אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?

שליחה דורך לייביששרייבער »

וויפיהל אידישע צייטונגען און מעגעזינען זענען פארהאן, און וועמען און וואס פיטערן זיי ?

אבער דער עיקר העיקרים פון די ארטיקעל איז בכלל נישט צו וויסען ווער זענען די הייטיגע ארטעדאקסישע שופרות. סיי ווער עס האט האט היינט א מעגליכקייט צו דריקען אידישע אותיות, און האט א סאשעל מידיע אקאונט איז אטאמאטיש אן אינפלוענסער (אין זיינע אייגענע אויגען), און רעדט בשם כלל ישראל אלץ א פרטרעיטער לטב ולמוטב. צו איך וויל ער זאל זיין מיין פארטרעיטר צו נישט, איז ער זעלבסט געקרוינט נאך וואס ער האט שין 5 פאלאוערס אויף זיין סאשעל מידיע פלאטפארמע.

אבער אין די נישט לאנגע פארגאגענהייט האט א צייטונג געמיינט זייער אסאך און דאס האט פארמירט דעם דעת הקהל געוואנדען אין זיינע אנטשואינגען און שיטות הן באידישקייט, הן בפאליטיק, והן אין אקאנאמיע. דער מיינונג איז געווען נוגע פאר די פאליטיקאנטען וואס זענען געלאפן צו ווערן שטאטישע טאטעס אין די לאקאלער דיסטריקטס ווי אידן האבן געקענט פארמירן א בלאק וואוט, למשל ב"פ, וומ"ס, מאנסי, מאנרא וכ"ו אין יענע צייטן ווען א צייטונג האט נאך געפיטערט און פארמירט דעם דעת הקהל איז א צייטונגס פלאטפארמע געוועזען א וויכטיגער טייל אין די לעבן פון די ליינער.

כהיום אויסער וואס דער בלאט האט מחליט געוועהן אז ער ווערט נישט בכבודיג אדער בכלל נישט געדעקט אין דער איד און קיינער ווייסט נישט ווי מעכטיג זיין פארטיי איז און וואס עס טוהט אלץ אויף האבן זיי געעפענט א שופר אין די פורם פון א צייטונג וואס עס קומט ארויס א יעדע וואך.

לאמיר כאפן א בליק אין דעם צייטונג. אדער סיי וועלעכע אידישע צייטונג וואס קומט ארויס מדי שבת בשבתו.

בדרך אגב, עס איז באקאנט דעם ווארט פונעם סאטמאר רב זי"ע דער בעל דברי יואל אז די צייטונג קען מען קיין איין ווארט נישט גלייבען אפי' דעם דאטום וואס עס איז געדריקט אויפן ערשטער בלעטעל ווי עס שטייט פרייטאג איז שקר. די צייטונג איז שוין געדרוקט געווארן מיטוואך דריי טאג פריער.

וואס טרעפן מיר ווען מיר עפענען דער איד, דער בלאט, די צייטונג, אדער די וועכענטליכע המבשר, און בקהילה וכו'

רוסלאנד האט געמאלדן אז ער שיקט ארויס טרופן אויפ'ן אוקריינישער פראנט דורך לבוב. דאס האט פארסירט זונטאג מיטאג. ביז מיטוואך זענען שוין די סאלדאטן אויפן לבובער פראנט צו שטויסען און געמאכט צענדליגער ריקצוגען, און שוין איבער געווארפן באמבעס אוף צענדליגער אנדערע פראנטן. און ווי אויך א יעדע וואטסעפפ גרופ פון המלך סטאטוס, כל העולם כולו, ישיבה ווארלד, און איך ווייס אפי' נישט וויפיל נאך וואס ברענגט די נייעס די סקונדע וואס סי. ענ. ענ. אדער פאקס נייעס אגענטור מעלדט די נייעס האט ער עס שוין אין אידיש קאפירט, צו ער פארשטייט יא צו נישט א צווייטער פראגע. אבער ביי מיר אין וואטס-עפפ איז דא א ברעיקינג ניוס אין אט די זעלבע מינוט.

אלע סטעטוסירער זענען אויף געסיינט מיט אלערטס און פידס צו באקומען די נייעס און פרובירן זיין די ערשטע פון אלע סטאטוסירער וואס מעלדן דאס. ווייל אויב נישט איז ער דאך נישט אזוי מעכטיג.
מיינונגען, ווערט דעבאטירט ביי אלע וואס ליינען אויף די וועב זייטליך פון די אפיציעלע מידיע קוועלער און פלאפלען נאך זייער אנאליזן און די אידישע בלאגס ק"ש, איי וועלט, אידיש וועלט פארוםס וכו' און די אלע אנאליטיקס וואס ווערט אנאלעזירט אין די היימישע חסידישע צייטונגען איז נאר וואס דער שרייבער זעלבסט האט געליינט לפי רוחו אין די אפיציעלע מידיע וואס קוואקעט עס נאך אינעם פארמאט פן אן ארטיקעל אין די צייטונג ווי ער שרייבט. און ווי אויך אויב זעהט ער עפעס איטערסאנט פון א גוטער אנאלעזירער אין די שטיבלעך וועט ער אים אויך נאך פלאפלען (פארשטייט זיך אן ציטירן פון ווי עס קומט אט דאס)

אויב אזוי וואס ברענגט היינט א צייטונג פאר זיינע ליינער. אפי' שמחות און סתם הודעות ווערן שוין דיסטריביוטעדט אין א יעדעס ביהמ"ד ביה"כ פון מדי יום ביומו, דבר יום ביומו, און די אלע אנדערע בלעטער וואס עס קומט ארויס ווי שוועמעל נאך א רעגן און מאכט זיך פונקט אזוי שנעל צו.

נאך א דרך אגב האט מיר א גרעפיקער געזאגט נישט צו לאנג צוריק, אז דער דבר יום ביומו, ניצט די קאפי מאשינס פון אן אנדערע טאג בלעטעל עס איז פשוט א שאד אז צוויי בלעטער זאלן האבן זייער אייגענע מאשינען. פרעיג איך עים עס איז דאך ממש די זעלבע אינפארמאציע פארוואס דארף ער האבן צוויי גראפיקערס איז עס אזוי ווי דזשעי דזשעי מהדרין ?

זאגט ער ניין, עס זענען צוויי באזונדערע בעלי בתים וואס האבן בשותפות מאשינען. גיי ווייס ווי אזוי עס ארבעט.

עכ"פ וואס קומען אונז די גרויסע צייטונגען אונז פארקויפן לגבי וואס א צייטונג איז מכלומרשט געמאכט פאר ?

ווען וועלט איז געווען וועלט ארטאדאקסיע האט געהאט א שיטה, א יעדע רב, און פשוטער בה"ב האט געהאט א מנהיג, א שיטה, און א מסורה, איז געווען וויכטיג אז די צייטונגען זאלן פראקלאמירן און אנאלאזירן לויט זייער אייגענער שיטה און ארטדאקסישע, מנהיגים צו פארמירן דעם דעת הקהל, ווייל ווען נישט האט דער דעת הקהל נישט פון ווי צו נעמען דעם נייעס אויסער מעין סטרים מידיע וואס ווענט זיך לויטן פארטיי ריפאבליקען, דעמאקראט, רעכטס, און לינקס. און פון דארט נעמען החלטהס אויף וויכטיגע געזעלשאפטליכע אישוס וואס א פשוטער ארבייטער און פאריאגטער מענטש האט נישט די צייט צו מחליט זיין פון וואס ער ליינט וואס ער זאל טראכטן און מנפה זיין בשבע נפות. איז געוועזען א יעדער צייטונג פאר די פאלאוערס פון די אנטשאוינגען.

למשל אגודה מעמבערס האבן באקומען זייער אינפארמאציע פון די המודיע.
אמעריקאנער ארטדאקסיע יאנג איזריעל האט באקומען זייער אינפארמאציע פון זייער אייגענער צייטונג דזשואיש פרעס א.א.וו. א יעדער פאר זיך, אבער היינט ?????????????

ווער בעצם איז אינטערסירט וויפיל מענטשען עס איז געווען ביים טיש, ווער עס איז יא אינטערסירט איז דארט געווען, פאר וועם און פארוואס ווערט עס געדעקט פאר א נייעס ווען עס איז בכלל נישט קיין נייעס, קיינער אויסער ווער עס איז דארט געווען קימערט זיך בכלל נישט דערמיט. ווער ליינט עס, ווער עס איז דארט געווען און זעהט גלייך אז עס איבער געטריבן און מוגזם וועמען פרובירט מען נארן אין זאק דא ?

מיר האבן פרובירט זאמלען וויפיהל מיר ווייסען פון, אבער עס איז נאך דא אסאך אינפארמאציע וואס מיר האבן קיין האנט דעראויף נישט געקענט לייגען, איז ע"כ ביטע העלפט ארויס און לייגט צו וואס איר ווייסט וועגען דעם נושא.

דא איז צוגעצייכענט א ליסטע פון אסאך צייטונגען מעגאזינען, אבער אינפארמאציע האבן מיר נאר אויף גאר מאנכע.

די ליסטע מיינט נישט צו זאגען אז אויף די צוגעצייכענטע צייטונגען האבן מיר יא אינפארמאציע. די ליסטע איז א ליסטע פון צייטונגען, וואכען שריפטן, און מעגאזינען וואס מיר זענען באקאנט אז זיי פארפיגען באיזה אופן שהוא אבער נישט מער פון דעם.

