ציל פון די משכילים, קודם קענען דקדוק, שפראך, ווערן געבילדעט אלס אינטעליגענטע מענטשן, אזוי ארום גרינגער קענען פארכאפן כלל ישראל אין זייערע געדאנקען-גאנג. ב"ה לא אלמן ישראל, וואו אימער כלל ישראל געפונט זיך נאר צושפרייט, אין סיי וועלכע עק אין די וועלט בין הגוים, האלט מען זיך שטרענג צום מסורה, שפת האומה קען מען נישט, דקדוק לערנט מען נישט, אידיש רעדט מען נאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:43 pm
דורך איך אויך
וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:25 pm
דורך נפתלי
איך אויך האט געשריבן:וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?
איין גרויסע טעות מהחל ועד כלה,
דא רעדט מען אבער נישט פון קיין טעותים נאר אמעראצעס (ספעלינג און גרעממער) און נישט פון קיין אנדערע שרייבער נאר פון אונזערע שרייבער
אלזא איר האט געדריקט אן אומריכטיג קעפל
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:57 pm
דורך איך אויך
חוץ פון אלע אנדערע שטותים בין איך זייער נייעריג צו וויסן ווער איז געווען חכם מנחם דער בלעכר וואס דער ענגלישר גענעראל רומל האט אזוי געציטערט פון עם...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:00 pm
דורך איינער
יאנקל האט געשריבן:דער פראבלעם פאנגט זיך אן אין די מוסדות. מוסדות זעען זיך ווי א מקום וואו "מ'לערנט תורה און יראת-שמים", און נישט ווי עס דארף צו זיין באמת: א חינוך אנשטאלט, וואו מ'ערציט קינדער אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע פראדוקטיווע גוט-געבילדעטע אידן.
שרייבן איז נישט א זאך וואס מ'זעט ווי א תורה'דיגער ענין, און דעריבער זעט מען נישט קיין חשיבות דערין. גיט נאר א קוק אויף די צעטלעך וואס די הנהלה און די מלמדים שיקן אהיים, און ציילט וויפיל גרייזן מען קען אריינשטופן אין "נח" און אין "לך לך".
פוק חזי, פילע מוסדות אין קרייזן וואו מ'האלט ניטל פון 12 מיטאג שיקן אהיים די קינדער ווי נאר ניטל פאנגט זיך אן, ווי כאילו א מוסד האט נישט וואס צו טון מיט די קינדער חוץ לערנען תורה. דאס ווייזט אויף דעם נישט-ריכטיגן בליק אויף דעם ציל און אחריות פון א מוסד.
יאנקל איז 100 פארצענט גערעכט, מען האט אונז (סאטמארע) קיינמאל נישט אויסגעלערנט שרייבן אדער ספעלן, נישט אידיש און נישט ענגליש. עס איז דא מענטשן וואס כאפן אויף גרינגער דאס שרייבן און ספעלן, איך בין נישט פון די. כאטש איך ליין אסאך, האב איך מיך אייביג געפלאגט מיט שרייבן. און איך בעט אנטשולדיג פאר אלע מיינע גרייזן איך האף אז איר פארשטייט וואס איך שרייב. איך בין זיכער אז אויב מען וואלט אויס געלערנט שרייבן אין חדר וואלט איך געקענט גוט שרייבן און עס וואלטן געווען אסאך מער גוטע שרייבער דא אין קאווע שטיבל. און נאכמער עס נישט דא קיין שום בוך וואס איך ווייס, וואס איך קען קויפן זיך אויסצולערנען שרייבן אידיש לויט די ריכטיגע כללים וואס מיר חסידים באניצען זיך.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 9:05 pm
דורך משה רוקח
DotCom האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:דא גיי איך אויס-דרוקן מיין אנטריסונג אויף אונזער (סיסטעם?) פון אמעראצישע געשרייבעכ'צער.
איך גיי ניטאמאל בארירן דעם ענגליש, ווי מען זעהט דא אפאר ניקס שרייבן מיט אזעלכע גרייזן אז ס'איז א שרעק.
אבער אפילו אונזער היימישע מאמע לשון, אידיש, וואס מיט דעם זענען מיר אויפ-געוואקסן, געשריבן און געליינט, זענען פאראן עטליכע ניק'ס וואס זייער געשרייבעכ'ץ דא איז ממש א פחד.