מיר קענען בעצם נאך גיין א יעדעס צייטונג און זעהן ווער וואס, ווען, און ווי. אבער כדי צו האבן אין דעם א שותף פעולה לייגען מיר זיי קודם ארויס כמות שהוא און ווען מיר וועלן האבן צייט צו אפיר קראצען אינפארמאציע וועלן מיר פרובירן צו ציטירן אן רעדאגירן.
  • דער איד
    אינטערעסאנט
    דער בלאט
    בקהילה
    בשעה טובה
    גוט מארגן
    דבר יום ביומו
    די וואך
    דער באריכט
    דער בליץ
    דער מאמענט
    דרכנו
    המבשר
    המודיע
    המחנה החרדי
    די וועלט
    זשואיש פרעס
    יתד נאמן
    מאמענט
    מקור ראשון
    משפחה (מאגאזין)
    עולם החרדי
    די צייטונג
דער איד איז אַ אידיש שפּראַכיגע סאַטמאַר-זאליס צייטונג, הויפטקווארטירט אין וויליאמסבורג.

היסטאריע
דער איד איז אָריגינעל געגרינדעט דורך ר' אַהרן ראָזמאַרין ז"ל און סאַטמאַרער חסידים האָבן דאָס פון אים אפּגעקויפט אין תשט"ו. אין די אָנהייב-יאָרן איז זי דערשינען איינמאָל אין צוויי וואָכן. שפּעטער האָט ר' חיים משה שטויבער זי ארויפֿגעאַרבעט ווי א צײטונג מיט אַלערליי וועלט נײעס, און אָנגעהויבן צו ערשײנען וועכנטליך.

דער ערשטער רעדאַקטאָר איז געווען דער דענקער און שריפטשטעלער ר' אוריאל צימער, ארויסגעבער פון א השקפה-ביכל קעגן ציוניזם.שפּעטער האט דער סאַטמאַרער רב זי"ע געשטעלט ר' בערל פרידמאן, א זון פון ר' ליפא פרידמאן, אלס רעדאקטאר.

דער איד איז יארנ-לאנג געוואָרן געדרוקט דורך דײטש פּרינטינג, וואָס איז אָנגעפירט געוואָרן דורך ר' סענדער דייטש. ר' סענדער איז אויך געווען איר לאַנגיעריגער רעדאקטאר אין דער איד.

איןאנהייב 80ער יארן ווען דער סיגעטער רב ז"ל פון ב"פ האט איבער גענומען דעם סאטמערען כסא הרבנות, נאך וואס דער פעטער זיינער דער סאטמאר רב זי"ע דער מייסד הקהילה פון סאטמאר דאהי אין אמעריקא. האט נישט איבער געלאזט קיינע קינדער צו אים קענען שטעל-פאר-טרעטער נאך זיין פטירה און פירן ווייטער די גרויסער קהילה, האט משה גבאי (פערזענליכער סעקרעטאר פונעם ברך משה ז"ל) איבערגענומען דאָס גאַנצע ווירטשאַפט דערפון. ממילא דינט דאס די אינטערעסן פון ר' זלמן לייב טייטלבוים (וואס משה גבאי האט דוקא געוואלט אז דער צווייטער זוהן זאל איבער נעמען דעם ברך משה,ס הנהגה) אנטקעגן ר' אהרן טייטלבוים, נאכדעם וואס דער איד האט אים געבויט פאר די פּארטייישע לייענער יארנלאנג.

דער איד איז פאר 40 יאָר געווען די איינציגע אידישע צײטונג פאַר חרד'ישע אידן אין אמעריקע. אין 1986 האט ר' אברהם פרידמאן, זון פון ליפא פרידמאן, איבערגעלאזט דער איד און האט זיך געעפנט אן אייגענע צײטונג מיטן נאמען די צייטונג.

און יאר תש"ס, עטוואס נאך דער סאטמאר מחלוקת האט אויסגעבראכן, האבן די אהרונים געעפנט אן אייגענע צײטונג דער בלאַט, אויפן זעלבן סאטמארער אנטי-ציוניסטישן סטיל ווי דער איד.

דער היינטיגער רעדאקטאר פון דער איד איז ר' אהרן פרידמאן אבער די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך ר' משה לייב דייטש, ווי ער שרייבט די רעגלמעסיגע עדיטאריעלס צו ווי ער שפאסט און רייסט אראפ דעם סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר' אהרן טייטלבוים, מיט זיינע חסידים.

פון אירע שרייבער איז ר' וואלף דייטש און זיין טאטע ר' שמואל אהרן דייטש וואס ער איז א זון פון איר לאנג יעריגער רעדאקטאר, ר' סענדער דייטש.

אויך לויפן וואכענטליך ארטיקלן פון דעם באקאנטן חרדישן שריפטשטעלער ר' הערשל פרידמאן וואס איז א ברודער פון איר רעדאקטאר ר' אהרן פריעדמאן, אונטערן פענע נאמען פ. הירש און באבד און נאך נעמען.

דער איד האט אפט ארטיקלען װאס מאכן װיצן פון אלגעמײנע אידן װאס געהערן צו דער אגודה און ציוניסטישע קרייזן.

אינטערעסאנט
איז א מאגאזין אין אידיש, וועלכע ערשיינט איינמאל א חודש. עס ערשיינט זינט פסח, תשע"ט.
די מאגאזין קומט אין א קליינע פארמאט, און ווי עס שיינט צילן זיי די מער פרומערע ציבור. די מאגאזין אנטהאלט בעיקר ארטיקלן פון ידיעות, היסטאריע און אפהאנדלונגען וואס האט מיט אידישקייט אדער חסידות.
די שרייבער זענען על פי רוב בני תורה, טייל פון זיי באקאנטע מגידים און שרייבער.

דער בלאט
איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אַהרונים.
די גרינדונג

נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.

דעמאלטס זענען ארויסגעקומען בריוון פון א גרופע רבנים אין שפיץ פונעם סאטמארער רבי׳ן דער ברך משה אז זיי אסר'ן צו קויפן ״דער בלאט״, און אז דאס איז א העץ בלעטל קעגן דעם ברך משה.
מיט דער גרינדונג פון ״דער בלאט״ האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען. זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידות'ן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.
אייגענטום

דער אייגענטימער פון דער בלאט איז אלימלך דייטש, אן איידעם ביים בארימטן זאמלער דוד לייב גרינפעלד און פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער קרית יואל רבי'ן רבי אהרן טייטלבוים. דער רעדאקטאר איז געווען שמואל ווידער.

דער בלאט'ס אידעאלאגיע איז ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר זיין אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגן אביסל טועמיה מיט פעפער, למשל, מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפן איהר פלאץ אויף די פֿאדערשטע זייטן צולייגט אז ס'האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענער מאגאזין, די געמישטע שווים-באסיין באשריבן בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען, טשיקאווע געשיכטעס און ווי מער אויפרייסעריש.

און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידעאלאגיע ווען ס'איז נויטיג.
לעצטנס האבן זיי נאכקאפירט דעם "איד" און אויך אנגעהויבן צוטיילן די צייטונג אויף מערערע אפטיילונגען. צוערשט האבן זיי אפגעטיילט די בילדער, דערנאך האט מען געמאכט אן אפטיילונג פון אינטרעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען "דער אוצר". און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן - פון פארשידענע קהילות און מוסדות - פונעם הויפט בלאט, אונטערן נאמען "ציבור".
אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס, פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן "זומער אפטיילונג".

בקהילה מאגאזין סטרוקטור
וואכנשריפט צייטונג כולל די פאלגנדע טיילן:
" בקהילה "מאגאזין - וואס איז כולל ארטיקלען אויף אלגעמיינע טעמעס, דערציילונגען און פּערזענלעך שפאלטן זיצן אין טיילן.
" בקהילה פּלוס "-
" סוגרים שבוע "- פאליטישע דערציילונגען, שפאלטן אויף אקטועלע געששענישן און, ביי די עק פון די בלאט - צו זיצן אין א אפטיילונג ארטאדאקס קולטור.
" Macro (מאַקרו) "- נייעס ארטיקלען וועגן דער עקאנאמיע.
" פנינים "- א זשורנאַל וואס כולל ארטיקלען אין שייכות צו דער פרוי אין די הויז.
" מחמאות "- א זשורנאל וועגן עסן .
" העולם החרדי "'- פאטאגראפיעס
" חברים "- זשורנאל פאר קינדער און יוגנט.

רעדאקטארן
הויפט וואָרטירער - בינימין ליפּקין, א חב"ד חסיד וואס וואוינט אין לוד. פריער האט ער געשריבן מיט זיין פריינד יוסי אליטוב אונטער דעם פעדער נאמען מאניס לאווי אין די חב"ד זשורנאַל " כפר חב"ד", און שפּעטער רעדאקטירט דעם זשורנאַל ארטאדאקסיש - שפּאַניש יום ליום און דער זשורנאַל "משפּחה טובה".
וויצע אָנפירונג רעדאַקטאָר - אברהם דוב גרינביום
דער הויפּט רעדאַקטאָר פון "קהל" - זלמן ראדערמאן - דער וועג ווי דער זשורנאַליסט האט אנגעהויבן איז געווען ווי פאלגענד, ראדערמאן רעדט בוללעטין פונעם וואך, זיין צוקונפט איז געווען אַ זשורנאַל זשורנאַליסט כפר חב"ד, ווו ער געשריבן דערציילונגען חסידיק רבי'ס מערסטנס אוד מיטוואך אין דער זעלביגער צייט ער איינגעשלאסן דער הינטער - ארטאדאקס וואכנשריפט "קהל" אין וועלכן ער שרייבט א וואכנשריפט דערציילונגען אפּטיילונג גערופן "פאַרגעניגן-צו-לייענען" צווישן דעם רעדאקטאר און אויך געדינט ווי אַ וואכנשריפט ביילאגע "המבשר."
נייעס שרייבער און ווארטירער - יעקבֿ ריבלין, אינ-אנהייב פון זיין פובליציסטישע לאגער איז געווען דער הינטער - ארטאדאקס צייטונג, זשורנאל בעלז, ווו ער געדינט ווי א פאליטישע רעפּארטער פאר צוויי יארן. אין די 80 יארן איז געווען די פּאַפּיר'ס פּאליטיש קארעספּאָנדענט "יום השישי" (אונטער דעם פּסעוודאנים י. יריב). אין די 90 יארן געגאנגען ארבעטן אויף היגע צייטונגען, "קו עיתונות דתית", ווי ער איז געווען דער עלטסטער פאליטישע אנאליסט און פּאליטיש קאלומניסט פון "בית ספר לפוליטיקה" אין 2004, האט די צייטונג "בקהילה" צוזאמען מיט נייע עדיטינג Current ענינים קאלומניסט פאר א הויפּט גאנצע ביילאגע "סוגרים שבוע" עס אויך סערווירט ווי א קאפּירייטער אין די הארעדי מידיע.
ארדעד רעדאקטאר - יצחק הורוויץ איינער פון די מערסט מצליח צייטונג רעפּארטערס טהעאלאגיקאל עקאנאמישע ענינים און מער.
סוב שרייבער און וואָרטירער - בנימין גרנות.
עדיטארס פון "פנינים" - רוני שוב און ישראל מונטג, וקגאניטם - שׂרה פאכטער.
רעדאקטארין פון "מחמאות" - שׂרה פעכטער
שרייבער און ווארטירער פון דעם זשורנאַל "חברים" - רחל כהנא.
דער רעדאקטאר פון "עולם ומלואו"- שמחה שיין
גראפיק רעדאקטאר - רמי שרעבי.
פּראדוצירער - בצלאל רוטנברג.
סעא - ישראל פריי.
מארקעטינג פארוואלטער - נעמי מלכא - פרוי פון אַ וועטעראן און מצליח'דיגען פארקויפער (שעילס פערזאן).
געשעפט אנטוויקלונג פארוואלטער - עוזר דרוק.
חגי הובערמן - האט אנגעהויבן ארבעטן ווי א זשורנאליסט, ווי ער האט געשריבן אין די צוקוקער. נאך 18 יאר פון ארבעטן אין דער צייטונג, האט ער איינגעשלאסן דעם צוקוקער מיט עקוויוואלענט וואכנשריפט מקור ראשון. מיט די לעצט יונאפיקיישאן Unification פון די צייטונגען, הובערמאן האט באשטימט די פּאפּיר'ס מיליטער קארעספּאנדענט.
פילע יאָרן האט עס געדינט ווי דער יעשא צייטונג ווי א רעפּארטער פאר דעם צוקוקער. צווישן טבת (יאנואר 2009) מאי 2010 האט ער געדינט ווי אַ מיליטער קארעספּאנדענט פאר הובערמאן העראלד צייטונג, ווי ער האט געשריבן אונטער דעם פּען-נאמען ח. בן-אפֿרים. ער איז געווארן געפייערט נאך קריטיק'ס דרוק אויף מר. יעקב ליטזמאן (העלט מיניסטאר אין די כנסת), זינט 2009 סערווירט עס ווי א פרומער זשורנאל "מצב הרוח", און ער איז געניצט ווי א רעפּארטער פאר די הינטער - ארטאדאקס וואכנשריפט פאליטיש און מיליטעריש אין די "בקהילה."
דער וואכנשריפט קאנטראלד דורך די רוחניות קאמיטע וואָס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם פרומער טשערמאַן רבי ישראל ווייס שליטא, לינקט צו קעסיידערדיגע און גרעסטע דור פון הינטער - דעם ארטאדאקס, און מער.

אין דער פארגאַנגענהייט געדינט אין:
דוד זאב ראטענבערג, פריער געשריבן "מעריב אין ניו יארק, שרייבער און היסטאריקער און דירעקטאר פון פארום" אין די באַזאָרגט ". ער איז געווארן דיסמיסט פון די קאלום ווייל די פארלאג, האט געלויטעט ענדערשט אויף דוד זילבערשלאג.
רייטער און פאבליסיסט חיים גרינבאם, וואס איז געווען א רעגולער קאלומניסט פאר דער צייטונג און דאן געדינט ווי א רעדאקטאר, ער האט ריזיינד צו אפּגעבן זיך צו שרייבן זיין צווייטער בוך תיק מקסיקו. מיט די אינספארעשאן פון די טעגלעכער המבשר, ער איז געווארן דער ערשטער רעדאקטאר גרינבאם.
אשר מדינה - היינט רעדאקטאר פון המבשר.
ישראל קצובר פון די טעגלעך מיליטערישע קאראספעדאנטור האט געשריבן אין די אמעריקאנער המודיע, פארעפנטלעכט אין "קהל" א רעגולער קאלום אונטער דער פּען נאמען, נתן נטע גאלד.
יעקבֿ רייניץ, האט געשריבן אין די טעגליכע המודיע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

זייער שיין באשריבען.
כ׳האב געהערט פון א גוטע איד אז וויפיל אנליין נייעס פלאטפארמעס אין וואטסעפ גרופעס ס׳וועט נאר זיין, וועלן די אידישע צייטונגען נישט ארויס גיין פון ביזנעס ווייל מיר האבן דאך שבת ויו״ט.
איי געס שבת איז אינטערסאנט צו ליינען אפילו נייעס פון א וואך צוריק וכו׳ נאך אלץ בעסער פון גארנישט…
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: ייש"כ. דו ביסט, אזוי ווי שטענדיג, קולע אל השערה. (לויט ביידע פשטים. מיט א שי"ן ימנית ושמאלית.)

א סאך פון די צייטונגען און מאגאזינען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען מיר נישט באקאנט. נאר די פון וועלכע איך ווייס א ביסל מער ווי א ביסל, 'עלל איך לאזן הערן מיין מיינונג און אפשאצונג. את דעתי הקלושה.

בראש וראשון 'עמיר רעדן פון "דער איד". איך קויף עס נישט די לעצטע פאר יאר. נאר איך בין געווען א שטענדיגער ליינער פאר די לעצטע 50?יאר. איך געדענק נאך פאר ר' חיים משה שטויבער ז"ל איז געווארן דער רעדאקטאר. ווען ר' סענדער דייטש האט עס אנגעפיהרט. ער איז געווען אן אויסגעצייכנטער שרייבער און פובליציסט. ער האט געשריבן זייער שטארק גראמאטיש פונקטליך. (נישט אזוי ווי א א טייל פון די היינטיגע אידיש שרייבערס. זיי מישן אויס לשון זכר מיט לשון נקבה. לשון יחיד ורבים. נאר אפשר נישט צו שרייבן בלשון נקבה וואו ס'קומט איז אויך א חלק פון די היינטיגע פארדרייטע איידיעס און פארקרומטע אידישקייט. (צוריק צו ר' סענדער.) נאר אידעאלאגיש האט ער געהאט א גיפטיגע פען. ער האט אפגעשפעט פון אלע אנדערע רבי'ס און חסידות'ן. ער האט איינמאל ביי א געלעגנהייט זיך כמו פארענטפערט. מיט דעם באקאנטן מאמר חז"ל..." כל ליצנותא אסורא. בר מליצנותא דע"ז"...און ער האט אנגעהויבן מאכן ליצנות און געשפעט פון...ליובאוויטש, קלויזנבורג, בעלז און וויזשניץ. אויך פון קלענערע רעבי'ס און חסידות'ן. אויך איז ער געווען א היפשער דעמאגאג. איך קען ברענגען געניג משלים וואו ער האט אויסגעדרוקט א פארקערטע, בייזוויליגע און העסליכע מיינונג וואס א יעדער וואס האט א אידיש הארץ האט עס אים געשטאכן. (בסוגריים: איך ווייס ס'איז דא איינער אויף קאווע שטיבל וואס גייט מיר צוזאמשעלטן. און זיין שותף גייט מיר מעקן. מיט די געוויינליכע תירוצים.).

ווען ר' אברהם פרידמאן האט אויפגעמאכט זיין צייטונג. האט דער איד אונטער די אנפיהרערשאפט פון ר' סענדער געשריגן הויך אויף אלע טענער און אלע עדיטאריעלס ומכל עץ רענן אז דער צייטונג איז מלא ציונות וכפירה. און ס'איז אסור צו קויפן. ווען ר' אברהם פריעדמאן האט געשריבן אין אן עדיטאריעל אז זיין צייטונג שרייט אויס דעם דבר ה' האט דער איד געענטפערט אז דעם דבר ה' קען נאר אויסשרייען איינער. און דאס זענען זיי...!

די צייטונג איז בראשית דרכו געווען זייער א געשמאקע צייטונג. מיט אינטרעסאנטע ידיעות אין דעם קאלום..."אין די וועלט פון ישיבות און קהילות"...! משא"כ אין דער איד זענען די ידיעות פון קהילות באשטאנען פון די זעלבע איבערגעדראשענע זאצן (סענטענסעס)... דער קאמפאט און דער קוגל ביי אונז איז געווען זייער גוט. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעות מיט א גייסט פון דערהויבנקייט...!

ווען דער בלאט, וואס איז בראשית דרכו אויך געווען זייער א געשמאקע צייטונג. ווייל ער האט געברענגט אוינטרעסאנטע ידיעות פון אלע קהילות איבער די גאנצע וועלט, זענען די רעדאקטארן נאכאמאל ארויסגעטאנצן בקול רעש גדול מיט אן איסור חמור. (מיט די געפעלשטע אונטערשריפט פונ'ם ברך משה).

נאר הייט צו טאגס האט זיך דער בלאט דערקייקלט אלס פראפאגאנדע בלעטל פאר מהר"א שליט"א. און דער איד, אויסער די ליצנות און העץ אויף ר' אהרון וחסידיו, האט שוין א ביסל נאכגעלאזט פון זיין גיפטיגע העצע. אבער דער בלאט איז נאכאלץ גאנץ א גוטע צייטונג...!