איך ווייס נישט צו איך זאל זיי אליינ'ס בלעימען פאר'ן זיך נישט אויסלערנען שרייבן ווי א מענטש צווישן מענטשן;
אדער זייערע עלטערן, וועלכע זענען מסתמא געווען פאריאגט און פארפלאגט און געהאט בעסערע דאגות אויפ'ן קאפ בשעת די קינדער האבן זיך געלערנט שרייבן;
אדער די הנהלה פון די ת"ת וואס האט נישט גענוג פארלאנגט פון די קינדער צו שרייבן כמו שצריך.
איך וויל באמת קיינעם נישט בלעימען, נאר מתקן זיין על לעתיד. זיי זאלן זיך אביסל צו-לערנען אליינ'ס, און מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן טהון א בעסערע דזשאב ווי אונז.
אלענפאלס, עס איז קריטיש וויכטיג עס זאל ארויסקומען א "אידיש שרייבן קלאס" וועלכע זאל אויסלערנען אונזערע יונגעלייט דאס מינימום שרייבן.
האב איך געמאכט א גוט'ן דזשאב? דזשאסט קידדינג, איך שטעל מיר צו צום אנטריסונג דיינע, מיר וועלן נישט רוען ווילאנג דערוילעם וועציך דערלערנען שרייבענען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:21 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:we will האט געשריבן:I think the Yiddish language is very weak among women, while the English language is very weak among men. Need to focus on the men in the English language and the women on the Yiddish
אידישע פרויען וועלן קיינמאל (עכ"פ אין די קומענדיגע צען יאר) זיך נישט געהעריג דערלערנען א גוטע אידיש צוליב עטליכע טעמים
1 עס פעלט זיי אויס ווי א לאך אין קאפ, זיי באגייען זיך מיט ענגליש א מחיה. 2 יעדע דריטע ווארט איז לשה"ק, זיי צעברעכן זיך די ציין 3 איינמאל דו קענסט א גוטן ענגליש, איז זייער שווער צו לייענען די לאנגע נערווירנדע אידישע שפראך מיט די באקסעדיגע לאנגע אויתיות, און ארעמקייט אין אויסדרוקן.
חוץ אויב די סקול'ס וועלן אנפאנגען לייגן ווייניגער געוויכט אויף ענגליש, (וואס וועט קיינמאל נישט פאסירן ווילאנג מ'לעבן מיר צווישן גוים, און די מאן ברויך זיצן אין כולל אפאר יאר נאכן הייראט) וועלן די פרויען און מענער בלייבן א אפגעזונדערטע פאלק אין שפראך, וואס איז אייגנטליך זייער א גוטע זאך לפי חסידות.
איך בין נישט מסכים מיט דיר אז אין די אידישע שפראך איז פארהאן א מאנגל אין אויסדרוקן. ס'איז נאר אן ענין פון לערנען און ליינען אויף אידיש. דאס אז אידיש האט זייער א סאך ווערטער פון לשה"ק איז נישט קיין חידוש. די אידישע שפראך פארמאגט אויך א הויכע פראצענט ווערטער פון די "סלאווישע" שפראכן. אויך פראנצויזישע ווערטער זענען פארהאן זייער א סאך אין אידיש,וואס מיר כאפן אליינס נישט פון וואו ס'שטאמט. נאר דער אשכול איז נישט געשטעלט אויף "עטימאלאזשי" (שפראך פארשונג).
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 1:31 am
דורך berlbalaguleh
נפתלי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:וויפיל טעותים און שטותים קענט איר אפציילן?
איין גרויסע טעות מהחל ועד כלה,
דא רעדט מען אבער נישט פון קיין טעותים נאר אמעראצעס (ספעלינג און גרעממער) און נישט פון קיין אנדערע שרייבער נאר פון אונזערע שרייבער
אלזא איר האט געדריקט אן אומריכטיג קעפל
די טעותים אין אויבנדערמאנטן בוך זענען פילפאכיג. נאר ס'איז דא טעותי הדפוס אויך. איינס איז זיכער. דער בוך איז געשריבן געווארן דורך "אמעראצעם" פאר "אמעראצעם" . און ס'איז פול מיט "אמעראצעס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:59 am
דורך נולד מאוחר
בעסער שפעט ווי קיינמאל.
אפשר קען איינער שרייבען אדער לינקען די בעסיק אידיש שרייבן/ספעלינג ראלס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:42 pm
דורך DotCom
איך וועל דא שרייבן אפאר שורות וואס כאב מיר געשריבן מיט איינעם אין אישית א צייט צוריק.