ס'איז געווארן א גאנץ אריכות. וואס איז נישט געווען מיין כוונה. 'עמיר בלי"נ ממשיך זיין ביי א צווייטע געלגעגנהייט. ועוד חזון למועד...!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

תשפג האט געשריבן:זייער שיין באשריבען.
כ׳האב געהערט פון א גוטע איד אז וויפיל אנליין נייעס פלאטפארמעס אין וואטסעפ גרופעס ס׳וועט נאר זיין, וועלן די אידישע צייטונגען נישט ארויס גיין פון ביזנעס ווייל מיר האבן דאך שבת ויו״ט.
איי געס שבת איז אינטערסאנט צו ליינען אפילו נייעס פון א וואך צוריק וכו׳ נאך אלץ בעסער פון גארנישט…
עס איז דא נאך זאכן צו ליינען שב"ק וואס האט נישט צו טוהן מיט שוואנצאנעס, די צייטונגען ווערן פארקויפט פאר די פארטייאישע שווענץ וואס היינטיגע טעג איז די געמיינדע גענוג גרויס און עס האט א קלייענטעל.

אבער די צייטאנג פארשטיי איך נישט ווי אזוי עס פיגערירט נאך וועכענטליך וען עס באלאנגט נישט צו קיין פארטיי און פארקויפט נישט קיין שוואנצאנעס.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ. דו ביסט, אזוי ווי שטענדיג, קולע אל השערה. (לויט ביידע פשטים. מיט א שי"ן ימנית ושמאלית.)

א סאך פון די צייטונגען און מאגאזינען וואס דו האסט דא אויסגערעכנט זענען מיר נישט באקאנט. נאר די פון וועלכע איך ווייס א ביסל מער ווי א ביסל, 'עלל איך לאזן הערן מיין מיינונג און אפשאצונג. את דעתי הקלושה.

בראש וראשון 'עמיר רעדן פון "דער איד". איך קויף עס נישט די לעצטע פאר יאר. נאר איך בין געווען א שטענדיגער ליינער פאר די לעצטע 50?יאר. איך געדענק נאך פאר ר' חיים משה שטויבער ז"ל איז געווארן דער רעדאקטאר. ווען ר' סענדער דייטש האט עס אנגעפיהרט. ער איז געווען אן אויסגעצייכנטער שרייבער און פובליציסט. ער האט געשריבן זייער שטארק גראמאטיש פונקטליך. (נישט אזוי ווי א א טייל פון די היינטיגע אידיש שרייבערס. זיי מישן אויס לשון זכר מיט לשון נקבה. לשון יחיד ורבים. נאר אפשר נישט צו שרייבן בלשון נקבה וואו ס'קומט איז אויך א חלק פון די היינטיגע פארדרייטע איידיעס און פארקרומטע אידישקייט. (צוריק צו ר' סענדער.) נאר אידעאלאגיש האט ער געהאט א גיפטיגע פען. ער האט אפגעשפעט פון אלע אנדערע רבי'ס און חסידות'ן. ער האט איינמאל ביי א געלעגנהייט זיך כמו פארענטפערט. מיט דעם באקאנטן מאמר חז"ל..." כל ליצנותא אסורא. בר מליצנותא דע"ז"...און ער האט אנגעהויבן מאכן ליצנות און געשפעט פון...ליובאוויטש, קלויזנבורג, בעלז און וויזשניץ. אויך פון קלענערע רעבי'ס און חסידות'ן. אויך איז ער געווען א היפשער דעמאגאג. איך קען ברענגען געניג משלים וואו ער האט אויסגעדרוקט א פארקערטע, בייזוויליגע און העסליכע מיינונג וואס א יעדער וואס האט א אידיש הארץ האט עס אים געשטאכן. (בסוגריים: איך ווייס ס'איז דא איינער אויף קאווע שטיבל וואס גייט מיר צוזאמשעלטן. און זיין שותף גייט מיר מעקן. מיט די געוויינליכע תירוצים.).

ווען ר' אברהם פרידמאן האט אויפגעמאכט זיין צייטונג. האט דער איד אונטער די אנפיהרערשאפט פון ר' סענדער געשריגן הויך אויף אלע טענער און אלע עדיטאריעלס ומכל עץ רענן אז דער צייטונג איז מלא ציונות וכפירה. און ס'איז אסור צו קויפן. ווען ר' אברהם פריעדמאן האט געשריבן אין אן עדיטאריעל אז זיין צייטונג שרייט אויס דעם דבר ה' האט דער איד געענטפערט אז דעם דבר ה' קען נאר אויסשרייען איינער. און דאס זענען זיי...!

די צייטונג איז בראשית דרכו געווען זייער א געשמאקע צייטונג. מיט אינטרעסאנטע ידיעות אין דעם קאלום..."אין די וועלט פון ישיבות און קהילות"...! משא"כ אין דער איד זענען די ידיעות פון קהילות באשטאנען פון די זעלבע איבערגעדראשענע זאצן (סענטענסעס)... דער קאמפאט און דער קוגל ביי אונז איז געווען זייער גוט. און דער עולם איז זיך צוגאנגען אין די פריע פארטאגס שעות מיט א גייסט פון דערהויבנקייט...!

ווען דער בלאט, וואס איז בראשית דרכו אויך געווען זייער א געשמאקע צייטונג. ווייל ער האט געברענגט אוינטרעסאנטע ידיעות פון אלע קהילות איבער די גאנצע וועלט, זענען די רעדאקטארן נאכאמאל ארויסגעטאנצן בקול רעש גדול מיט אן איסור חמור. (מיט די געפעלשטע אונטערשריפט פונ'ם ברך משה).

נאר הייט צו טאגס האט זיך דער בלאט דערקייקלט אלס פראפאגאנדע בלעטל פאר מהר"א שליט"א. און דער איד, אויסער די ליצנות און העץ אויף ר' אהרון וחסידיו, האט שוין א ביסל נאכגעלאזט פון זיין גיפטיגע העצע. אבער דער בלאט איז נאכאלץ גאנץ א גוטע צייטונג...!

ס'איז געווארן א גאנץ אריכות. וואס איז נישט געווען מיין כוונה. 'עמיר בלי"נ ממשיך זיין ביי א צווייטע געלגעגנהייט. ועוד חזון למועד...!
א ישר כח פאר די געוואלדיגע דברי הערכה עס איז באמת א פארגעניגען צו באקומען א ריספאנס פון מע"כ @berbalaguleh

אבער צום ענין. א צייטונג איז געווען א בלאט וואס האט אנאלאזירט, שפעקולירט, און באזירט. למשל קוק אין די צייטונגען פון 20 - 25 יאר צוריק ווען מען האט באשריבען די פינאנציעלע נייעס. די נייעס האט זיך געליינט ווי פאלגענד.

דעטרויט מישיגען. די אוטא פאבריקאציע אינדאסטריעס ווי דזשי. עם. און קרייסלער האבן די וואך געמאלדן א צוריקרוף פון 200,000 אוטא'ס וואס געבן ארויס צו פיהל קארבן אמישענס און ווי דער נייער פעדעראלער געזעץ פון די ענוואראמענטאל קאנטראל האט געמאלדן אז די קארן וואס גיבען ארויס צופיהל קארבען אמישענס וועלן מוזן ווערן אראפ געפירט פונעם שטראסע אויב די אוטא פירמעס וועלן נישט נעמען באלדיגע שריט צו מינימזירן די קארבן אמישענס וואס דערגראכט צו גאר הויעכע שטאפלען, עס איז א דירעקטע רעזאלט צו די פארפעסטעטע לופט וואס מיר אטעמען אריין.

די געזעץ איז אריין אין קראפט פאר דריי חדשים צוריק נאך וואס די ענווייראמענטעליסטן האבן געשאצט אז די לעצטע 5 יאר איז דער לופט פארסמאקעוועט געווארן מיט 12% מער ווי עס איז פארסמאקאוועט געווארן אין די לעצטע פאר הונדרעט יאר.

די נומערן פון קארבען אמישאנס ווערן געהויבן פון די גאזן וואס די אוטאס לאזן ארויס פון ארונטער ווען עס עקסעלערעיט און מען גיבט גאז. עס איז שוין געשיקט געווארן צו די אוטא פאבריקאנטען א בריוו צוויי יאר צוריק אז זיי זאלן נידערן זי קארבען אמישאנס אפאר לעוועלס ווייל אויב נישט וועט די פעדעראלער רעגירונג נישט צו לאזן דאס ווייטערדיגע פאבריקאציע פון נייע מאשינען מיט דעם קארבן נומערן.

א נייער טעכנילאגיע איז דערפאר געווארן פרודאצירט ביי די קאמפאני קארבן רידוסער וואס וואס דאס ווערט צו געטשעפעט צו דעם מעכאניזם וואס שטופט ארויס די קארבען פון די גאז טאנק אבער בעפאר עס גייט ארויס צו די גאס גייט עס אריין אין די מאשין און די מאשין רעדאצירט דעם שאדן וואס די קארבן איז גורם פאר די ענווייראמענט.

דער ריקאל איז א דירעקטער גורם פארן די שעירס פון די צוויי קאמפאניס ווי מען האט טאקע געזעהן אז די סטאק פון די צוויי קאמפאניס זענען שטארק געפאלן כמעט דריי % אבער דאס האט אויך גורם געווען אז אלע זייטיגע קאמפאניס וואס סערווירן די אוטא אינדאסטרי זאלן דערמיט מיט פאלן אז דאס גאנצער נעסדעק געווארן מיט געשלעפט מיט בערך א האלבער %

דאס צוויי פאבריצירער זענע אן ערך פון 12 % פונעם אינדעקס. שטעלט זיך איצטערט די פראגע אזוי. איז די נייעס א פולקאמער קלאפ פאר די אוטא אינדאסטרי, וועלן זיי זיך אויס קורירן פון די קלאפ.

די 200,000 אוטאס צוריק צו לייגען אויף די שאסייען וועט קאסטם פאר די צוויי פארבריקן אן ערך פון 6-9 פראצענט פון זייער ליקווידישע געלטער וואס זיי האבן געלייזט פארקויפענדיג די קארן ד.מ. אז די פראפיטן פון די איננקופטן זענען מיט 12 % ווייניגער ווי עס וואלט ווען געווען לכתחלה, איז פארוואס זענען די שעירס נאר געפאלן מיט 3%

אין אזוי גייט דער שרייבער אריין אין א גאנצער שמועס פון פינאנציעלער אבזערוואציע און צוהט זיין שמועס מיטן ליינער צו מסביר זיין און פארשטיין געבען וואס דא האט פאסירט און ווי אזוי ער פרעזענליך ווערט אפעקטירט מיט די נייע פעדראלער געזעץ פינאנציעל, און ווי אויך ווי אזוי די פעדראלן ווערן אריין געמישט אין וואס מיר מעגן יא אדער נישט דרייוון וכו'

הוא מותיב והוא מפרק, קומט א צווייטער עדיטאראליסט און פרעיגט אפ דעם שרייבער מיני' ובי' און וויסט אויף אז די געזעץ איז פאר אונזער טובה וועגן און דאס איז א ירידה לצורך העלי' און מען די געזעץ איז גוט פאר די קאנסומער וכו'

און אזוי פלעיגט גיין א יעדעס נייעסעל וואס האט דאס מיט מיר ווערן זענען די וואס פארפאיגען אויף די נייעס און וואס מיינט עס צו מיר. און וואס מיינט עס פאר די אדמיניסטראציע וכו' וכו'

אבער היינט ווער ווייסט אפי' די שרייבער פלאפען נאך וואס זיי זעהן זיי שרייבען נאך אםי' זיי פארשטייען נישט די נושא, מיר ליינען אפי' נישט וואס זיי שרייבען וויל אויב דער שרייבער פארשטייט נישט וואס ער שרייבט ווי אזוי וועט דער ליינער קענען פארשטיין?

אויב איז דער ליינער גענוג אינטעלעקטואל וועט ער אליינס טרעפן די אינפארמאציע און מאכן אייגענע החלטות, פון מי ומי ההולכים. און ווער איז דער שילדיגער, צו איז איצט די צייט אריין צו טאנצען אינעם סטאק אדער וועט עס ווייטער פאלן וכו'

מיר דארפן נישט די צייטונגען פאר די החלטות, ווייל זיי אנאליזירן בכלל נישט די נייעס אז מיר זאלן קענען ציען קין רעזעלוציעס, נאר די פיינע פאטעיטא קיגעל מיט די געהויבענע מעמענטן וואס צוען זיך אריין אין די פריע/שפעט פארטאגס/נאכט שעות מיט געהויבענע טענץ מיט איבער געפיהלטע הערצער מיט הרגשים ווען דער רבי שליט"א איז ארויס אין די ריקידון של מצוה און מקיים געווען דעם כיצד מרקדין לפני הכלה מיטן ה' שדי' און וואס ווייטער, דער טויזענטער קעפיגער עולם האט כאיש אחד ובלב אחד ארויס געלאזט א געשריי מה נהדר היה מראות רבינו וואס דאס ווערט שוין אויך געליינט אין די קהילה טוויטער פידס אין די מינוט וואס עס עס איז נאר געשהען מיט פילע בילדער פון דעם מראה כהן גדול.

די בליץ פאסט קעסטלעך ווערן איבער געפילט יעדען אינדערפרי מיט אלעס וואס די צייטונג וועט שוין מעלדן סוף וואך איז מה לנו צייטאנג הזאת ? ווער ליינט דאס און פארוואס ליינען עס די ליינער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: דו ביסט גערעכט מיט דעם פאקט אז דאס חשיבות און וויכטיגקייט פון די געדרוקטע צייטונגען, סיי אידישע און סיי ענגלישע איז שטארק אראפ. און אין די זעלבע צייט דאס זשורנאליסטישע פראפעסיאנאליזם האט אויך באקומעןא שטארקן קלאפ און געליטן א ירידה. ווייל די שרייבערס און קאפי רייטערס פונ'ם צייטונג טוען שוין נישט אנאליזירן א יעדן סאבדזשעקט און פארשטייען וואס זיי שרייבן. נאר זיי קאפירן נאך איינער פון אנדער'ן. און זי אלע הייבן נישט אן צו פארשטיין בכלל איבער וואס זיי רעדן. ס'איז בבחינת די בלינדע גייען נאך די בלינדע.

אויך. די וואטסעפפ און אנדערע גרופס פון סאשל מידיא זענען שוין היינט אויף א שנעלערן טרעק ווי די געפרינטע צייטונגען.

לגבי די אידישע צייטונגען. קען דאס נאך אנהאלטן פאר א שטיק צייט. ווייל, אזוי ווי דו האסט געזאגט אז פאר שוואנצונעס זענען אייביג דא קליענטן. ספעציעל אין די שבתים ויו"ט ווען אן ערליכער איד האט נישט קיין צוטריט צו די סאושל מידיא.

נאר די אלגעמיינע(גוי'אישע) צייטונגען מוטשען זיך טאקע שטארק פאר זייער עקזיסטענץ. און זיי האלטן אין איין פארלירן ליינערס. וואס סוכ"ס וועלן זיי ארויסגיין פון ביזנעס. מהאי טעמא האבן אלע ענגלישע צייטונגען אויך אן עלעקטראנישע אפטיילונג. אפילו די רישעות'דיגע אנטיסעמיטישע נ.י. טיימס האט אויך אזא אפטיילונג. און זיי רוקן אריין זייערע סאבסקריפשאן אפפערס בע"כ אין א יעדן ווינקל פון די סאושל מידיע.למשל. זיי רייצן דיך אן מיט א זאפטיג שטיקל נייעס. פלוצלינג שפרינגט אריין א "באקס" פון די נ.י. טיימס וואוזיי אפפערן דיר א ביליגע און לאנגע סאבסקריפשן פאר די עלעקטראנישע נייעס. אן זיי לאזן דיר נישט ליינען ווייטער. נאר אויב דו סאבסקרייבסט זיך צו זיי.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

צייטונג פאר שבת..

שליחה דורך שעפטאל »

ר' לייביש, נישטא קיין ווערטער!!! שכח!
אין וועלכע צייטונג קען אזא הערליכע אנאליז אריינגיין?..
---

בדוו. כ'פלעג ליינען צייטונגן אויף שבת, כהיום ווער איך פשוט נערוועז (געטריגערט) פון זיי

מ'פרינט ארויס אלטע אשכולות און היינטיגע ר' לייביש'ס (וואס מ'האט נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען)

סאו דער וואס גייט נישט ארויסגיין פון ביזנעס איז די
פרינטער...

גוט שבת
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?

שליחה דורך לייביששרייבער »

שעפטאל האט געשריבן:ר' לייביש, נישטא קיין ווערטער!!! שכח!
אין וועלכע צייטונג קען אזא הערליכע אנאליז אריינגיין?..
---

בדוו. כ'פלעג ליינען צייטונגן אויף שבת, כהיום ווער איך פשוט נערוועז (געטריגערט) פון זיי

מ'פרינט ארויס אלטע אשכולות און היינטיגע ר' לייביש'ס (וואס מ'האט נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען)

סאו דער וואס גייט נישט ארויסגיין פון ביזנעס איז די
פרינטער...

גוט שבת
אייביג שארף און קלאר ממש א נחת.

דאס איז דער פראבלעים אז מען דארף אנקומען צו מיינע אנאליזען. עס איז אסאך געשמאקער צו ליינען אן אנאליז וואס איז גוט, וואו צו שרייבן א געלכערטע.

Sent from my iPhone using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: איכ'ל דיר פארציילן 2 מעשיות וועלכע פאסן אפשר אין מילתא דבדיחותא אפטיילונג. נאר איך האב מיך יעצט דערמאנט .(מענין לבנין לקנין).

ס'געוען אמאל א ישיבה בחור אן עילוי וועלכער האט אפגעזאגט א יעדן שידוך וואס מ'האט איהם אנגעטראגן. גארנישט האט איהם געפאסט. ביז די שדכנים האבן אויפגעהערט איהם אנצוטראגן שידוכים. נאך א שטיק צייט וואס ער האט געזעהן אז קיין איין שדכן רעדט נישט צו איהם האט ער געפרעגט איינעם פאר די סיבה . האט מען איהם געענטפערט ...ווייל דו ביסט א גרויסער בעל גאוה. האט ער מחליט געווען צו טון תשובת המשקל. ער איז געווארן א גרויסער עניו. ער האט געגריסט פאר א יעדן און געטון אנדערע עניוות'דיגע זאכן. ביז די שדכנים האבן ווידער אנגעהויבן צו אנטראגן שידוכים פאר איהם.

ווען א שדכן האט איהם אנגעטראגן א געוויסן שידוך האט ער זיך אויפגערעגט און געשריגן צום שדכן...מה דאך פריער, ווען איך האב געהאט אלע מעלות נאר נישט די מעלה פון עניוות האט מיר נישט געפאסט דער שידוך, כש"כ יעצט ווען איך האב שוין אויך די מעלה פון עניוות פאסט דאס אוודאי נישט פאר מיר...!