....כוועל נישט לייקענען אז דיין ספעלינג און גרעמער איז נישט דאס בעסטע אבער ביי מיר איז דאס נישט קיין גרויס עסק, די עיקר מ'פארשטייט און מ'רעדט ווי מענטש צו מענטש, ס'דא אסאך ניק'ס וואס צייכענען זיך טאקע אויס אין ספעלינג אבער כ'אנטלויף פון זיי כמטחוי קשת...
איך ברענג עס דא, כדי די וואס קענען נישט ספעלן זאלן נישט אנטמוטיגט ווערן פון ווייטער שרייבן, ספעלינג איז טאקע א וויכטיגע זאך אבער נישט די וויכטיגסטע, און אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:29 pm
דורך [NAMELESS]
אז מ'דעדט שוין פון 'אמעראצישע' געשרייב'ע'כץ....
shas האט געשריבן:ur right but it harms less a adult i think, maybe im wrong, i dont hold of that idea at all. but im trying to put myself into other peoples matzev here.
ודפח"ח.......!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
DotCom האט געשריבן: אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.
איי דאונט טינק סאו.
וואס איז מיטן "שבשתא כיון דעל על"?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:01 pm
דורך DotCom
שמעקעדיג האט געשריבן:DotCom האט געשריבן: אדרבה ווי מער מ'שרייבט לערנט מען זיך בעסער אויס בעז"ה.
איי דאונט טינק סאו.
וואס איז מיטן "שבשתא כיון דעל על"?
מ'דארף נישט דא חושש זיין דערויף, ס'דא גענוג שומרים אויף דעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
וואס הייסט מען לערנט זיך?
אז איינער שרייבט "געוועין" מיט א איבריגע יו"ד, ווי אזוי וועט ער זיך אויסלערנען דאס נישט צו שרייבן?
אז איינער פארמישט אין/און, אדער שרייבט יעדע צווייטע ווארט מיט א "איבריגען" ע', און פארטוישט די/דו, וויאזוי און ווען ווערט ער זיך דערלערנען?
כ'וויל פשוט פארשטיין.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:12 pm
דורך DotCom
ביסט גערעכט מיט די קליינע טעותים, כאב בעיקר געמיינט די וואס זייער שרייבן קוקט אויס בערך אזוי ווי די ארגענטינער רעדן, דאס ווערט בעסער צוביסלעך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:32 am
דורך משה רוקח
די היינטיגע גרייזיגע אידיש איז א תוצאה פונעם 'דער בליץ'.
אויב איינער האט עס אמאל פראבירט צו ליינען, וועט ער גלייך פארשטיין וואס איך רעד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
משה רוקח האט געשריבן:די היינטיגע גרייזיגע אידיש איז א תוצאה פונעם 'דער בליץ'.
אויב איינער האט עס אמאל פראבירט צו ליינען, וועט ער גלייך פארשטיין וואס איך רעד.
מהאי טעמא האבן עס די חשוב'ע רבנים האוסרים נישט אריינגערעכנט אין די קונמי, חרמי ואיסורי וואס זיי האבן אויסגערופן אויפ'ן שטערן און שפאקטיוו. ווייל אז מען וועט ליינען דעם בליץ וועט מען בלייבן דער זעלבער עם הארץ און אומוויסנדע בריאה. משא"כ דער שטערן און שפאקטיוו וואס זענען נארמאלע אידישע אויסגאבעס וואס קענען צו ברענגען אביסל ידיעות אויף אן ערלכן אופן, דאס נישט. ס'איז דא נאך טעמים. אבער דער אויבנדערמאנטער טעם איז נאר על פי נגלה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
די לעצטע 2 תגובות האבן מיר גורם געווען אן אויספלאץ. איך האף אז דאס איז נאר בדרך הלצה.
פליז קארעקט מי איף איי עם ראנג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:33 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט מען לערנט זיך?
אז איינער שרייבט "געוועין" מיט א איבריגע יו"ד, ווי אזוי וועט ער זיך אויסלערנען דאס נישט צו שרייבן?
אז איינער פארמישט אין/און, אדער שרייבט יעדע צווייטע ווארט מיט א "איבריגען" ע', און פארטוישט די/דו, וויאזוי און ווען ווערט ער זיך דערלערנען?
כ'וויל פשוט פארשטיין.
וואס איז טאקע די כלל ווען מ'לייגט יא אדער נישט אן 'ע'?
ווי קומט יא אדער נישט אריין א אפאסטראפי (') אינמיטן פון די ווארט?
איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.
יישר כח.