די צווייטע מעשה איז. ס'געווען אין א שטאט א איד ועלכער האט געשמ'ט מיט זיין גרויס עניוות. איז געווען אין די געגנט א קאצקער חסיד וועלכער האט געזאגט אז ער גייט אויספרובירן דעם איד איבער זיין עניוות. איז ער געקומען צו איהם און געפרעגט...ר' איד...ס'שטייט דאך אין די תורה אז דער אייבישטער זאגט עדות..."והאיש משה ענו מאד מכל האדם"...צי האט דען כביכול דער אייבישטער נישט געוויסט אז ס'דא אזא איד ווי אייך?!....האט דער איד דער גרויסער עניו געענטפערט..."פאר מיר איז אויך שווער די זעלבע קשיא.....! לאל.

נאר דיין עניוות איז אן אמת'דיגע עניוות. די וועלט האלט (נישט נאר איך) אז דו ביסט א גרויסער שרייבער בחסד עליון. קיעפ איט אפ...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
נאר דיין עניוות איז אן אמת'דיגע עניוות. די וועלט האלט (נישט נאר איך) אז דו ביסט א גרויסער שרייבער בחסד עליון. קיעפ איט אפ...!
נישט אויסגעפעהלט, אבער פארט געשמעקט!!!
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

רבי לייבוש דו ביזט א געוואלדיגע שרייבער מיט גאר אסאך ידיעות! עס מאכט אבער אביסל נערוועז ווען דו ברענגסט אריבער קאפי פעיסט פונעם אידישן וויקיפידיע. איי געס מ'דארף צוווארטן ביז דו ענדיגסט עס רעדאגירען...
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

בקהילה

די היימישע בקהילה פובליקאציע איז אין די זעלבע גענרע ווי די "משפחה" און "שעה טובה" מאגאזינען אין אר"י און די "משפחה" און "עמי" אין אמעריקא. עס איז געבויט אויף קארענט איווענטס, וועלטליכע און פאליטישע. עס שטייט אונטער א פולן צענזור אזויווי עס פאסט זיך (נישט) פאר א יעדן היימישן פובליקאציע.

איינע פון די חילוקים צווישן די איזראעלישע מאגאזינען און אמעריקאנע איז אז חסידי'שע פאליטיק איז נישט אזוי טאבו, מיט א שטערקערע דגוש אויף בקהילה. כמעט יעדע איינציגע חסידי'שע מחלוקת איז שוין געווען געדעקט אין די מאגאזינען. פארשטייט זיך נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי צימעס ע"ה, אבער יא אביסל מער ווי די "עמי". ווער געדענקט נאך משה גבאי פיגורירן אויפן דעקל פון משפחה?

בקהילה פעקל:
- מאגאזין
- בקהילה פלוס (נייעס. אויף צייטונג פאפיר)
- פרויען ביכל
- קינדער ביכל
- העולם החרדי

(ס'איז געווען א תקופה וואס זיי האבן פארקויפט צוויי סארטן פעקלעך: איינס נאר מאגאזין און צייטונג און א צווייטע סארט פון די פולן פעקל. זעהט זיך אויס אז עס האט זיך נישט געלוינט...)

שרייבערס און פיגורן
בנימין ליפקין
א דורכגעווייקטע חב"ד'סקע חסיד. ער איז געווען די עדיטור פאר א שיין ביסל יאר נאך בקהילה האט זיך געעפענט (וויקפידיע זאגט 2000-2012), פארן זיך אריבערצוען צו די "המבשר" צייטונג (מאיר פרוש ענד קאו) אלס עדיטאר און קאלומניסט (דרך אגב, גאר הנאה געהאט איהם צו ליינען). מיט עטליכע חדשים צוריק איז ער ארויס פון די גאנצע אינדוסטרי און געווארן א ביזנעס קאנסולטענט.

אברהם דוב גרינבוים
א גור'ער חסיד מיט הויזן-זאקן. ער האט איבערגענומען ליפקין פאר עטליכע יאר נאכן ארויסגיין. ער איז א גרויסע אנדרייער און ער האט געמאכט אסאך נויז אין זיין תקופה דארטן. נאך עטליכע יאר איז ער ארויס פון די אינדוסטרי (ביז ער איז צוריקגעקומען ווען אריה דרעי האט געעפענט "הדרך", דארט דינט ער צוזאמען מיט שמעון ליבערטי)

שלמה קוק
היינט צוטאגס דינט דארט אלס עדיטור שלמה קוק, אן אייניקל פון די רבנישע קוק דינאסטיע. ער איז גראדע לעצטענס א חתן געווארן (בזוו"ש). כ'געדענקט שוין נישט די פונקטליכע דעטאלן אבער עפעס דינט ער אסאך מאל אלס די אידישע רעפרעזענטעטיוו צו פארזאמלונגען פון פארשידענע גלויבונגען.

מרדכי (מוטי) וויינשטאק
צוזאמען מיט רב קוק'ן, דינט אלס די נייעס עדיטור א זוהן פונעם בארימטן יאיר וויינשטאק, מוטי.

אהרן קלוגער
א ברסלב'ער אינגערמאן פלעגט אמאל זיין א שרייבער דארטן, היינט איז ער א שרייבער אין די משפחה.

יצחק (יצו) פעלדמאן
א ליטווישע שרייבער מיט א משונה'דיגע סענס אוו הומאר. ארויסגעגעבן א ביכל "נתב"ג". ער איז אויך א יועץ פאר ח"כ ישראל אייכלער פון בעלזא. (דאס פארלאנגט אן עקסטערע שמועס איבער די הייפאקריסי אז רוב היימישע שרייבער אין אר"י זענען אויך איינגעשטעלט ביי היימישע פאליטישענס. אבער איך בין מסופק אויב די עולם דא אינטערעסירט עס...)

יעקב ריבלין
אבער אהן קיין ספקת די גולת הכותרת פון די בקהילה (וואס לויט מאנכע וואלטן זיי שוין געקלאוזד שאפ אהן איהם) איז זייער בארימטע פאליטישע קאמענטאטער יעקב ריבלין. זיין פאליטישע מוסף יעדן יום טוב איז איין באקאנטע משל. ריבלין האט א שטוינענדע זיכרון, טיפע קאנעקשענס און א שארפע פעדער and he is around for years. שמועות לויטן אז די גרעסטע פאליטישען'ס אין לאנד ליינען זיינע ווערטער בשקיקה.

ער איז לכאורה די עלטסטע היימישע דזשורנאליסט וואס איז געהעריג אקטיוו אויף סאציאלע מידיע.

אינטערעסאנט, ער האט א וועכנטליכע ראדיא שאו צוזאמען מיט די עו"ד אבי בלום (פאליטישע שרייבער פארן העבערעאישן און ענגלישן משפחה) און זיי האלטן זיך זייער נאנט פארנדיג צוזאמען אויף וואקאציע. אפילו זיי ארבייטן אין קאמפיטינג צייטונגען.

אין איין באקאנטע פאל ליגט מיר אין קאפ וואס זיינע ווערטער זענען צוגעברענגט געווארן אלס א לעגאלע ארגומענט אינעם בג"ץ (פינדרוס-אלעד), איך וועל פרובירן עס צו טרעפן.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

דאכצעמער אז שעה טובה קען מען שוין אראפנעמען פון די ליסטע, עס קומט מער נישט ארויס.
פאר א שטיק צייט האבן זיי פרובירט ארויסצוגעבן אין ענגליש.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:דאכצעמער אז שעה טובה קען מען שוין אראפנעמען פון די ליסטע, עס קומט מער נישט ארויס.
פאר א שטיק צייט האבן זיי פרובירט ארויסצוגעבן אין ענגליש.
ס'האט זיך מיר אויך אזוי געדאכט.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בקהילה

מען קען צולייגן אז בקהילה איז ארויס אלס חנמון דאן האט עס געקאסט 7 ש"ח און נאר געווען אין א צייטונג פארמאט נאכדעם איז עס ארויס אויף כרומו פאפיר אזוי ווי די אנדערע מאגאזינען.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?

שליחה דורך לייביששרייבער »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:רבי לייבוש דו ביזט א געוואלדיגע שרייבער מיט גאר אסאך ידיעות! עס מאכט אבער אביסל נערוועז ווען דו ברענגסט אריבער קאפי פעיסט פונעם אידישן וויקיפידיע. איי געס מ'דארף צוווארטן ביז דו ענדיגסט עס רעדאגירען...
מיר וועלן מיזן טוישן דעם מהלך מיטן ווארטן ביז עס איז א דבר השלום.

דער אידישער ויקיפידיע האט נאך זייער אסאך ארבעט, וואס אני כשל עצמי ארבעט אוף רעדעגירן און ציטירן דארט דערפאר זיץ איך אזויפיהל דעראויף.

איך וועל אויפ-הערן לייגען דארט און לייגן דא וועט מען דאן נישט וויסען אז עס איז פון וויקיפידיע.

בדרך אגב איך ציטיר דוקא נישט קיין לינקס ווייל געווענליך דארף דער ארטיקעל אינגאנצען אנדערש אויס קוקען.

אלעקסאנדער/דאנציגער יוכיח. משא״כ די צייטונגען שרייב איך לכתחלה אז עס דארף נאך אסאך ארבעט און מען בעהט דעם עולם אריין צו טשעקן.

איך באזיץ נישט קיין סך אינפארמאציע אבער פארט אן אינטערסאנטער טאפיק ממילא האב איך געוואלט אנפאנגען און שפינען די גאלדענע קייט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?

שליחה דורך לייביששרייבער »

לייביששרייבער האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:רבי לייבוש דו ביזט א געוואלדיגע שרייבער מיט גאר אסאך ידיעות! עס מאכט אבער אביסל נערוועז ווען דו ברענגסט אריבער קאפי פעיסט פונעם אידישן וויקיפידיע. איי געס מ'דארף צוווארטן ביז דו ענדיגסט עס רעדאגירען...
מיא וועלן מיזן טוישן דעם מהלך מיטן ווארטן ביז עס איז א דבר השלום.

דעא אידישער ויקיפידיע האט נאך זייער אסאך ארבעט, וואס אני כשל עצמי ארבעט אוף רעדעגירן און ציטירן דארט דערפאר זיץ איך אזויפיהל דעראויף.

איך וועל אומפהערן לייגעם דארט און לייגן דא וועט מען דאן נישט וויסען אז עס איז פום וויקיפידיע.

בדרך אגב אעך ציטיר דוקא נישט קיין לינקס ווייל געווענליך דארף דעא ארטיקעל אינגאנצען אנדערש אויס קוקען.

אלעקסאנדער/דאנציגער יוכיח. משא״כ די צייטונגען שרייב איך לכתחלה אז עס דארף נאך אסאך ארבעט און מען בעהט דעם עולם אריין צו טשעקן.

איך באזיץ נישט קיין סך אינפארמאציע אבער פארט אן אינטערסאנטער טאפיק ממילא האב איך געוואלט אנפאנגען און שפינען די גאלדענע קייט.

Sent from my iPhone using Tapatalk
און ווי אויך קוק די הקדמה פון דעם צייטונג ארטיקעל מיט אונזערע נקידות און צו דעם ציטירט די קאפי פן די ויקיפידיע. עס איז ח״ו נישט געוועזען א פרואוו צו אנטאן א קרוין וואס באלאנגט נישט צו מיר.

מיר וועלן מער אכטונג געבען צו שטעלן לינקס ווען שייך. ישר כח פאר די הערה.

קאנסטראקטיוו קריטיסיזם איז וועל טעיקען און וועלקאמד

Sent from my iPhone using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:בקהילה

די היימישע בקהילה פובליקאציע איז אין די זעלבע גענרע ווי די "משפחה" און "שעה טובה" מאגאזינען אין אר"י און די "משפחה" און "עמי" אין אמעריקא. עס איז געבויט אויף קארענט איווענטס, וועלטליכע און פאליטישע. עס שטייט אונטער א פולן צענזור אזויווי עס פאסט זיך (נישט) פאר א יעדן היימישן פובליקאציע.

איינע פון די חילוקים צווישן די איזראעלישע מאגאזינען און אמעריקאנע איז אז חסידי'שע פאליטיק איז נישט אזוי טאבו, מיט א שטערקערע דגוש אויף בקהילה. כמעט יעדע איינציגע חסידי'שע מחלוקת איז שוין געווען געדעקט אין די מאגאזינען. פארשטייט זיך נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי צימעס ע"ה, אבער יא אביסל מער ווי די "עמי". ווער געדענקט נאך משה גבאי פיגורירן אויפן דעקל פון משפחה?

בקהילה פעקל:
- מאגאזין
- בקהילה פלוס (נייעס. אויף צייטונג פאפיר)
- פרויען ביכל
- קינדער ביכל
- העולם החרדי

(ס'איז געווען א תקופה וואס זיי האבן פארקויפט צוויי סארטן פעקלעך: איינס נאר מאגאזין און צייטונג און א צווייטע סארט פון די פולן פעקל. זעהט זיך אויס אז עס האט זיך נישט געלוינט...)

שרייבערס און פיגורן
בנימין ליפקין
א דורכגעווייקטע חב"ד'סקע חסיד. ער איז געווען די עדיטור פאר א שיין ביסל יאר נאך בקהילה האט זיך געעפענט (וויקפידיע זאגט 2000-2012), פארן זיך אריבערצוען צו די "המבשר" צייטונג (מאיר פרוש ענד קאו) אלס עדיטאר און קאלומניסט (דרך אגב, גאר הנאה געהאט איהם צו ליינען). מיט עטליכע חדשים צוריק איז ער ארויס פון די גאנצע אינדוסטרי און געווארן א ביזנעס קאנסולטענט.

אברהם דוב גרינבוים
א גור'ער חסיד מיט הויזן-זאקן. ער האט איבערגענומען ליפקין פאר עטליכע יאר נאכן ארויסגיין. ער איז א גרויסע אנדרייער און ער האט געמאכט אסאך נויז אין זיין תקופה דארטן. נאך עטליכע יאר איז ער ארויס פון די אינדוסטרי (ביז ער איז צוריקגעקומען ווען אריה דרעי האט געעפענט "הדרך", דארט דינט ער צוזאמען מיט שמעון ליבערטי)

שלמה קוק
היינט צוטאגס דינט דארט אלס עדיטור שלמה קוק, אן אייניקל פון די רבנישע קוק דינאסטיע. ער איז גראדע לעצטענס א חתן געווארן (בזוו"ש). כ'געדענקט שוין נישט די פונקטליכע דעטאלן אבער עפעס דינט ער אסאך מאל אלס די אידישע רעפרעזענטעטיוו צו פארזאמלונגען פון פארשידענע גלויבונגען.

מרדכי (מוטי) וויינשטאק
צוזאמען מיט רב קוק'ן, דינט אלס די נייעס עדיטור א זוהן פונעם בארימטן יאיר וויינשטאק, מוטי.

אהרן קלוגער
א ברסלב'ער אינגערמאן פלעגט אמאל זיין א שרייבער דארטן, היינט איז ער א שרייבער אין די משפחה.

יצחק (יצו) פעלדמאן
א ליטווישע שרייבער מיט א משונה'דיגע סענס אוו הומאר. ארויסגעגעבן א ביכל "נתב"ג". ער איז אויך א יועץ פאר ח"כ ישראל אייכלער פון בעלזא. (דאס פארלאנגט אן עקסטערע שמועס איבער די הייפאקריסי אז רוב היימישע שרייבער אין אר"י זענען אויך איינגעשטעלט ביי היימישע פאליטישענס. אבער איך בין מסופק אויב די עולם דא אינטערעסירט עס...)

יעקב ריבלין
אבער אהן קיין ספקת די גולת הכותרת פון די בקהילה (וואס לויט מאנכע וואלטן זיי שוין געקלאוזד שאפ אהן איהם) איז זייער בארימטע פאליטישע קאמענטאטער יעקב ריבלין. זיין פאליטישע מוסף יעדן יום טוב איז איין באקאנטע משל. ריבלין האט א שטוינענדע זיכרון, טיפע קאנעקשענס און א שארפע פעדער and he is around for years. שמועות לויטן אז די גרעסטע פאליטישען'ס אין לאנד ליינען זיינע ווערטער בשקיקה.

ער איז לכאורה די עלטסטע היימישע דזשורנאליסט וואס איז געהעריג אקטיוו אויף סאציאלע מידיע.

אינטערעסאנט, ער האט א וועכנטליכע ראדיא שאו צוזאמען מיט די עו"ד אבי בלום (פאליטישע שרייבער פארן העבערעאישן און ענגלישן משפחה) און זיי האלטן זיך זייער נאנט פארנדיג צוזאמען אויף וואקאציע. אפילו זיי ארבייטן אין קאמפיטינג צייטונגען.

אין איין באקאנטע פאל ליגט מיר אין קאפ וואס זיינע ווערטער זענען צוגעברענגט געווארן אלס א לעגאלע ארגומענט אינעם בג"ץ (פינדרוס-אלעד), איך וועל פרובירן עס צו טרעפן.
מען קען צולייגן אז בקהילה איז ארויס אלס חנמון דאן האט עס געקאסט 7 ש"ח און נאר געווען אין א צייטונג פארמאט נאכדעם איז עס ארויס אויף כרומו פאפיר אזוי ווי די אנדערע מאגאזינען.
האסט די טיימליין?
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ. דו ביסט, אזוי ווי שטענדיג, קולע אל השערה. (לויט ביידע פשטים. מיט א שי"ן ימנית ושמאלית.)
ר׳ בערל: נישט אז איך וויל פארקריכן, אבער האסט מיך שוין געמאכט נייגעריג, וואס איז דער פשט מיטן שין ימנית?
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

איך בין נענה צו די קריאה פון ידידנו ר' לייבוש און כ'וויל אביסל באשרייבן די משפחה צייטונג

משפחה

'משפחה' (עברית) איז א היימישע וועכנטליכע אויסגאבע אין א"י. די מערסט פארשפּרייטסטע, פּרעסטזשפולער און איינפלוסרייכער פון אלע היימישע צייטונגען אין לאנד.

עס איז געגרינדעט געווארן דורך יהודה פּלאי פאר בערך 35 יאר צוריק און איז געווען דער ערשטע רעוואלוצינערישע אומפּארטייאישע צייטונג אין לאנד. די עצם עבירה פון עפענען א צייטונג וואס געהערט נישט צו קיין פארטיי אדער רבינישע-עסקנישע קאארפּאראציע רח"ל האט ארויסגעברענגט בייז בלוט מצד די עסטעבלישמענט און זיי האבן געליטן אנהייב פון שווערע חרמות און רדיפות וואס האבן זיך באנייעט ידערע שטיק צייט מיט די פארשידענע ''שטורעמען'' וואס די צייטונג האט אנגעדרייט. היינט צוטאגס איז עס אבער גאנץ אריין אין די מעינסטרים און איז דער מערסט פּראמינענטע און פארשפּרייטיסטע חרדי'שע פּובליקאציע אין לאנד מיט א שטארקע באזיץ אין קאלירפולע שיכטן (אריינגערעכנט אביסל דתי לאומי). פארט, ביי מער פרומערע שטיבער איז עס בל יראה ובל ימצא. משפחה איז היינט א גרויסע ביזנעס גראופ וואס פארמאגט אונטער זיך אויך די ענגלישע משפחה און א ברייטע פּאדקאסט גאלעריע.

סטייל
- משפחה ווערט פארכענט צו זיין היבש אביעקטיוו און פּראפעסיאנעל (רעלאטיוו צו אנדערע און צו דער חרדי'שע דזשורנאליסטישע לעוועל!), און ערלויבן זיך אטאקירן און קריטיקירן היימישע פּאליטיקאנטן און עסקנים אָן צו געבן א דין וחשבון צו קיינעם פון זיי.

- זיי זענען אויך מער ליבעראל און 'לינק' (רעלאטיוו, רעלאטיוו) און דורכאויס די יארן האבן זיי זיך ערלויבט מיט קוראזש צו אדערסירן און דעקן נושאים וואס קיינער האט זיך נישט דערוואגט אנצורירן ביז דעמאלט. אלטע בחורים, שידוכים דירות, חתונה פרייזן, ספרדים דיסקרימינאציע אין מוסדות, ארויסגיין ארבעטן, און לעצטנס אויך די ווייטאגליכע נושא פון קינדער וועלכע ווערן נישט ערלויבט צו זען זייערע עלטערן. מען קען זאגן אז זיי האבן אסאך שעירס אין די טוישונגען אין די דעת הקהל און אין אזא קאנסערוועטיוו פונדעמענטאליסטישע קאמיוניטי איז עס בכלל נישט אוועקצומאכן. ביי די חיים וואלדער סומעטוכע למשל האט די רעדאקציע געשריבן א ספעציעלע בריוו ווי זיי האבן זיך אונטערגענומען צו דעקן די נושא פון סעקשועל אביוז און טשיילד פראטעקשען און אונזער ציבור, פארשטייט זיך אויף א איינגעהאלטענע וועג.
זיי זענען אויף מער ציוניסטיש אזוי געזאגט און פארמאגן א שטיקל פאטריאטישע גייסט פאר די מדינה.
(עס דארף אנגעצייכנט ווערן אז זיי פארמאגן אַן אייגענע ערנסטע רוחניות'דיגע קאמיטע וואס גיבט זיך אפ מיט צענזור און נישט איינמאל האבן זיי געפסל'ט ארטיקלען אדער קאלומ'ס)

- דורכאויס די יארן האבן זיי דעגרייכט אסאך היימיש-דזשורנאליסטישע דעגרייכונגען. אינטערוויו'ס מיט כמעט אלע גרויסע רבי'ס וכו'. עטליכע מאל האבן זיי מצליח געווען אויף אנצוקומען צו די אלגעמיינע פּרעסע ווי למשל ביי אן אינטערוויו מיט דער מוסד יוסי כהן און אטורנעל דזשענערעל מנדבליט (וואס איז אנגעקומען צו טשענעל 12 פריים-טיים).

- דער בעל הבית פון צייטונג איז אלי פּלאי, א זון פון יהודה. א ליבעראלע חרדי, וואס מען רופט אין א"י ''חרדי מודרני''. אלי איז אויך אקטיוו געזעלשאפטליך און האט אויפגעשטעלט די ריסורס אינסיטוט ''המכון החרדי למחקרי מדיניות'' וואס פארשט אויס פארשידענע עספעקטן וואס זענען נוגע צו דער חרדישע ציבור אין א"י.

צייטונג פעקעדזש

די צייטונג פארמאגט עטליכע חלקים וואס יעדער חלק עקסטער איז ווי א עקסטער אויסגאבע:
מגזין- די הויפט חלק מיט וועכנטליכע ארטיקלען און אינטערוויוס ווי אויך פובליציסטישע קאלומס
חדשות- דעקט בעיקר נייעס
בתוך המשפחה- זייער א רייכע אויסגאבע פאר פרויען אויף א הויכע קוואליטעט לעוועל (אפי' נאכמער ליבערעל ווי די אנדערע חלקים)
ילדים- פאר קינדער
קולמוס- תורה'דיגע אויסגאבע וואס קומט ארויס איינמאל א חודש
משפחה איז אויך געווען די ערשטע וואס האבן איינגעפירט די ברייטע פייערליכע ימים טובים צייטונג פעקעדזשעס.

שרייבערס און דזשורנאליסטן
משפחה פארמאגט א רייע טויגליכע און טאלאנטפולע שרייבערס, כ'וועל נאר אנרירן עטליכע פון זיי אויפן שפיץ גאפּל:

אריה ארליך- ארליך איז היינט צוטאגס דער רעדאקטאר פון צייטונג. וואוינט אין ביתר און קומט פון א ליטוויש-חב"דסקער שטוב פון די אונגארישע הייזער. זיין טאטע איז ר' עידו וובר-ארליך א באקאנטע פערזענליכקייט אין ירושלים. זיין ברידער איז שניאור וובר דער רעדאקטאר פון צייטונג ''מרכז העניינים''. ער איז באקאנט מיט זיינע ימים-טובים'דיגע אינטערוויוס מיט אסאך רבי'ס און רבנים. ער פלעגט אויך פרעזנטען א וועכנטליכע אקטואליע ראדיא פראגראם אויף רשת ב' צוזאמען מיט זיין קאלעגע יוסי אליטוב (ע"ע). אויך שרייבט ער פון צייט צו צייט א טור אין ידיעות אחרונות.

דוד דמן- דמן איז א בעלזע'ר חסיד פון אנטווערפן וואס שרייבט א וועכנטליכע קאלום אין דער מאגאזין. עס איז לכאורה די פּאפּולערסטע קאלום אין חרדישער דזשורנאליסטישע סצענע. דער קאלום סטייל איז אייגענארטיג וואס לכאורה נישט דא זיינס גלייכן ביי די אנדערע צייטונגען: ער שרייבט איבער זיינע פערזענליכע אבזערוואציעס און איבערלעבונגען אויף א הומאריסטישע און געלאזענע אופן. א געמיש פון זיסע פאמיליע נאטיצן, היימישע קרישקעלעך, נייעס פון אנטווערפן און אסאך בעלזא. ער פובליצירט אויך פון צייט צו צייט דעות קאלומס אין אלגעמיינע צייטונגען ווי 'הארץ' און 'גלובס' און קומט ארויף פון צייט צו צייט אויף קול מבשר, בעיקר ביי וועלוול שמעלצער וואס איז א שטארקע פען.

יוסי אליטוב- א זון פון הרב שמעון אליטוב ז"ל דיין פון בית הדין הרבני וואס איז לעצטנס אוועק. אליטוב קומט פון א ספרדי'שע משפחה און ער אליין האלט זיך א חב"ד'סקער. ער איז אפציעל דער ''הויפט-רעדאקטאר'' אבער פאקטיש האט ער נישט קיין גרויס השפעה חוץ פון א וועכנטליכע אומאינטערסאנטע אקטואליע קאלום אין חדשות ווי ער פראבירט זאגן מבינות אויף יעדער נייעס איבערן וועלט. סיי אליטוב און סיי ארליך ערשיינען פון צייט צו צייט אין איזראעלי פרעס און רעפרעזענטירן די חרדי'שע שטעלעס.

ישראל גרובייס- א גערער יונגערמאן פון אשדוד. זייער א געשמאקער און אינטיליגענטער מענטש מיט א סענס אוו יומער און אסאך ידיעות. זיין וועכנטליכע קאלום אין חדשות איז אויף א הויכע לעוועל און ברענגט ארויס זיינע אבזערוואציעס אויף אקטואלישע נושאים צוזאמעגעמישט מיט היסטארישע אנעקדאטן. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין בקהילה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

נישט פארגעסן פון אהרן גרנות-גרנביץ' וואס פלעגט זיין פון די פראמינענטע שרייבער אין משפחה וואס איז א פערזענליכקייט פאר זיך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מרדכי מרדכי: ייש"כ פאר דערמאנען אהרן גרנות-גראנאוויץ וואס איז בעצם געווען א בעל תשובה. און געווארן א פייער'דיגע גערער חסיד. מיט דעם גערער לבוש אן גאנצן קנאק. נאכדעים האט ער לפי בקשת משפחתו נאכגעלאזט פון דעם גור'ער התלהבות. און (צוריק) געווארן א ביסל מער א מעסיגער מענטש.

נאר זיינע "סטאנטס" זענען געווען זייער אינטרעסאנט און אפילו הומאריסטיש. ער איז אנגעקומען אויף די אומגלויבליכסטע פלעצער.

אין איין סצענע האט ער זיך פארשטעלט פאר א (גוי'אישע) היטש הייקער. ער האט זיך אנגעטון א רויטע קעפ. מיט א בעק-פעק. ער איז אריבער די גרעניץ קיין ירדן. אויך קיין איראק. איי, די בארד. א סאך גויים דארט האבן א בארד. אויפ'ן וועג צוריק קיין ארץ ישראל האט ער געהאט אן אינטרעסאנטן עפיזאד. ווען ער איז אנגעקומען צו די גרעניץ וואך האבן זיי איהם נישט געוואלט גלייבן אז ער איז א איד. צוערשט האט ער געמאכט חכמות. און נישט געענטפערט אויף אלע זייערע שאלות. דארט איז אויך געווען א גוי'אישער טרעוועלער. זאגט ער צו איהם (אהרו גרנות) מאך נישט קיין חכמות ווייל ער גייט דיך שיסן. האט ער געטנה'ט...איך בין א איד. נאר איך בין פארשטעלט ווי א גוי. דער סאלדאט האט איהם נישט געוואלט גלייבן. ביז ער האט געזאגט ..."שמע ישראל"..האט ער איהם אדורכגעלאזט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שאלתיאל: ייש"כ. דו ביסט רייט אן טארגעט. איך בין מסכים מיט דיין אפשאצונג אויף אלע שרייבערס פון משפחה. נאר דעם איינעם שרייבער יוסי אליטוב ביניך נישט קיין גרויסער חסיד. ער שרייבט א ביסל ווי אן אויבער חכם. מיט רמזים און שטעך ווערטלעך וואס דו דארפסט כאפן. אפילו ווען דו ביסט נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין די איזראעלי און כנסת פאליטיק.
פארשפארט